אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ווארקא (חסידות)"
ק (החלפת טקסט – "[[יעקב יצחק פון לובלין" ב־"[[רבי יעקב יצחק פון לובלין") |
ק (החלפת טקסט – "לעלאוו" ב־"לעלוב") |
||
שורה 14: | שורה 14: | ||
===רבי איציקל ווארקער=== | ===רבי איציקל ווארקער=== | ||
רבי ישראל יצחק קאליש, דער אלטער ווארקער רבי, איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל [[זאלאשין]], לעבן [[קאליש]] אין מערב [[פוילן]]. ווען ער איז געווען אלט 14 יאר האט ער געהייראט די טאכטער פון רבי מאיר פון [[זשאריק]]. ער האט זיך דערנענטערט צו חסידות דורך [[רבי דוד בידערמאן]] פון [[לעלוב (חסידות)| | רבי ישראל יצחק קאליש, דער אלטער ווארקער רבי, איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל [[זאלאשין]], לעבן [[קאליש]] אין מערב [[פוילן]]. ווען ער איז געווען אלט 14 יאר האט ער געהייראט די טאכטער פון רבי מאיר פון [[זשאריק]]. ער האט זיך דערנענטערט צו חסידות דורך [[רבי דוד בידערמאן]] פון [[לעלוב (חסידות)|לעלוב]] וואס האט אים געברענגט צום הויף פון דעם [[רבי יעקב יצחק פון לובלין|חוזה פון לובלין]], וואו ער האט דערקענט דעם א[[ייד הקדוש|יד הקדוש]] פון [[פרשיסכע|פרשיסחא]]. | ||
נאך דער פטירה פון רבי דוד | נאך דער פטירה פון רבי דוד לעלובער אין תקע"ג, דעם איד הקדוש אין תקע"ד און דעם חוזה אין תקע"ה, האט רבי איציקל מקבל געווען די הנהגה פון דעם רבי [[רבי שמחה בונם באנהארד|בונם]], און ער איז געווען איינער פון די גרעסטע פון זיינע תלמידים. | ||
רבי איציקל ווארקער איז געווען באקאנט ווי אן עסקן, און ער האט אסאך געפועלט אין כלל ענינים אין פוילן מיט [[רבי יצחק מאיר אלטער]] (שפעטער געווארן רבי אין [[גער]]). אין [[1846]] האט ער געטראפן [[משה מאנטיפיארי]] און האט געפרואווט אים איינפלוסן צו קעמפן קעגן די גזירות וועגן טראגן דאס יידישע לבוש. רבי איציקל איז נפטר געווארן [[כ"ב ניסן]] [[ה'תר"ח]] (1848) און באערדיקט געווארן אין דער ווארקער בית החיים. א ביסל פון זיינע תורות און עובדות זענען געדרוקט אין דעם ספר '''אהל יצחק'''. | רבי איציקל ווארקער איז געווען באקאנט ווי אן עסקן, און ער האט אסאך געפועלט אין כלל ענינים אין פוילן מיט [[רבי יצחק מאיר אלטער]] (שפעטער געווארן רבי אין [[גער]]). אין [[1846]] האט ער געטראפן [[משה מאנטיפיארי]] און האט געפרואווט אים איינפלוסן צו קעמפן קעגן די גזירות וועגן טראגן דאס יידישע לבוש. רבי איציקל איז נפטר געווארן [[כ"ב ניסן]] [[ה'תר"ח]] (1848) און באערדיקט געווארן אין דער ווארקער בית החיים. א ביסל פון זיינע תורות און עובדות זענען געדרוקט אין דעם ספר '''אהל יצחק'''. |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 15:43, 14 מאי 2024
ווארקא איז א חסידישע הויף געגרינדעט אין שטאט ווארקע, פוילן, דורך רבי איציקל ווארקער, תלמיד פון רבי שמחה בונם פון פשיסחא. דאס הויף האט זיך פארצווייגט אין אנדערע חסידישע הויפן אלעקסאנדער, אמשינאוו, און סטריקאוו.
דער הויף
נאך דער פטירה פון שמחה בונם פון פרשיסחא, האבן א טייל פון די פרשיסחא חסידים געקרוינט זיין זון רבי אברהם משה פון פשיסחא אלס רבי און דער אנדער טייל האבן אויפגענומען מנחם מענדל פון טאמאשאוו.
רבי אברהם משה האט נישט לאנג געלעבט און איז נפטר געווארן נאך אנדערט־האלב יאר, און די חסידים האבן אויפגענומען איציקל ווארקער אלס רבי'ן—ער איז באקאנט אלס דער 'אלטער רבי' פון ווארקא. נאך פארשידענע וואנדערונגען האט רבי איציקל זיך באזעצט אין ווארקע און דארט אוועקגעשטעלט זיין בית המדרש און חסידישן הויף, און אויפגעשטעלט טויזנטער תלמידים. אנדערש וואו ביי אנדערע חסידישע הייפער איז די ווארקער רביסטעווע נישט אריבער דירעקט צו די קינדער, די רביסטעווע איז אריבער פון רבי צו תלמיד. אזוי אויך האט רבי איציקל אויסגעטראטן דעם ווארקא דרך פון עוסק זיין אין אהבת רעים אויפן אופן פון אוהב את הבריות ומקרבן לתורה.
