אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זשעראר ראבינאוויטש"

ק (Bot: Migrating 3 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q3078249 (translate me))
 
 
(35 מיטלסטע ווערסיעס פון 6 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = French philosopher|העב=פילוסוף צרפתי|}}
{{יתום}}
{{יתום}}
'''זשעראַר ראַבינאָוויטש''' איז אַ פֿראַנצייזישער [[פילאסאף|פֿילאָסאָף]] און סאָציאָלאָג, אַ געבוירענער אין [[פּאַריז]] אין 1948. ער איז אַ פֿאָרשער בײַם מלוכה–ראָט פֿאַר וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרשונג (פֿאָרשצענטער „זינען, עטיק, געזעלשאַפֿט“), און אַ צוגעשריבענער פֿאָרשער בײַם פֿאָרשצענטער „פּסיכאָאַנאַליז, מעדיצין און געזעלשאַפֿט“ פֿונעם אוניווערסיטעט פּאַריז 7. ער לערנט אין אַ ריי אוניווערסיטעטן אין פֿראַנקרײַך און איז גאַסט–פּראָפֿעסאָר אינעם פֿאַקולטעט פֿאַר פֿילאָסאָפֿיע און הומאַניסטישע לימודים פֿונעם אוניווערסיטעט אין מינאַס–דזשעראַיִס (בראַזיל).
'''זשעראַר ראַבינאָוויטש''' איז אַ פראנצויזישער [[פילאזאף|פילאָסאָף]] און סאָציאָלאָג, אַ געבוירענער אין [[פאַריז]] אין 1948. ער איז אַ פאָרשער ביים מלוכה–ראָט פאַר וויסנשאַפטליכער פאָרשונג (פאָרשצענטער "זינען, עטיק, געזעלשאַפט"), און אַ צוגעשריבענער פאָרשער ביים פאָרשצענטער "פּסיכאָאַנאַליז, מעדיצין און געזעלשאַפט" פונעם אוניווערסיטעט פּאַריז 7. ער לערנט אין אַ ריי אוניווערזיטעטן אין פראַנקרייך און איז גאַסט–פּראָפעסאָר אינעם פאַקולטעט פאַר פילאָסאָפיע און הומאַניסטישע לימודים פונעם אוניווערסיטעט אין מינאַס–דזשעראַיִס (בראַזיל).
== ביאָגראַפֿיע ==
== ביאָגראַפיע ==
זשעראַר ראַבינאָוויטש, אַ געבוירענער אין 1948 אין פּאַריז, איז אַ זון פֿונעם אַנטינאַצישן ווידערשטענדלער לעאָפּאָלד ראַבינאָוויטש, מיטגליד פֿון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פֿ.ט.פּ.-מ.אָ.י. — אימיגרירטע אַרבעטער, פּאַרטיזאַנער) אין [[ליאָן]]. די מאַמע, אַננאַ, פֿון דער היים פּאָרטנוי, איז אין קריגסצײַט געווען אַ „באַהאַלטן קינד“. ער איז אַ פּלימעניק פֿונעם ווידערשטענדלער לעאָן ראַבינאָוויטש, אויך אַ מיטגליד פֿון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פֿ.ט.פּ.-מ.אָ.י.) אין ליִאָן, וואָס איז פֿאַרשיקט געוואָרן קיין דאַכאַו צוזאַמען מיט זײַן ברודער לעאָפּאָלד.
זשעראַר ראַבינאָוויטש, אַ געבוירענער אין 1948 אין פּאַריז, איז אַ זון פונעם אַנטינאַצישן ווידערשטענדלער לעאָפּאָלד ראַבינאָוויטש, מיטגליד פון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פ.ט.פּ.-מ.אָ.י. — אימיגרירטע אַרבעטער, פּאַרטיזאַנער) אין [[ליאָן]]. די מאַמע, אַננאַ, פון דער היים פּאָרטנוי, איז אין קריגסצייט געווען אַ "באַהאַלטן קינד". ער איז אַ פּלימעניק פונעם ווידערשטענדלער לעאָן ראַבינאָוויטש, אויך אַ מיטגליד פון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פ.ט.פּ.-מ.אָ.י.) אין ליִאָן, וואָס איז פאַרשיקט געוואָרן קיין דאַכאַו צוזאַמען מיט זיין ברודער לעאָפּאָלד.


