אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר עבד אברהם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏אריינפיר: הגהה)
ק (ט"ס (diffedit))
 
(34 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
{{דעסקריפציע|קנעכט פון אברהם}}
{{דעסקריפציע|קנעכט פון אברהם}}
'''אֱלִיעֶזֶר''', אויך גערופן '''דַּמֶּשֶׂק אֱלִיעֶזֶר''', איז געווען דער [[שקלאפעריי|קנעכט]] פון [[אברהם אבינו]]. ער ווערט דערמאנט ביים נאמען נאר איינמאל אין די תורה, פאר [[ברית בין הבתרים]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|טו|ב}}}}, אבער [[חז"ל]] באצייכענען אז ער איז דער קנעכט וואס ווערט דערמאנט אין {{תנ"ך|בראשית|כד}}, וואס רעדט וועגן דאס זוכן א כלה פאר [[יצחק]], דער זון פון אברהם. פארשידענע [[מדרש]]ים פון חז"ל פארברייטערן איבער זיין לעבן און שאפן.
'''אֱלִיעֶזֶר''', אויך גערופן '''דַּמֶּשֶׂק אֱלִיעֶזֶר''', איז געווען דער [[שקלאפעריי|קנעכט]] פון [[אברהם אבינו]] און פירער פון זיין ווירטשאפט.


== זיין פערזענליכקייט ==
אליעזר ווערט דערמאנט ביים נאמען נאר איינמאל אין די תורה, פאר [[ברית בין הבתרים]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|טו|ב}}}}, וואו אברהם דערמאנט אז אליעזר וועט אים [[ירושה|ירש'ענען]] אנשטאט קינדער. [[חז"ל]] באצייכענען אבער אז ער איז דער קנעכט וואס ווערט דערמאנט אין {{תנ"ך|בראשית|כד}}, וואס רעדט וועגן דאס זוכן א כלה פאר [[יצחק]], דער זון פון אברהם. פארשידענע [[מדרש]]ים פון חז"ל פארברייטערן איבער זיין לעבן און שאפן.
=== זיין גרויסקייט לויט חז"ל ===
{{ציטוטון|אמר רבי שמואל בר נחמני אמר רבי יונתן שלשה שאלו שלא כהוגן לשנים השיבוהו כהוגן לאחד השיבוהו שלא כהוגן ואלו הן אליעזר עבד אברהם ו[[שאול בן קיש]] ו[[יפתח הגלעדי]] אליעזר עבד אברהם דכתיב והיה הנערה אשר אמר אליה הטי נא כדך וגו' יכול אפילו חיגרת אפילו סומא השיבו כהוגן ונזדמנה לו רבקה.}}{{ביאור|דריי האבן געבעטן נישט צו דער זאך, צוויי האט מען גענטפערט צו דער זאך, און איינעם נישט: אליעזר עבד אברהם און [[שאול בן קיש]] און [[יפתח הגלעדי]]. אליעזר עבד אברהם ווי עס שטייט "והיה הנערה אשר אמר אליה הטי נא כדך וגו'" וואלט מען געקענט מיינען אז ער בעט אפילו אויב די מיידל איז הינקעדיג אדער בלינד, אבער מען האט אים געענטפערט צו דער זאך און געשיקט רבקה.}}{{הערה|{{בבלי|תענית|ד|א}}}}.


{{ציטוטון|אליעזר עבד אברהם זקן ויושב בישיבה היה שנאמר (בראשית כד, ב) ויאמר אברהם אל עבדו זקן ביתו המושל בכל אשר לו אר"א שמושל בתורת רבו (בראשית טו, ב) הוא דמשק אליעזר א"ר אלעזר שדולה ומשקה מתורתו של רבו לאחרים}}{{ביאור|אליעזר עבד אברהם איז געווען א זקן ויושב בישיבה ווי עס שטייט  "ויאמר אברהם אל עבדו '''זקן ביתו''' המושל בכל אשר לו" - אז ער איז שולט אין די תורה פון זיין האר. אזוי אויך שטייט "הוא דמשק אליעזר" - אז ער שעפט און לערנט פאר אנדערע פון זיין רבינס תורה.}}{{הערה|{{בבלי|יומא|כח|ב}}}}.
== אידענטיטעט ==
די ראשונים טייטשן אז אליעזר איז געקומען פון שטאט [[דמשק]]{{הערה|1={{תנ"ך|בראשית|טו|ב|מפרש=רש"י}}, לויט [[אונקלוס]]; רס"ג, רמב"ן, רבינו מיוחס און ספורנו, דארט.|שם=בטוב}}. טייל קלערן אז זיין אריגינעלער נאמען איז געווען דמשק, און אברהם האט אים גערופן אליעזר{{הערה|דארט=בטוב|רד"ק, אין צווייטן פירוש}}. איינער פון די אחרונים ערקלערט אז אליעזר איז געווען עלטער ווי אברהם, און אברהם האט געזאגט אז דמשק דער זון פון אליעזר וועט אים ירש'ענען{{הערה|דארט=בטוב|אזנים לתורה, באזירט אויף ספר הישר פרשת וישלח}}.


=== זיין שורש נשמה ===
פארשידענע דעות זענען פארהאן אין די מדרשים איבער זיין אידענטיטעט. אין [[מדרש רבה]] שטייט אז ער איז [[כנען בן חם|כנען]], וואס [[נח]] האט אים געשאלטן צו זיין א קנעכט{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|ס|ז}}; {{מדרש רבה|ויקרא|יז|ה}}.}}. דער מדרש לייגט צו אז מיט זיין דינסט פאר אברהם איז ער ארויס פון די קללה פון נח. דער מדרש דערציילט אז דורכאויס זיין שליחות צו געפינען א כלה פאר יצחק האט ער געגלוסט אז יצחק זאל הייראטן זיין טאכטער, און ער האט מרמז געווען פאר אברהם דערויף, אבער אברהם האט דאס אפגעווארפן צוליב די קללה פון נח{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|נט|ט}}.}}.
לויטן [[אר"י]]{{הערה|שער הפסוקים פרשת חיי שרה}} איז [[גלגול נשמות|מגולגל]] געווארן די [[נשמה]] פון אליעזר אין [[כלב בן יפונה]].


