אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לייב פולווער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
 
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 29: שורה 29:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:לב פולבר]]
[[he:לב פולבר]]
[[קאַטעגאָריע:פארשפארט אויף המכלול העברי]]
[[קאַטעגאָריע:סאוויעטישע אידן]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 13:39, 5 יולי 2024

לייב פּולווער (18טן דעצעמבער 1883- 18טן מערץ 1970) איז געווען א אידישער רוסישער מוזיקער.

לעבן

לייב פּולווער איז געבוירן געווארן דעם 18טן דעצעמבער, 1883, אין ווערכנעדנעפּראָווסק, לעבן קאַטערינאָסלאַוו, אמאליקע רוסלענדישע אימפעריע (היינט דניפּראָפּעטראָווסק, אוקראינע). ער האט געשטאמט פון א משפּחה פון א דורותדיקן כליזמר-יחוס.

פּולווער האט שטודירט פידל פון קינדהייט אן, פריער ביי זיין טאטן, דערנאך ביי זיין שוואגער – א שילער פונעם טשעכישן פידלער אָטאַקאַר שעווטשיק, און נאך שפעטער - ביים שילער פון ל.אאוער-ד.בערטיע. פּולווער האט גראַדואירט פון דער פעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע, וואוּ ער האט שטודירט סיי פידל ביי נ.גאלקינען, סיי קאמפאזיציע ביי א. ליאַדאָוון. יונגערהייט האט ער געשפילט אין כליזמרשע קאפעלעס, סאלירט מיט קלאסישער מוזיק, געווען אַ פידלער און קאמפּאָזיטאר[1] אין מ.קראפיווניצקי'ס אוקראינישן טעאטער. דערנאך איז ער געווען אַ סימפאַנישער קאָנצערט-מייסטער און דיריגענט, א גרונטלייגנדיקער מיטגליד פונעם סטראַדיוואַרי-קוואַרטעט. ער איז געווען דער מוזיק-לייטער פון דעם יידישן מלוכישן טעאַטער אין מאָסקווע. פּולווערן האט מען צוגעטיילט די ערן-טיטלען פונעם פאלקס-ארטיסט פון דער רספס"ר און פונעם פארדיסטפולן קונסט-טוער פון דער רספס"ר.

ווערק

פּולווער האט געשאפן בינע-מוזיק, אַריינגערעכנט די מוזיק צו שייקספּיר"קעניג ליר", שלום עליכם"200.000" און "דער לופט-מענטש".באנאנד מיט לייב יאמפאלסקין און שמעון שטיינבערגן איז ער געווען פון די אמערסטן פרוכטבארע מוזיק-שעפער פאר יידישער בינע אינעם אמאליקן ראטן-פארבאנד. א חוץ דעם האט ער פארפאסט אַפּערעטעס ("גוליווער","אונטערן צירק-קופל"),פילם-מוזיק,זינגלידער און באארבעטונגען פון יידישע פאלקס-לידער.א סך פון זיינע ניגונים האלט מען פאר מוסטערן פונעם יידישן מוזיק-פאלקלאר. ער איז געווען פון די וויכטיגע מוזיקער וועלכע האבן צונויפגעפלאכטן די יידישע פאלקס-מוזיק מיט די מערבדיקע קלאסישע מוזיק-פאָרמען.


רעקאָרדירונגען

עס זענען פאראן עטליכע רעקאָרדירטע מוסטערן פון זיין מוזיק אין דער אויספילונג פון דעם מאסקווער מלי"ת אָרקעסטער מיט שלמה מיכאָעלסן און בנימין זוסקינען, ווי אויך פון די זינגער שלמה כראָמטשענקאָ, מישא אַלעקסאַנדראָוויטש, נחמה ליפשיץ, מאַרינע גארדאן, און פון די שוישפילער רחמיאל גאָראָוועץ און באָריס לאנדאאו.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!