אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מיהאליפאלווא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "ט' כסלו" ב־"ט' כסלו")
ק (הוספת קישור בינוויקי en:Valea lui Mihai)
 
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 58: שורה 58:
אין תקצ"ח האט מען באשטימט הרב שלמה זלמן מינצענט רב, ביז זיין פטירה ז' טבת תקכ"ט. זיין נאכפאלגער איז געווען הרב ישעיה הכהן רובין, מחבר פון "עטרת ישעיה", וואס איז געווען שטאטס רב מער ווי צוואנציג יאר, פון תרכ"ט ביז זיין פטירה י"ז תשרי תרנ"ב.
אין תקצ"ח האט מען באשטימט הרב שלמה זלמן מינצענט רב, ביז זיין פטירה ז' טבת תקכ"ט. זיין נאכפאלגער איז געווען הרב ישעיה הכהן רובין, מחבר פון "עטרת ישעיה", וואס איז געווען שטאטס רב מער ווי צוואנציג יאר, פון תרכ"ט ביז זיין פטירה י"ז תשרי תרנ"ב.


אין תקנ"ב האט מען באשטימט אלס רב הרב משה יוחנן שיינפעלד (געב' תק"ט), זון פון הרב בנימין שיינפעלד און מחבר פון "נחלי מים". ער איז געווען רב ביז תרע"ג. ער האט געהייראט שרה, טאכטער פון הרב מרדכי מארקל פון מיקאלא. צוויי פון זייערע זון האבן געדינט אלס רב: הרב אברהם און הרב בנימין. נאך א זון, הרב יקותיאל יהודה, איז געווען דיין אין [[ראצפערט]]. זייער טאכטער טושענא איז געווען די ווייב פון הרב [[משה סופר (ערלוי)|משה סופר]], [[ערלוי]]ער דיין.{{הערה|[http://kehilalinks.jewishgen.org/Valea_lui_Mihai/Valea_lui_Mihai-Religious.htm רעליגיעזע לעבן אין מיהאליפאלווא]}}. הרב משה סופר איז געווען דער פאטער פונעם ערלויער רב אין ירושלים, [[רבי יוחנן סופר]].
אין תקנ"ב האט מען באשטימט אלס רב הרב משה יוחנן שיינפעלד (געב' תק"ט), זון פון הרב בנימין שיינפעלד און מחבר פון "נחלי מים". ער איז געווען רב ביז תרע"ג. ער האט געהייראט שרה, טאכטער פון הרב מרדכי מארקל פון מיקאלא. צוויי פון זייערע זון האבן געדינט אלס רב: הרב אברהם און הרב בנימין. נאך א זון, הרב יקותיאל יהודה, איז געווען דיין אין [[ראצפערט]]. זייער טאכטער טושענא איז געווען די ווייב פון הרב [[רבי משה סופר (ערלוי)|משה סופר]], [[ערלוי]]ער דיין.{{הערה|[http://kehilalinks.jewishgen.org/Valea_lui_Mihai/Valea_lui_Mihai-Religious.htm רעליגיעזע לעבן אין מיהאליפאלווא]}}. הרב משה סופר איז געווען דער פאטער פונעם ערלויער רב אין ירושלים, [[רבי יוחנן סופר]].


רבי אלימלך שיף און רבי בן ציון שיף, פון דער [[ליזשענסקער דינאסטיע]], האבן געפירט רעביסטעוועס אין מיהאליפאלווע.
רבי אלימלך שיף און רבי בן ציון שיף, פון דער [[ליזענסקער דינאסטיע]], האבן געפירט רעביסטעוועס אין מיהאליפאלווע.