==זיין באטייליגונג אין די מלחמה פון די פיר קעניגן ==
אין [[תרגום יונתן]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יד|יד|מפרש=תרגום יונתן}}}} שטייט: "אליעזר בר נמרוד". אויך אין ילקוט שמעוני ווערט געברענגט אז אליעזר איז געווען א זון פון נמרוד{{הערה|{{ילקוט שמעוני|בראשית|קט}}}}. אין [[פרקי דרבי אליעזר]]{{הערה|{{פרקי דרבי אליעזר|טז}}}} שטייט אז אברהם האט אים באקומען אלס געשאנק פון [[נמרוד]] נאכן ווערן געראטעוועט פון [[אור כשדים]], און נאך וואס ער האט געארבעט צו געפינען א כלה פאר יצחק האט אים אברהם באפרייט, {{ציטוטון|ונתן לו הקדוש ברוך הוא שכרו בעולם הזה, בשביל שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא, והקימו למלך, והוא [[עוג מלך הבשן]]}}. די דעה ווערט אויך דערמאנט אין [[ילקוט שמעוני]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|במדבר|תשסה}}. זעט אויך {{תנא דבי אליהו|זוטא|כד}}, אז עוג מלך הבשן האט באדינט אברהם.}}.
ווען אברהם איז ארויס צו ראטעווען [[לוט]] ביי די [[מלחמת המלכים]], שטייט געשריבן {{ציטוטון|"וַיָּרֶק אֶת חֲנִיכָיו יְלִידֵי בֵיתוֹ שְׁמֹנָה עָשָׂר וּשְׁלֹשׁ מֵאוֹת"}}{{ביאור|און ער האט אנגטון מיט געווער זיינע תלמידים פון זיין היים, 318 מענטשן.}}{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יד|יד}}.}}. דער [[מדרש]] ברענגט די דעה פון [[בר קפרא]] איז דאס מיינט אליעזר אליינס, וואס זיין נאמען איז ב[[גימטריה]]: 318{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|מג|ב}}. אבער אין {{בבלי|סוכה|לא|א}} ווייזט אויס אז אברהם האט יא געהאט 318 קנעכט. זעט אויך אין [[רבי בחיי בן אשר|רבנו בחיי]]{{הערה|בראשית יד, יד}} וואס טייטשט אז אברהם האט טאקע פארמאגט 318 קנעכט, נאר אלס די דין פון "איש הירא ורך הלבב" ({{תנ"ך|דברים|כ|ח}}) איז ער למעשה ארויס קעמפן נאר מיט אליעזר.}}.


==זיין באטייליגונג אין דער רייזע צו עקידת יצחק==
די [[תוספות|בעלי התוספות]]{{הערה|דעת זקנים, פרשת חיי שרה}} האבן זיך געמוטשעט מיט די ווערטער, וויבאלד אין חז"ל ווערט געברענגט אז אליעזר איז אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן{{הערה|שם=גן-עדן}}, דאקעגן עוג מלך הבשן איז אומגעברענגט געווארן דורך משה. זיי האבן פארענטפערט אז עוג איז א טיטל פאר די קעניגן פון [[בשן]] (אזוי ווי [[פרעה]] אין [[מצרים]]), און אליעזר עבד אברהם איז נישט דער עוג וואס משה האט אומגעברענגט{{ביאור|די בעלי התוספות ברענגען נישט די ווערטער "שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא", וואס לויט די גירסא מוז מען זאגן אז אליעזר זעלבסט איז געווען א רשע און איז נישט אריין אין גן עדן{{הערה|ילקוט הפלאות, אליעזר עבד אברהם א}}. אדער גייט עס אויף די אפשטאמיגע פון אליעזר, אז זיי האבן זוכה געווען צו די מלוכה איבער בשן כדי דערמיט אפצוצאלן דעם זכות פון אליעזר{{הערה|פירוש עין טוב, אויף פרקי דרבי אליעזר פרק ט"ז}}.}}. אנדערע ווייזן אבער אויף אז דאס איז א מחלוקת צווישן מדרשים, און לויט איין דעה איז אליעזר זעלבסט געווען דער עוג וועמען משה האט אומגעברענגט און ער איז נישט אריין אין גן עדן{{הערה|פירוש הרד"ל, אויף פרקי דרבי אליעזר פרק ט"ז}}. לויט דער [[אר"י]], זענען אליעזר און עוג געקומען פון די זעלבע שורש נשמה, אליעזר פון די גוטע זייט און עוג פון די שלעכטע{{הערה|[[s:עץ חיים/שער מט/פרק ט|עץ חיים, שער מ"ט פרק ט']]}}.
ווען אברהם אבינו איז געגאנגען מיט [[יצחק]] זיין זון צו די [[עקידת יצחק|עקידה]], שטייט געשריבן {{ציטוטון|"וַיִּקַּח אֶת שְׁנֵי נְעָרָיו אִתּוֹ"}}{{ביאור|און ער האט גענומען זיינע צוויי יונגען מיט אים.}}{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כב|ג}}.}}, און [[חז"ל]] האבן ערקלערט אז{{הערה|[[מדרש זוטא]] קהלת, פרשה ט.}} דאס מיינט מען אליעזר דער קנעכט פון אברהם, און [[ישמעאל]] זון פון אברהם.


==ביים געפונען א כלה פאר יצחק==
== פערזענליכקייט ==
[[טעקע:Eliezer and Rebekah.png|שמאל|ממוזער|250px|אליעזר און רבקה, מאלעריי פון גוסטב דורה]]
חז"ל זאגן אז אליעזר איז געווען א "זקן ויושב בישיבה", וועלכער האט שולט געווען אין די תורה פון אברהם, אנגעשעפט דערפון און עס אויסגעלערנט פאר אנדערע{{הערה|{{בבלי|יומא|כח|ב}}. זעט [[רבי שלמה הכהן ראבינאוויטש]], תפארת שלמה, [https://shitufta.org.il/Tiferet_Shlomo/,_on_Torah,_Chayei_Sara?selectedunittext=23 פרשת חיי שרה], אז דעריבער איז אליעזר געגאנגען און געקומען מיט [[קפיצת הדרך]], כדי ער זאל נישט פארפאסן קיין טאג פון די תורה פון אברהם.}}.


אליעזר, וואס ווערט נישט דערמאנט מיט זיין נאמען, נאר ווערט באטיטלט דורכאויס די גאנצע מעשה "עבד אברהם"-קנעכט פון אברהם, איז געשיקט געווארן דורך אברהם צו זיין פאמיליע אין [[חרן]] כדי צו געפונען א ווייב פאר יצחק, וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז זיין זון זאל הייראטן א [[ארץ כנען|כנענישע]] מויד.
לויט א מדרש איז אליעזר געווען פון די איינציגסטע וואס זענען אריין לעבעדיגערהייט אין [[גן עדן]]{{הערה|מסכת דרך ארץ זוטא, [http://www.daat.ac.il/daat/toshba/zuta/1-2.htm פרק א']: "תשעה נכנסו בחייהם בגן עדן, ואלו הן: חנוך בן ירד, ואליהו ומשיח, ואליעזר עבד אברהם, וחירם מלך צור, ועבד מלך הכושי, ויעבץ בנו של רבי יהודה הנשיא, ובתיה בת פרעה, וסרח בת אשר, ויש אומרים אף רבי יהושע בן לוי".|שם=גן-עדן}}. דער מדרש זאגט אז ער האט אויסגעזען ענליך צו אברהם, און ער האט געוועלטיגט אויף זיין יצר ווי אברהם{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|נט|ח}}.}}. אויף אים ווערן גע'דרש'נט די פסוקים "עבד משכיל"{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|ס|ב}}}} און "צדיק אוכל לשובע נפשו"{{הערה|{{מדרש רבה|במדבר|כא|כ}}}}.


