אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:נחש הקדמוני"
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
(4 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
'''נחש הקדמוני''' (די ערשטע, אור־אַלטע [[שלאנג|שלאַנג]]), דער ספּור אין חומש בראשית ג' | '''נחש הקדמוני''' (די ערשטע, אור־אַלטע [[שלאנג|שלאַנג]]), דער ספּור אין חומש בראשית ג' וועגן נחש (שלאנג) וואָס איז געווען צוזאַמען מיט [[אדם הראשון|אדם]] און [[חוה]] אין גן עדן און האָט אָנגערעדט חוהן אַז זי זאָל עסן פון די פאַרבאָטענע פרוכטן פון עץ הדעת און געבראכט די קללה אויף מענטשן, ווערט אין די דברי אגדה פון תלמוד און מדרש אויסגעטייטשט אויספירלעך. אין דער גמרא [[מסכת סנהדרין|סנהדרין]] כ"ט הייסט ער "נחש הקדמוני" און ער ווערט דאָרט באַטראַכט אַלס דער "מסית", דער אָנרעדער צו שלעכטס. אין סוטה ט' ווערט געזאָגט, אַז דער נחש הקדמוני איז געווען ווי אַ מענטש, געגאַנגען אויפגעשטעלט, און איז געווען דער מלך איבער אַלע בהמות און חיות. די גמרא עבודה זרה כ"ב זאָגט אין נאָמען פון [[רבי יוחנן]], אַז דער נחש האָט געהאַט באַציאונגען מיט חוה און דאַדורך האָט ער אַריינגעגעבן אַ אומריינקייט ("זוהמא") אין אַלע מענטשן, נאָר ביי די אידן נעמענדיק די [[תורה]] אויפן [[הר סיני|באַרג סיני]], האָט די אומריינקייט אויפגעהערט. דער [[מדרש תנחומא]] בראשית זאָגט, אַז דער נחש איז דער יצר הרע. | ||
[[קאַטעגאָריע:שלענג]] | [[קאַטעגאָריע:שלענג]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ספר בראשית]] | [[קאַטעגאָריע:ספר בראשית]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/פאלקס-ענצ}} | |||
[[he:נחש הקדמוני]] | |||
[[קאַטעגאָריע:פרשת בראשית]] | |||
[[קאַטעגאָריע:געשיכטעס אין ספר בראשית]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:01, 27 יוני 2024
נחש הקדמוני (די ערשטע, אור־אַלטע שלאַנג), דער ספּור אין חומש בראשית ג' וועגן נחש (שלאנג) וואָס איז געווען צוזאַמען מיט אדם און חוה אין גן עדן און האָט אָנגערעדט חוהן אַז זי זאָל עסן פון די פאַרבאָטענע פרוכטן פון עץ הדעת און געבראכט די קללה אויף מענטשן, ווערט אין די דברי אגדה פון תלמוד און מדרש אויסגעטייטשט אויספירלעך. אין דער גמרא סנהדרין כ"ט הייסט ער "נחש הקדמוני" און ער ווערט דאָרט באַטראַכט אַלס דער "מסית", דער אָנרעדער צו שלעכטס. אין סוטה ט' ווערט געזאָגט, אַז דער נחש הקדמוני איז געווען ווי אַ מענטש, געגאַנגען אויפגעשטעלט, און איז געווען דער מלך איבער אַלע בהמות און חיות. די גמרא עבודה זרה כ"ב זאָגט אין נאָמען פון רבי יוחנן, אַז דער נחש האָט געהאַט באַציאונגען מיט חוה און דאַדורך האָט ער אַריינגעגעבן אַ אומריינקייט ("זוהמא") אין אַלע מענטשן, נאָר ביי די אידן נעמענדיק די תורה אויפן באַרג סיני, האָט די אומריינקייט אויפגעהערט. דער מדרש תנחומא בראשית זאָגט, אַז דער נחש איז דער יצר הרע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!