== פֿילאָסאַפֿיע ==
== פילאָסאַפיע ==
זשעראַר ראַבינאָוויטש שטעלט אַרײַן זײַנע פֿאָרשונגען און שריפֿטן אין דער וועבעריאַנער טראַדיציע, אין באַציִונג צו דער פּאָליטישער פֿילאָסאָפֿיע, בפֿרט צו אַזאַ וואָס וואַקסט אַרויס פֿון די אויפֿטוען פֿון דער פֿראַנקפֿאָרטער שול און פֿון אירע יורשים און נאָענטע, באַזונדערס האַננאַ אַרענדט, וואַלטער בעניאַמין, ערסט בלאָך, זיגפֿריד קראַקאַוער. זײַן מחשבֿה שפּײַזט זיך פֿון די בײַטראָגן פֿון פּסיכאָאַנאַליטישער אָבסערוואַציע און פֿון דער אַנטראָפּאָלאָגיע וואָס זי טראָגט אין זיך, און אויך פֿון געשיכטע–פֿאָרשונג. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַרבעט אין אַ רעם פֿון שטודיר–תּחומים וואָס ער האָט באַנאָמענט „קלינישע פֿילאָסאָפֿיע“.
זשעראַר ראַבינאָוויטש שטעלט אַריין זיינע פאָרשונגען און שריפטן אין דער וועבעריאַנער טראַדיציע, אין באַציאונג צו דער פּאָליטישער פילאָסאָפיע, בפרט צו אַזאַ וואָס וואַקסט אַרויס פון די אויפטוען פון דער פראַנקפאָרטער שול און פון אירע יורשים און נאָענטע, באַזונדערס האַננאַ אַרענדט, וואַלטער בעניאַמין, ערסט בלאָך, זיגפריד קראַקאַוער. זיין מחשבה שפּייזט זיך פון די בייטראָגן פון פּסיכאָאַנאַליטישער אָבסערוואַציע און פון דער אַנטראָפּאָלאָגיע וואָס זי טראָגט אין זיך, און אויך פון געשיכטע–פאָרשונג. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַרבעט אין אַ רעם פון שטודיר–תּחומים וואָס ער האָט באַנאָמענט "קלינישע פילאָסאָפיע".


=== אַ נײַער באַגריף — „צעשטערערישקייט“ אויסצוטײַטשן נאַציזם און פֿעלקערמאָרד ===
=== אַ נייער באַגריף — "צעשטערערישקייט" אויסצוטייטשן נאַציזם און פעלקערמאָרד ===
זשעראַר ראַבינאָוויטש דערווײַזט די פֿעסטקייט פֿונעם באַגריף „צעשטערערישקייט“, זיך שטיצנדיק אויף די בײַטראָגן פֿון דער פֿענאָמענאָלאָגישער סאַציאָלאָגיע (געאָרג סימעל) און פֿון דער אַרומנעמיקער סאָציאָלאָגיע (מאקס וועבער) פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון אַפֿעקטיוויטעטן אין געזעלשאַפֿטלעכן תּחום. ער שעפּט אינספּיראַציע פֿון דער היפּאָטעזע פֿונעם „טויטדראַנג“ אין איר יענעם–צעשטערערישער ווערסיע (צעשטערערישקייט), וואָס דער פּסיכאָאַנאַליז האָט פֿאַרוואַנדלט אין אַ השׂגה און וואָס רופֿט זיך איבער מיטן קאַנטיאַנישן באַגריף וועגן ראַדיקאַלן שלעכטס.
זשעראַר ראַבינאָוויטש דערווייזט די פעסטקייט פונעם באַגריף "צעשטערערישקייט", זיך שטיצנדיק אויף די בייטראָגן פון דער פענאָמענאָלאָגישער סאַציאָלאָגיע (געאָרג סימעל) און פון דער אַרומנעמיקער סאָציאָלאָגיע (מאקס וועבער) פאַר דער פאָרשונג פון אַפעקטיוויטעטן אין געזעלשאַפטליכן תּחום. ער שעפּט אינספּיראַציע פון דער היפּאָטעזע פונעם "טויטדראַנג" אין איר יענעם–צעשטערערישער ווערסיע (צעשטערערישקייט), וואָס דער פּסיכאָאַנאַליז האָט פאַרוואַנדלט אין אַ השׂגה און וואָס רופט זיך איבער מיטן קאַנטיאַנישן באַגריף וועגן ראַדיקאַלן שלעכטס.