אליעזר האט מיטגענומען אסאך מתנות, [[צירונג]]ען און [[זילבער]]נע און [[גאלד]]נע כלים. ער איז ארויס קיין [[ארם נהריים]] און איז אנגעקומען צו [[חרן]], דארט האט ער געזוכט א פלאץ איבער צו נעכטיגן, עסן און טרינקען. אליעזר האט באשלאסן צו ווארטן נעבן ברונעם אינדערויסן פון שטאט, ווייל ער האט געוואלט זען ווער וועט זיין די וואס וועט אנטרונקען אים און זיינע קעמלען, און זי וועט זיין א געלונגענע שידוך פאר יצחק. נאך וואס ער האט געווארט א וויילע נעבן ברונעם איז צוגעקומען [[רבקה אמנו|רבקה]], די טאכטער פון [[בתואל]], וואס האט צוגעשטימט אים צו העלפן מיטן שעפן וואסער און אנטרונקען די קעמלען, און אליעזר האט באשלאסן אז זי איז פאסיג צו זיין די ווייב פון יצחק. צו ארויס ווייזן זיין דאנק האט איר אליעזר געגעבן א {{ציטוטון|נֶזֶם זָהָב, בֶּקַע מִשְׁקָלוֹ, וּשְׁנֵי צְמִידִים עַל יָדֶיהָ, עֲשָׂרָה זָהָב מִשְׁקָלָם}}{{ביאור| א גאלדענעם נאזבאנד וואס וועגט א בקע, און צוויי מעניעס אויף אירע הענט, וואס וועגט צען שטיק גאלד.}}{{הערה| בראשית כד, כב}} רבקה האט אים באקענט געמאכט ווער זי און איר פאמיליע זענען און האט אים איינגעלאדנט צו נעכטיגן ביי זייער הויז.
אין [[תלמוד בבלי]] ווערט דערציילט אז אליעזר האט באזוכט אין [[סדום]] און האט באוויזן מיט גרויס כיטרישקייט זיך צו ראטעווען פון זייערע פארדארבענע געזעצן, און זיי אפילו אויסנוצן פאר זיינעט וועגן{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|קט|ב}}}}.


רבקה האט זיך געאיילט זיך צוריק צוקערן צו איר הויז און אינפארמירן איר פאמיליע וועגן דעם גאסט. ווען איר ברודער [[לבן]] האט געזען די גאלד וואס זי האט געברענגט איז ער ארויס געפינען אליעזר און אים באגלייטן צו זייער הויז. אליעזר האט פארציילט פאר די הויזגעזונד פון רבקה וועגן די ציל פון זיין קומען און וועגן זיין האר און האט געבעטן צו נעמען רבקה פאר יצחק. די הויזגעזונד פון רבקה האבן איינגעשטימט איר צו געבן אלס ווייב פאר יצחק מיטן באדינג אז די מיידל זאל איינשטימען: {{ציטוטון|וַיֹּאמְרוּ, נִקְרָא לַנַּעֲרָ, וְנִשְׁאֲלָה אֶת פִּיהָ. וַיִּקְרְאוּ לְרִבְקָה וַיֹאמְרוּ אֵלֶיהָ, הֲתֵלְכִי עִם-הָאִישׁ הַזֶּה? וַתֹּאמֶר, אֵלֵךְ}}{{ביאור|און זיי האבן געזאגט, לאמיר רופן די מיידל, און איר פרעגן וואס זי זאגט. און זיי האבן גערופן רבקה און געזאגט צו איר, צו וועסטו גיין מיט דעם מענטש? און זי האט געזאגט, איך וועל גיין.}}. אז רבקה האט איינגעשטימט צו הייראטן יצחק, איז זי ארויס אין וועג מיט אליעזר און איר [[זייגן|זייגערינע]]. פאר איר גיין, האבן איר די הויזגעזונד געבענטשט: {{ציטוטון|אֲחֹתֵנוּ, אַתְּ הֲיִי לְאַלְפֵי רְבָבָה, וְיִירַשׁ זַרְעֵךְ אֵת שַׁעַר שֹׂנְאָיו}}{{ביאור|אונזער שוועסטער, דו זאלסט זיין אויף צענדליגע טויזנטער, און דיינע קינדער זאלן אייננעמען די טויער פון זיינע פיינט.}}.
חז"ל דערמאנען אז אליעזר באדינט אברהם אויך נאך זיין פטירה, שטייענדיג ביים טיר פון [[מערת המכפלה]]{{הערה|{{בבלי|בבא בתרא|נח|א}}}}. לויט איין מקור זיצט ער ביים טיר פון [[גיהנום]] און שלעפט אהין טייל בעלי עבירה{{הערה|מגלה עמוקות מהדורא תנינא, פרשת וירא, בשם מדרש.}}. לויטן [[אר"י]] איז [[גלגול נשמות|מגולגל]] געווארן די [[נשמה]] פון אליעזר אין [[כלב בן יפונה]]{{הערה|שער הפסוקים פרשת חיי שרה}}. לויט איין מקור איז אליעזר זעלבסט געווען א גלגול פון [[חנוך]]{{הערה|ילקוט ראובני, פרשת לך}}.


ווען זיי זענען אנגעקומען צו די וואוינארט פון אברהם און זיין פאמיליע, האט יצחק באמערקט די שיירה זיך דערנענטערן. רבקה האט געקוקט אויף אים און איז אראפגעפאלן פונעם קעמל. אליעזר האט איר באוויזן אז דאס אז דער זון פון זיין האר, און פאר אים האט ער דערציילט אלעס וואס איז מיט זיי געווען, און יצחק האט געהייראט רבקה.
== שליחות'ן ==
אלס הויפט קנעכט פון אברהם, ווי דער פסוק איז מעיד {{ציטוטון|וַיֹּאמֶר אַבְרָהָם אֶל עַבְדּוֹ זְקַן בֵּיתוֹ הַמֹּשֵׁל בְּכָל אֲשֶׁר לוֹ{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כד|ב}}}}}}, איז אליעזר געשיקט געווארן דורך אברהם צו פארשידענע שליחות'ן.