נאך זיין פטירה איז זיין ארט ערפילט געווארן דורך זיין גרויסן תלמיד, רבי שרגא פייוויל פון גריצא. וואס איז באזונדער אויך געווען א תלמיד פון יעקב לאָרבערבוים פון ליסא זצ"ל דער "נתיבות המשפט".
נאך זיין פטירה איז געקרוינט געווארן דער זון פונעם אלטער ווארקא רבי מנחם מענדל פון ווארקא באקאנט אלס דער "שתקן" נאך דאס וואס ער פלעגט כל ימיו שווייגן, ער האט עוסק געוועהן צוזאמען מיט מיט רבי יצחק מאיר אלטער פון גער אין עניני הכלל ווי השתדלות ביי די רעגירונג צו אפרופן געווארענע גזירות, פדיון שבויים און דאסגלייכן. און ווערט גערופן דער 'יונגער רבי' פון ווארקא.
ביי זיין פטירה איז די הנהגה אריבער צו דוב בעריש ביאלער, וועלכער האט משפיע געווען פרנסה בריווח פאר די חסידים, אויף אזוי ווייט אז די זיבן יאר פון זיין הנהגה זענען באקאנט אלס די "זיבן זאטע יארן"; טייל פון זיינע דברי תורה זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "מגיד דבריו ליעקב".
רבי איציקל ווארקער
רבי ישראל יצחק קאליש, דער אלטער ווארקער רבי, איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל זאלאשין, לעבן קאליש אין מערב פוילן. ווען ער איז געווען אלט 14 יאר האט ער געהייראט די טאכטער פון רבי מאיר פון זשאריק. ער האט זיך דערנענטערט צו חסידות דורך רבי דוד בידערמאן פון לעלוב וואס האט אים געברענגט צום הויף פון דעם חוזה פון לובלין, וואו ער האט דערקענט דעם איד הקדוש פון פרשיסחא.
נאך דער פטירה פון רבי דוד לעלובער אין תקע"ג, דעם איד הקדוש אין תקע"ד און דעם חוזה אין תקע"ה, האט רבי איציקל מקבל געווען די הנהגה פון דעם רבי בונם, און ער איז געווען איינער פון די גרעסטע פון זיינע תלמידים.
רבי איציקל ווארקער איז געווען באקאנט ווי אן עסקן, און ער האט אסאך געפועלט אין כלל ענינים אין פוילן מיט רבי יצחק מאיר אלטער (שפעטער געווארן רבי אין גער). אין 1846 האט ער געטראפן משה מאנטיפיארי און האט געפרואווט אים איינפלוסן צו קעמפן קעגן די גזירות וועגן טראגן דאס יידישע לבוש. רבי איציקל איז נפטר געווארן כ"ב ניסן ה'תר"ח (1848) און באערדיקט געווארן אין דער ווארקער בית החיים. א ביסל פון זיינע תורות און עובדות זענען געדרוקט אין דעם ספר אהל יצחק.
ווארקער רביס
- רבי ישראל יצחק קאליש, דער אלטער ווארקער רבי
- רבי שרגא פייוול דאנציגער פון גריצע
- רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש, דער אינגער ווארקער רבי
- רבי דוב בעריש לאנדא פון ביאלא
רבי איציקל ווארקער
רבי ישראל יצחק קאליש זצ"ל (ה'תקל"ט - כ"ב ניסן ה'תר"ח), רבי אין ווארקע, באקאנט אלס רבי איציקל ווארקער.
- רבי יעקב דוד קאליש ( - ד' כסליו ה'תרל"ח), רבי אין אמשינאוו.
- רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש ( - ט"ז סיון ה'תרכ"ח), רבי אין ווארקע, דער מיטלער ווארקער רבי.
- רבי שמחה בונם קאליש ( - כ"ב תמוז ה'תרכ"ב), פון אטוואצק.
- רבי שמעון קאליש ( - כ' תשרי ה'תרמ"ז), פון סקערנעוויץ.
- מרת שרה העניא, די ווייב פון רבי יעקב יהודה טענענבוים.
- מרת יוטא, די ווייב פון רבי נחמיה פון ווארקא.
- מרת צפורה, די ווייב פון רבי צבי מרדכי באנהארד.
- מרת דבורה, די ווייב פון רבי אהרן זאקהיים, פון נאדערזין
- מרת שרה חוה, די ווייב פון רבי ישראל צבי, רב אין ביאלאבזשעג
- מרת בלומא, די ווייב בזיווג ראשון פון רבי אברהם מושקאט.
רבי שרגא פייוול פון גריצא
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!