===באפעלקערונג===
===באפעלקערונג===
שורה 74: שורה 74:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]
[[en:Valea lui Mihai]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:27, 23 מאי 2024

מיהאליפאלווא
Valea lui Mihai
Coa Romania Town Érmihályfalva.svg
RO BH Valea lui Mihai.jpg
הימל־ליניע פון מיהאַליפאַלוואַ
מדינה / טעריטאָריע Flag of Romania.svg רומעניע
קאָאָרדינאַטן 47°31′12″N 22°07′48″E / 47.52000°N 22.13000°E / 47.52000; 22.13000 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
שטח 73.54 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטעטל

10,324‏  (שטייענדיג 2002)
צייט זאָנע UTC+2

מיהאַליפאַלוואַ אדער מיהייפאַלוואַ (רומעניש: Valea lui Mihai; אונגאַריש: Érmihályfalva) איז א שטעטל אין קרייז ביהאר, מערב זיבנבערגן, רומעניע, וואס געפינט זיך 66 ק"מ צפון־מזרח פון דער שטאט גרויסווארדיין, און 9 ק"מ פונעם גרעניץ מיט אונגארן.

היסטאריע

דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1312, אונטער דעם קעניג קארל דער ערשטער. שפעטער איז עס געווען א טייל פון דער אטאמאנישער אימפעריע און די באפעלקערונג האבן פארלאזט דאס שטעטל. ווען עס איז געקומען אונטער דער האפסבורגער מאנארכיע זענען די איינוואוינער צוריק געקומען. נאך 1867 איז מיהאַליפאַלוואַ געווען אינעם קעניגרייך פון אונגארן. זייט 1920 איז עס א שטעטל אין רומעניע.


באפעלקערונג

ביים צענזוס פון 2011 האבן געוואוינט 9,668 מענשטן אינעם שטעטל.

אידישע היסטאריע

גאליציאנער אידן האבן זיך באזעצט אין מיהאליפאלווא אין 1780 און האבן זיך באשעפטיגט מיט לאנדווירטשאפט און האנדל. דאס שטעטל איז געווען דער צענטער פון יידיש לעבן פאר די ארומיקע שטעטלעך און זידלונגען. בערך אין תק"פ האט מען אנגעהויבן בויען א שול. די ערשטע פירער פון דער שול זענען געווען סענדער ראזנבערג, יעקב ראזנפעלד, יצחק פעלדמאן און מענדל עסטרייכער.[1]

רבנים

דער ערשטער רב איז געווען הרב צבי ראזנבערג, פון תקע"ה ביז זיין פטירה ט' כסלו תרצ"ג. ער האט געהאט א זון משה יוחנן (נפטר ד' אדר תק"ח) און צוויי טעכטער: הענדל די ווייב פון דוד וואלנער,און פייגא, די ווייב פון הרב בנימין שיינפעלד.

אין תקצ"ח האט מען באשטימט הרב שלמה זלמן מינצענט רב, ביז זיין פטירה ז' טבת תקכ"ט. זיין נאכפאלגער איז געווען הרב ישעיה הכהן רובין, מחבר פון "עטרת ישעיה", וואס איז געווען שטאטס רב מער ווי צוואנציג יאר, פון תרכ"ט ביז זיין פטירה י"ז תשרי תרנ"ב.

אין תקנ"ב האט מען באשטימט אלס רב הרב משה יוחנן שיינפעלד (געב' תק"ט), זון פון הרב בנימין שיינפעלד און מחבר פון "נחלי מים". ער איז געווען רב ביז תרע"ג. ער האט געהייראט שרה, טאכטער פון הרב מרדכי מארקל פון מיקאלא. צוויי פון זייערע זון האבן געדינט אלס רב: הרב אברהם און הרב בנימין. נאך א זון, הרב יקותיאל יהודה, איז געווען דיין אין ראצפערט. זייער טאכטער טושענא איז געווען די ווייב פון הרב משה סופר, ערלויער דיין.[2]. הרב משה סופר איז געווען דער פאטער פונעם ערלויער רב אין ירושלים, רבי יוחנן סופר.

רבי אלימלך שיף און רבי בן ציון שיף, פון דער ליזענסקער דינאסטיע, האבן געפירט רעביסטעוועס אין מיהאליפאלווע.

באפעלקערונג

די אידישע באפעלקערונג איז געווען 492 (אין 1877) און 1,430 (אין 1930).[3]

רעפערענצן


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!