==זיין געשטאלט אין די מדרשים==
ווען אברהם איז ארויס צו ראטעווען [[לוט]] ביי די [[מלחמת המלכים]], שטייט אז ער האט באוואפנט זיינע 318 {{ציטוטון|חֲנִיכָיו יְלִידֵי בֵיתוֹ}}{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יד|יד}}}}. דער מדרש ברענגט די דעה פון [[בר קפרא]] אז דאס מיינט אליעזר אליינס, וואס זיין נאמען איז [[גימטריה]] 318{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|מג|ב}}}}{{ביאור|אין {{בבלי|סוכה|לא|א}} ווייזט אויס אז אברהם האט יא געהאט 318 קנעכט. דער [[רבי בחיי בן אשר|רבנו בחיי]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יד|יד|מפרש=רבינו בחיי}}}} טייטשט אז אברהם האט טאקע פארמאגט 318 קנעכט, נאר אלס די דין פון "איש הירא ורך הלבב" ({{תנ"ך|דברים|כ|ח}}) איז ער למעשה ארויס קעמפן נאר מיט אליעזר. ענליך שטייט אין מדרש תנחומא הישן, פרשת לך אות ט"ז, אז די אנדערע האבן זיך צוריקגעקערט צוליב זייערע עבירות און בלויז אליעזר האט נישט געהאט קיין זינד.}}, אדער איז אליעזר געווען שקול קעגן די 318 קנעכט{{הערה|{{בבלי|נדרים|לב|א}}; {{תנ"ך|בראשית|יד|יג|מפרש=תרגום יונתן}}}}.
לויטן מדרש וואס ווייזט אז חסידי אומות העולם האבן א חלק אין גן עדן איז אליעזר געווען פון די איינציגסטע וואס זענען אריין לעבעדיגערהייט אין [[גן עדן]]{{הערה|"תשעה נכנסו בחייהם בגן עדן, ואלו הן: חנוך בן ירד, ואליהו ומשיח, ואליעזר עבד אברהם, וחירם מלך צור, ועבד מלך הכושי, ויעבץ בנו של רבי יהודה הנשיא, ובתיה בת פרעה, וסרח בת אשר, ויש אומרים אף רבי יהושע בן לוי" [http://www.daat.ac.il/daat/toshba/zuta/1-2.htm מסכת דרך ארץ זוטא], אין וועבזייטל "דעת"}} אזוי אויך איז געזאגט געווארן אויף אים אין מדרש אז זיין געוועלטיגן אויף זיין יצר איז געווען אזוי גרויס ווי ביי אברהם{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|נט|ח}}.}}.


און מדרשים זענען דא פארשידענע מאמרים וועגן זיין אידענטיטעט. אין [[פרקי דרבי אליעזר]]{{הערה|פרק טז}} שטייט געשריבן אז אברהם האט אים באקומען אלס געשאנק פון [[נמרוד]] נאכן ווערן געראטעוועט פון [[אור כשדים]], און נאך וואס ער האט געארבעט צו געפינען א כלה פאר יצחק האט אים אברהם באפרייט, {{ציטוטון|ונתן לו הקדוש ברוך הוא שכרו בעולם הזה, בשביל שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא, והקימו למלך, והוא [[עוג מלך הבשן]]}}{{ביאור|און גאט האט אים געגעבן זיין באלוין אויף די וועלט, כדי עס זאל נישט זיין שכר פאר רשעים אויף יענע וועלט, און האט אים געמאכט קעניג, און ער איז עוג מלך הבשן.}}{{הערה|זעט אויך [[תנא דבי אליהו]] זוטא, פרק כד}}.
אליעזר איז אויך געווען פון די וואס האבן זיך באטייליגט ביים [[עקידת יצחק]]. ווען אברהם אבינו איז געגאנגען מיט זיין זון [[יצחק]] צום עקידה, שטייט {{ציטוטון|"וַיִּקַּח אֶת שְׁנֵי נְעָרָיו אִתּוֹ"}}{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כב|ג}}}}, [[חז"ל]] ערקלערן אז דאס מיינט מען אליעזר דער קנעכט פון אברהם, און [[ישמעאל]] דער זון פון אברהם{{הערה|[[מדרש זוטא]] קהלת, פרשה ט.}}.


אין [[ילקוט שמעוני]]{{הערה|פרשת חוקת, רמז תשסה}} ווערט געברענגט: {{ציטוטון|עוג הוא אליעזר, ופרסות רגליו ארבעים מיל, ואברהם היה טומנו בכף ידו. פעם אחת גער בו <small>(אברהם)</small>, ומיראתו נפל שינו ממנו, ונטלו אברהם ועשאו מיטת שן והיה ישן שם, ויש אומרים כסא עשאו וישב בו כל ימי חייו. ומי נתנו לאברהם, נמרוד}}{{ביאור|עוג דאס איז אליעזר, און זיינע פיס פלאכן זענען געווען פערציג מיל, און אברהם האט אים איינגענומען אין זיין האנט פלאך. איינמאל האט אברהם געשריגן אויף אים, און פון מורא איז אראפגעפאלן זיין צאן, און אברהם האט עס גענומן אין געמאכט דערפון א געלעגער ווי ער איז געשלאפן, און אנדערע זאגן אז ער האט געמאכט דערפון א בענקל און ער איז געזעצן דערויף אגאנצן לעבן. און ווער האט אים געגעבן פאר אברהם? נמרוד.}}.
===ביים געפונען א כלה פאר יצחק===
[[טעקע:Eliezer and Rebekah.png|שמאל|ממוזער|250px|אליעזר און רבקה, מאלעריי פון גוסטאוו דורעי]]
אליעזר, וואס ווערט נישט דערמאנט מיט זיין נאמען, נאר ווערט באטיטלט דורכאויס די גאנצע געשיכטע "עבד אברהם", איז געשיקט געווארן דורך אברהם צו זיין פאמיליע אין שטאט פון נחור כדי צו געפונען א ווייב פאר יצחק און איר ברענגען קיין ארץ ישראל, וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז זיין זון זאל הייראטן א [[ארץ כנען|כנענישע]] מויד און נישט אז זיין זון זאל זיך צוריקקערן צום שטאט פון זיין פאמיליע{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כד|לאנג=יא}}.}}.


די [[בעלי התוספות]]{{הערה|דעת זקנים, פרשת לך לך}} האבן זיך געמוטשעט מיט די ווערטער, וויבאלד ווי ערווענט ווערט געברענגט אין חז"ל אז אליעזר איז אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן, דאקעגן עוג מלך הבשן איז געטויטעט געווארן דורך משה. זיי האבן פארענטפערט אז עוג איז א טיטל פאר די קעניגן פון בשן (אזוי ווי [[פרעה]] אין [[מצרים]]), און אליעזר עבד אברהם איז נישט דער עוג וואס משה האט געטויטעט.
אליעזר האט מיטגענומען צען פון אברהם'ס קעמלען און אסאך מתנות, [[צירונג]]ען און [[זילבער]]נע און [[גאלד]]ענע כלים. ער איז ארויס קיין [[ארם נהריים]] און איז אנגעקומען צום שטאט פון נחור. ער האט זיך געשטעלט ביים ברונעם אויסער די שטאט ווען די וואסער-שעפּערינס קומען, און געבעטן א תפילה צו גאט אז דאס מיידל וועם ער וועט בעטן צו טרינקען פון איר קריגל און זי וועט אפפערן אויך צו אנטרינקען די קעמלען זאל זיין די פאסיגע שידוך פאר יצחק.


אין [[תרגום יונתן]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יד|יד}}}} שרייבט ער: '''אליעזר בר נמרוד''', דאס מיינט "אליעזר זון פון נמרוד". אויך דער [[ילקוט שמעוני]]{{הערה|פרשת חיי שרה רמז קט}} שרייבט: "הוא אליעזר בן נמרוד".
נאך איידער ער האט געענדיגט זיין תפילה איז [[רבקה]], א טאכטער פון [[בתואל]] - אברהם'ס פלומעניק, ארויס שעפן וואסער, ווען ביים איר בעטן אים צו געבן טרינקען האט זי אנגעטראגן אויך צו אנטרינקען די קעמלען. ערשטוינט און געשפאנט צי זי איז טאקע די ריכטיגע שידוך, האט אליעזר איר אהינגעגעבן א גאלדענע נאזבאנד וואס וועגט א בקע און צוויי ארעמבאנדן וואס וועגן צען גאלד שטיק אויף אירע הענט. און זיך נאכגעפרעגט פון וואו זי שטאמט, און געבעטן צו נעכטיגן אין איר פאטער'ס הויז. זי האט אים דערציילט אז זי איז א טאכטער פון בתואל, א זון פון מלכה - די ווייב פון [[נחור אחי אברהם|נחור]], אברהם'ס ברודער, און אים פארבעטן צו קומען ביי זיי נעכטיגן. ווען אליעזר האט באקומען דעם ענטפער, האט ער געוואוסט אז זי איז די וואס פאסט צו זיין יצחק'ס ווייב. אליעזר האט געדאנקט און זיך געביקט צו גאט פאר'ן אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.


אין [[מדרש רבה]] שטייט געשריבן אז ער איז [[כנען (תנ"ך פערזענליקייט)|כנען]], וואס [[נח]] האט אים געשאלטן צו זיין א קנעכט{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|ס|ז}}, {{מדרש רבה|ויקרא|יז|ה}}.}}. דער מדרש לייגט צו אז דורכן זיין דער קנעכט פון אברהם, איז ער ארויס פון די קללה פון נח. לויט די מדרש, דורכאויס זיין שליחות צו געפינען א כלה פאר יצחק, האט ער געגלוסט אז יצחק זאל הייראטן זיין טאכטער און ער האט מרמז געווען פאר אברהם דערויף, אבער אברהם האט דאס אפגעווארפן וועגן די קללה פון נח{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|נט|ט}}.}}.
ווען רבקה האט זיך אהיימגעקערט, האבן די הויז געזונד געזען די צירונגען און זיך געוואונדערט דערוועגן. רבקה האט דערציילט וועגן די באגעגעניש מיטן מענטש נעבן ברונעם, און זיי האבן געוואלט וויסן וואו ער געפינט זיך, קלערנדיג אז ער פארמאגט גרויס רייכטום. זיי האבן פארבעטן אליעזר צו קומען נעכטיגן אין זייער הויז, וועלכע זיי האבן ספעציעל גערייניגט. דער ברודער פון רבקה, [[לבן]], האט ארויסגעשטארצט מיט זיין [[חנופה]] ווילנדיג באקומען גאלד און דימאנטן.


אין [[תלמוד בבלי]]<ref>[[מסכת סנהדרין]] דף ק"ט, עמוד ב'.</ref> ווערט דערציילט אז אליעזר האט באזוכט אין [[סדום]] און האט באוויזן מיט גרויס כיטערישקייט זיך צו ראטעווען פון זייערע פארדארבענע געזעצן, און דאס אפילו אויסנוצן פאר זיינעט וועגן.
אליעזר איז אהיים צו רבקה אין שטוב, און געווארן סערווירט עסן, אבער ער האט נישט געוואלט אנהייבן עסן איידער ער האט צוגערעדט אירע עלטערן צום שידוך, צו וואס זיי האבן צוגעשטימט. רבקה'ס עלטערן האבן געוואלט אז זי זאל הערשט גיין ווען זי איז עלטער, אבער ביים אנפרעגן רבקה אליין איז זי איינגעגאנגען יא צו גיין גלייך. אליעזר האט גענומען רבקה קיין [[ארץ כנען]]. ווען זיי זענען אנגעקומען צו די וואוינארט פון אברהם און זיין פאמיליע, האט יצחק באמערקט די שיירה זיך דערנענטערן. רבקה האט געקוקט אויף אים און איז אראפגעפאלן פונעם קעמל. צו איר אנפראגע האט אליעזר איר געזאגט אז דאס איז יצחק, און פאר אים האט אליעזר דערציילט אלעס וואס ער האט געטון.


==דרויסנדע לינקס==
די געשיכטע מיט אליעזר און רבקה ביים ברונעם ווערט דריי מאל ברייט געשילדערט אין די קאפיטל; ווי אליעזר פלאנט אויס די מיסיע, ווי עס שפילט זיך פאקטיש אפ, און ווי אליעזר דערציילט עס דאן איבער פאר רבקה'ס עלטערן. [[חז"ל]] דרוקן זיך אויס אויף די אריכות אינעם פרשה, אין צייט וואס אנדערע פרשיות איבער "גופי תורה" זענען געשריבן ברמיזה: {{ציטוטון|יפה שיחתן של עבדי בתי אבות מתורתן של בנים}}{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|ס|ח}}}}. פארהאן לייכטע ענדערונגען צווישן די פאקטישע פאסירונגען און די איינצלהייטן וואס אליעזר דערציילט שפעטער איבער, וואס ער האט געטון מיט קלוגשאפט כדי צו איבעררעדן אירע עלטערן צום שידוך{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כד|לז|אן=ספר|מפרש=מלבי"ם}}.}}.
 
חז"ל דרוקן זיך אויס אז אליעזר האט געבעטן "שלא כהוגן", ווייל דאס מיידל וואס טראגט זיך אן וואלט געקענט זיין א הינקעדיגע אדער בלינדע; מען האט אים אבער געענטפערט פון הימל כהוגן{{הערה|{{בבלי|תענית|ד|א}}}}.
 
דער [[רמב"ם]] לערנט, באזירט אויף א גמרא{{הערה|{{בבלי|חולין|צה|ב}}}}, אז דער סימן וואס אליעזר האט זיך געמאכט איז געווען [[ניחוש]] וואס איז אסור{{הערה|{{רמב"ם|עבודה זרה|יא|ד}}}}. דער [[רבי אברהם בן דוד פון פושקירה|ראב"ד]] רעאגירט גאר שארף: "ואי הוו אינהו הוו מפקי פולסי דנורא לאפיה" (ווען {{טערמין|זיי|אליעזר און יהונתן|יהונתן}} וואלטן געווען, וואלטן זיי געגעבן פייערדיגע שלעק צו זיין פנים). דער [[רבי יהודה ליוואי|מהר"ל]] ערקלערט פארוואס דאס איז נישט געווען אסור, ווייל דער סימן האט געצייגט אז זי איז א [[חסד|גומלת חסדים]], און ער וואלט איר דעריבער אויסגעוועלט אויך ווען נישט דעם ניחוש{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כד|יד|מפרש=גור אריה}}}}.
 
==דרויסנדיגע לינקס==
{{ויקישיתוף בשורה|Category:Eliezer}}
{{ויקישיתוף בשורה|Category:Eliezer}}
* לוי מנדלזון, [https://he.chabad.org/library/article_cdo/aid/2366411 אליעזר עבד אברהם: גם תלמיד חכם - גם מנהל משק], וועבזייטל בית [[חב"ד]]
* לוי מנדלזון, [https://he.chabad.org/library/article_cdo/aid/2366411 אליעזר עבד אברהם: גם תלמיד חכם - גם מנהל משק], אויף בית חב"ד זייטל
*הרב אהרן לוי, [https://www.hidabroot.org/article/240927 מה אפשר ללמוד מאליעזר עבד אברהם], וועבזייטל [[הידברות (ארגאניזאציע)|הידברות]]
*הרב אהרן לוי, [https://www.hidabroot.org/article/240927 מה אפשר ללמוד מאליעזר עבד אברהם], אויף הידברות זייטל


==טייטש ==
==נאטיצן==
{{ביאורים}}
{{ביאורים}}


שורה 55: שורה 58:
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}


[[:קאטעגאריע:אישים בספר בראשית]]
[[קאַטעגאָריע:פערזאנען אין ספר בראשית]]
[[:קאטעגאריע:אברהם]]
[[קאַטעגאָריע:אברהם אבינו]]
[[:קאטעגאריע:צדיקים שנכנסו בחייהם לגן עדן]]
[[קאטעגאריע:אריין לעבעדיג אין גן עדן]]
[[:קאטעגאריע:עבדים]]
[[קאטעגאריע:קנעכט]]
[[:קאטעגאריע:אישים בפרשת חיי שרה]]
[[קאטעגאריע:פרשת חיי שרה]]
{{וח}}
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
 
{{אבן הפינה ארטיקל}}
[[he:אליעזר עבד אברהם]]
[[he:אליעזר עבד אברהם]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:31, 25 אויגוסט 2024

אֱלִיעֶזֶר, אויך גערופן דַּמֶּשֶׂק אֱלִיעֶזֶר, איז געווען דער קנעכט פון אברהם אבינו און פירער פון זיין ווירטשאפט.

אליעזר ווערט דערמאנט ביים נאמען נאר איינמאל אין די תורה, פאר ברית בין הבתרים[1], וואו אברהם דערמאנט אז אליעזר וועט אים ירש'ענען אנשטאט קינדער. חז"ל באצייכענען אבער אז ער איז דער קנעכט וואס ווערט דערמאנט אין בראשית כד, וואס רעדט וועגן דאס זוכן א כלה פאר יצחק, דער זון פון אברהם. פארשידענע מדרשים פון חז"ל פארברייטערן איבער זיין לעבן און שאפן.

אידענטיטעט

די ראשונים טייטשן אז אליעזר איז געקומען פון שטאט דמשק[2]. טייל קלערן אז זיין אריגינעלער נאמען איז געווען דמשק, און אברהם האט אים גערופן אליעזר[2.1]. איינער פון די אחרונים ערקלערט אז אליעזר איז געווען עלטער ווי אברהם, און אברהם האט געזאגט אז דמשק דער זון פון אליעזר וועט אים ירש'ענען[2.2].

פארשידענע דעות זענען פארהאן אין די מדרשים איבער זיין אידענטיטעט. אין מדרש רבה שטייט אז ער איז כנען, וואס נח האט אים געשאלטן צו זיין א קנעכט[3]. דער מדרש לייגט צו אז מיט זיין דינסט פאר אברהם איז ער ארויס פון די קללה פון נח. דער מדרש דערציילט אז דורכאויס זיין שליחות צו געפינען א כלה פאר יצחק האט ער געגלוסט אז יצחק זאל הייראטן זיין טאכטער, און ער האט מרמז געווען פאר אברהם דערויף, אבער אברהם האט דאס אפגעווארפן צוליב די קללה פון נח[4].

אין תרגום יונתן[5] שטייט: "אליעזר בר נמרוד". אויך אין ילקוט שמעוני ווערט געברענגט אז אליעזר איז געווען א זון פון נמרוד[6]. אין פרקי דרבי אליעזר[7] שטייט אז אברהם האט אים באקומען אלס געשאנק פון נמרוד נאכן ווערן געראטעוועט פון אור כשדים, און נאך וואס ער האט געארבעט צו געפינען א כלה פאר יצחק האט אים אברהם באפרייט, ”ונתן לו הקדוש ברוך הוא שכרו בעולם הזה, בשביל שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא, והקימו למלך, והוא עוג מלך הבשן. די דעה ווערט אויך דערמאנט אין ילקוט שמעוני[8].

די בעלי התוספות[9] האבן זיך געמוטשעט מיט די ווערטער, וויבאלד אין חז"ל ווערט געברענגט אז אליעזר איז אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן[10], דאקעגן עוג מלך הבשן איז אומגעברענגט געווארן דורך משה. זיי האבן פארענטפערט אז עוג איז א טיטל פאר די קעניגן פון בשן (אזוי ווי פרעה אין מצרים), און אליעזר עבד אברהם איז נישט דער עוג וואס משה האט אומגעברענגט[א]. אנדערע ווייזן אבער אויף אז דאס איז א מחלוקת צווישן מדרשים, און לויט איין דעה איז אליעזר זעלבסט געווען דער עוג וועמען משה האט אומגעברענגט און ער איז נישט אריין אין גן עדן[13]. לויט דער אר"י, זענען אליעזר און עוג געקומען פון די זעלבע שורש נשמה, אליעזר פון די גוטע זייט און עוג פון די שלעכטע[14].

פערזענליכקייט

חז"ל זאגן אז אליעזר איז געווען א "זקן ויושב בישיבה", וועלכער האט שולט געווען אין די תורה פון אברהם, אנגעשעפט דערפון און עס אויסגעלערנט פאר אנדערע[15].

לויט א מדרש איז אליעזר געווען פון די איינציגסטע וואס זענען אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן[10]. דער מדרש זאגט אז ער האט אויסגעזען ענליך צו אברהם, און ער האט געוועלטיגט אויף זיין יצר ווי אברהם[16]. אויף אים ווערן גע'דרש'נט די פסוקים "עבד משכיל"[17] און "צדיק אוכל לשובע נפשו"[18].

אין תלמוד בבלי ווערט דערציילט אז אליעזר האט באזוכט אין סדום און האט באוויזן מיט גרויס כיטרישקייט זיך צו ראטעווען פון זייערע פארדארבענע געזעצן, און זיי אפילו אויסנוצן פאר זיינעט וועגן[19].

חז"ל דערמאנען אז אליעזר באדינט אברהם אויך נאך זיין פטירה, שטייענדיג ביים טיר פון מערת המכפלה[20]. לויט איין מקור זיצט ער ביים טיר פון גיהנום און שלעפט אהין טייל בעלי עבירה[21]. לויטן אר"י איז מגולגל געווארן די נשמה פון אליעזר אין כלב בן יפונה[22]. לויט איין מקור איז אליעזר זעלבסט געווען א גלגול פון חנוך[23].

שליחות'ן

אלס הויפט קנעכט פון אברהם, ווי דער פסוק איז מעיד ”וַיֹּאמֶר אַבְרָהָם אֶל עַבְדּוֹ זְקַן בֵּיתוֹ הַמֹּשֵׁל בְּכָל אֲשֶׁר לוֹ[24], איז אליעזר געשיקט געווארן דורך אברהם צו פארשידענע שליחות'ן.

ווען אברהם איז ארויס צו ראטעווען לוט ביי די מלחמת המלכים, שטייט אז ער האט באוואפנט זיינע 318 ”חֲנִיכָיו יְלִידֵי בֵיתוֹ”[25]. דער מדרש ברענגט די דעה פון בר קפרא אז דאס מיינט אליעזר אליינס, וואס זיין נאמען איז גימטריה 318[26][ב], אדער איז אליעזר געווען שקול קעגן די 318 קנעכט[28].

אליעזר איז אויך געווען פון די וואס האבן זיך באטייליגט ביים עקידת יצחק. ווען אברהם אבינו איז געגאנגען מיט זיין זון יצחק צום עקידה, שטייט ”"וַיִּקַּח אֶת שְׁנֵי נְעָרָיו אִתּוֹ"”[29], חז"ל ערקלערן אז דאס מיינט מען אליעזר דער קנעכט פון אברהם, און ישמעאל דער זון פון אברהם[30].

ביים געפונען א כלה פאר יצחק

אליעזר און רבקה, מאלעריי פון גוסטאוו דורעי

אליעזר, וואס ווערט נישט דערמאנט מיט זיין נאמען, נאר ווערט באטיטלט דורכאויס די גאנצע געשיכטע "עבד אברהם", איז געשיקט געווארן דורך אברהם צו זיין פאמיליע אין שטאט פון נחור כדי צו געפונען א ווייב פאר יצחק און איר ברענגען קיין ארץ ישראל, וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז זיין זון זאל הייראטן א כנענישע מויד און נישט אז זיין זון זאל זיך צוריקקערן צום שטאט פון זיין פאמיליע[31].

אליעזר האט מיטגענומען צען פון אברהם'ס קעמלען און אסאך מתנות, צירונגען און זילבערנע און גאלדענע כלים. ער איז ארויס קיין ארם נהריים און איז אנגעקומען צום שטאט פון נחור. ער האט זיך געשטעלט ביים ברונעם אויסער די שטאט ווען די וואסער-שעפּערינס קומען, און געבעטן א תפילה צו גאט אז דאס מיידל וועם ער וועט בעטן צו טרינקען פון איר קריגל און זי וועט אפפערן אויך צו אנטרינקען די קעמלען זאל זיין די פאסיגע שידוך פאר יצחק.

נאך איידער ער האט געענדיגט זיין תפילה איז רבקה, א טאכטער פון בתואל - אברהם'ס פלומעניק, ארויס שעפן וואסער, ווען ביים איר בעטן אים צו געבן טרינקען האט זי אנגעטראגן אויך צו אנטרינקען די קעמלען. ערשטוינט און געשפאנט צי זי איז טאקע די ריכטיגע שידוך, האט אליעזר איר אהינגעגעבן א גאלדענע נאזבאנד וואס וועגט א בקע און צוויי ארעמבאנדן וואס וועגן צען גאלד שטיק אויף אירע הענט. און זיך נאכגעפרעגט פון וואו זי שטאמט, און געבעטן צו נעכטיגן אין איר פאטער'ס הויז. זי האט אים דערציילט אז זי איז א טאכטער פון בתואל, א זון פון מלכה - די ווייב פון נחור, אברהם'ס ברודער, און אים פארבעטן צו קומען ביי זיי נעכטיגן. ווען אליעזר האט באקומען דעם ענטפער, האט ער געוואוסט אז זי איז די וואס פאסט צו זיין יצחק'ס ווייב. אליעזר האט געדאנקט און זיך געביקט צו גאט פאר'ן אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.

ווען רבקה האט זיך אהיימגעקערט, האבן די הויז געזונד געזען די צירונגען און זיך געוואונדערט דערוועגן. רבקה האט דערציילט וועגן די באגעגעניש מיטן מענטש נעבן ברונעם, און זיי האבן געוואלט וויסן וואו ער געפינט זיך, קלערנדיג אז ער פארמאגט גרויס רייכטום. זיי האבן פארבעטן אליעזר צו קומען נעכטיגן אין זייער הויז, וועלכע זיי האבן ספעציעל גערייניגט. דער ברודער פון רבקה, לבן, האט ארויסגעשטארצט מיט זיין חנופה ווילנדיג באקומען גאלד און דימאנטן.

אליעזר איז אהיים צו רבקה אין שטוב, און געווארן סערווירט עסן, אבער ער האט נישט געוואלט אנהייבן עסן איידער ער האט צוגערעדט אירע עלטערן צום שידוך, צו וואס זיי האבן צוגעשטימט. רבקה'ס עלטערן האבן געוואלט אז זי זאל הערשט גיין ווען זי איז עלטער, אבער ביים אנפרעגן רבקה אליין איז זי איינגעגאנגען יא צו גיין גלייך. אליעזר האט גענומען רבקה קיין ארץ כנען. ווען זיי זענען אנגעקומען צו די וואוינארט פון אברהם און זיין פאמיליע, האט יצחק באמערקט די שיירה זיך דערנענטערן. רבקה האט געקוקט אויף אים און איז אראפגעפאלן פונעם קעמל. צו איר אנפראגע האט אליעזר איר געזאגט אז דאס איז יצחק, און פאר אים האט אליעזר דערציילט אלעס וואס ער האט געטון.

די געשיכטע מיט אליעזר און רבקה ביים ברונעם ווערט דריי מאל ברייט געשילדערט אין די קאפיטל; ווי אליעזר פלאנט אויס די מיסיע, ווי עס שפילט זיך פאקטיש אפ, און ווי אליעזר דערציילט עס דאן איבער פאר רבקה'ס עלטערן. חז"ל דרוקן זיך אויס אויף די אריכות אינעם פרשה, אין צייט וואס אנדערע פרשיות איבער "גופי תורה" זענען געשריבן ברמיזה: ”יפה שיחתן של עבדי בתי אבות מתורתן של בנים”[32]. פארהאן לייכטע ענדערונגען צווישן די פאקטישע פאסירונגען און די איינצלהייטן וואס אליעזר דערציילט שפעטער איבער, וואס ער האט געטון מיט קלוגשאפט כדי צו איבעררעדן אירע עלטערן צום שידוך[33].

חז"ל דרוקן זיך אויס אז אליעזר האט געבעטן "שלא כהוגן", ווייל דאס מיידל וואס טראגט זיך אן וואלט געקענט זיין א הינקעדיגע אדער בלינדע; מען האט אים אבער געענטפערט פון הימל כהוגן[34].

דער רמב"ם לערנט, באזירט אויף א גמרא[35], אז דער סימן וואס אליעזר האט זיך געמאכט איז געווען ניחוש וואס איז אסור[36]. דער ראב"ד רעאגירט גאר שארף: "ואי הוו אינהו הוו מפקי פולסי דנורא לאפיה" (ווען זיי וואלטן געווען, וואלטן זיי געגעבן פייערדיגע שלעק צו זיין פנים). דער מהר"ל ערקלערט פארוואס דאס איז נישט געווען אסור, ווייל דער סימן האט געצייגט אז זי איז א גומלת חסדים, און ער וואלט איר דעריבער אויסגעוועלט אויך ווען נישט דעם ניחוש[37].

דרויסנדיגע לינקס

נאטיצן

  1. די בעלי התוספות ברענגען נישט די ווערטער "שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא", וואס לויט די גירסא מוז מען זאגן אז אליעזר זעלבסט איז געווען א רשע און איז נישט אריין אין גן עדן[11]. אדער גייט עס אויף די אפשטאמיגע פון אליעזר, אז זיי האבן זוכה געווען צו די מלוכה איבער בשן כדי דערמיט אפצוצאלן דעם זכות פון אליעזר[12].
  2. אין סוכה לא, א ווייזט אויס אז אברהם האט יא געהאט 318 קנעכט. דער רבנו בחיי[27] טייטשט אז אברהם האט טאקע פארמאגט 318 קנעכט, נאר אלס די דין פון "איש הירא ורך הלבב" (דברים כ, ח) איז ער למעשה ארויס קעמפן נאר מיט אליעזר. ענליך שטייט אין מדרש תנחומא הישן, פרשת לך אות ט"ז, אז די אנדערע האבן זיך צוריקגעקערט צוליב זייערע עבירות און בלויז אליעזר האט נישט געהאט קיין זינד.

רעפערענצן

  1. בראשית טו, ב
  2. רש"י, בראשית טו, ב, לויט אונקלוס; רס"ג, רמב"ן, רבינו מיוחס און ספורנו, דארט.
    1. רד"ק, אין צווייטן פירוש
    2. אזנים לתורה, באזירט אויף ספר הישר פרשת וישלח
  3. בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ז'; ויקרא רבה, פרשה י"ז, פסקה ה'.
  4. בראשית רבה, פרשה נ"ט, פסקה ט'.
  5. תרגום יונתן, בראשית יד, יד
  6. ילקוט שמעוני, בראשית, רמז ק"ט
  7. פרקי דרבי אליעזר, פרק ט"ז
  8. ילקוט שמעוני, במדבר, רמז תשס"ה. זעט אויך תנא דבי אליהו זוטא פרק כ"ד, אז עוג מלך הבשן האט באדינט אברהם.
  9. דעת זקנים, פרשת חיי שרה
  10. 10.0 10.1 מסכת דרך ארץ זוטא, פרק א': "תשעה נכנסו בחייהם בגן עדן, ואלו הן: חנוך בן ירד, ואליהו ומשיח, ואליעזר עבד אברהם, וחירם מלך צור, ועבד מלך הכושי, ויעבץ בנו של רבי יהודה הנשיא, ובתיה בת פרעה, וסרח בת אשר, ויש אומרים אף רבי יהושע בן לוי".
  11. ילקוט הפלאות, אליעזר עבד אברהם א
  12. פירוש עין טוב, אויף פרקי דרבי אליעזר פרק ט"ז
  13. פירוש הרד"ל, אויף פרקי דרבי אליעזר פרק ט"ז
  14. עץ חיים, שער מ"ט פרק ט'
  15. יומא כח, ב. זעט רבי שלמה הכהן ראבינאוויטש, תפארת שלמה, פרשת חיי שרה, אז דעריבער איז אליעזר געגאנגען און געקומען מיט קפיצת הדרך, כדי ער זאל נישט פארפאסן קיין טאג פון די תורה פון אברהם.
  16. בראשית רבה, פרשה נ"ט, פסקה ח'.
  17. בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ב'
  18. במדבר רבה, פרשה כ"א, פסקה כ'
  19. סנהדרין קט, ב
  20. בבא בתרא נח, א
  21. מגלה עמוקות מהדורא תנינא, פרשת וירא, בשם מדרש.
  22. שער הפסוקים פרשת חיי שרה
  23. ילקוט ראובני, פרשת לך
  24. בראשית כד, ב
  25. בראשית יד, יד
  26. בראשית רבה, פרשה מ"ג, פסקה ב'
  27. רבינו בחיי, בראשית יד, יד
  28. נדרים לב, א; תרגום יונתן, בראשית יד, יג
  29. בראשית כב, ג
  30. מדרש זוטא קהלת, פרשה ט.
  31. ספר בראשית, קאַפּיטל כ"ד.
  32. בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ח'
  33. מלבי"ם, כד, לז.
  34. תענית ד, א
  35. חולין צה, ב
  36. משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק י"א, הלכה ד'
  37. גור אריה, בראשית כד, יד