די השׂגה פֿון „צעשטערערישקייט“ ווײַזט זיך אַרויס צו זײַן אַ טײַערער באַגריף אויסצוטײַטשן דעם [[נאַציזם]], וואָס פֿאַרבלײַבט נאָך אַלץ דאָס רעטעניש פֿון דער מערבֿדיקער קולטור. אין זײַן בוך ''מכּוח דער מענטשלעכער צעשטערערישקייט, פֿראַגמענטן וועגן דעם בעהעמאָט'', האָט זשעראַר ראַבינאָוויטש געצייכנט און שטודירט די גרענעצן אויף וועלכע דער פּאָליטישער, סאָציאָלאָגישער און פֿילאָסאָפֿישער געדאַנק שטויסן זיך אָן ווען זיי פּרובירן דערגיין אַ טאָלק אינעם נאַציזם דורך האָבעסעס לעוויאַטאַן–מעטאַפֿאָר. ער לייגט פֿאָר צו באַטראַכטן די פֿראַגע פֿון נאַציזם, לויט פֿראַנץ נוימאַנס עצה, אין דער בחינה פֿונעם בעהעמאָט, דעם היפּוך פֿונעם לעוויאַטאַן. דער בעהעמאָט איז אַ מאָדעל פֿון אַנטסדרונג, פֿון כאַאָס און פֿאַרברעכערישער הנאה. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַנאַליזירט די נאַצישע „כימערע“ מיט איר פֿאַרהעלדישן געוואַלט, דערהייבן אָנפֿאַלערישקייט און אויסראָטן אַלע מאָראַלישע נאָרמעס. די דאָזיקע נאַצישע כימערע באַשטייט פֿון טוערישן גאַנגסטעריזם, פּויערישער עפּאָפּעע אין אַ געצנדינערישן גײַסט, מעדיצינישן ביִאָלאָגיזם און אינסטרומענטאַלער שׂכלדיקייט. דורכן באַגריף „צעשטערערישקייט“ קען ראַבינאָוויטש אַרומרעדן און שטודירן דעם הויפּטטעזיס פֿונעם סאָציאָלאָג זיגמונט באַומאַן, בעיקר אין זײַן וויכטיקסט ווערק. באַומאַן טײַטשט אויס דעם נאַציזם פֿונעם קוקווינקל פֿון אַ באַזונדערער שׂכלדיקייט, די שׂכלדיקייט פֿונעם אינסטרומענטאַלן פֿאַרשטאַנד און פֿון דער אינסטרומענטאַלער טוּונג. אויב מע זאָל רעדן אין פֿרוידיאַנישע טערמינען, קומט ראַבינאָוויטש אַרויס מיט אַ פֿילאָסאָפֿישן אַרויסזאָג לויט וועלכן לעוויאַטאַן וואָלט געקענט זײַן דער נאָמען פֿון אַ צושטאַנד פֿון „אומברענגערישע פֿאַרבינדונגען“ מחמת צו פֿיל צוואַנג, און בעהעמאָט — דער נאָמען פֿון אַ צושטאַנד פֿון „טויטגיריקע פֿונאַנדערבינדונגען“. דערבײַ דאַרף קלאָר זײַן — ניואַנסירט ער — אַז, אחוץ דעם, זענען פֿאַראַן לעבנס–פֿאַרבינדונגען און –פֿונאַנדערבינדונגען : „די שיידליניע ציט זיך נישט צווישן דעם ברירה–פּאָרל פֿראַבינדונג/פֿונאַנדערבינדונג, נאָר צווישן דער קרענקלעכער סכעמע אָדער דער עראָטישער דינאַמיק וואָס באַלעבן זיי“. דער באַגריף צעשטערערישקייט דערלויבט זשעראַר ראַבינאָווישן צו דערקענען, אַרטיקולירן און באַטראַכטן די ענלעכקייטן און אַנדערשקייטן צווישן די דערמעגלעכנדיקע באַדינגונגען און די פּראַקטישע דרכים פֿונעם דריטן חורבן און פֿונעם פֿאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ אין 1994. זשעראַר ראַבינאָוויטש גייט איצט ווײַטער אָן מיט זײַנע פֿאָרשונגען איבערן באַגריף „צעשטערערישקייט“, דורך זײַנע אַרבעטן וועגן נאַציזם, וועגן דעם פֿאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ און וועגן דער אונטערוועלט און די מאַפֿיעס, ווי אויך וועגן די אָפּרופֿן פֿונעם נאַציזם אין די אויסדרוקן פֿון הײַנטצײַטיקן פֿונאַנדערפֿאַל פֿון געזעלשאַפֿטלעכן צוזאַמענבונד.
די השׂגה פון "צעשטערערישקייט" ווייזט זיך אַרויס צו זיין אַ טייערער באַגריף אויסצוטייטשן דעם [[נאַציזם]], וואָס פאַרבלייבט נאָך אַלץ דאָס רעטעניש פון דער מערבד'יגער קולטור. אין זיין בוך ''מכּוח דער מענטשליכער צעשטערערישקייט, פראַגמענטן וועגן דעם בעהעמאָט'', האָט זשעראַר ראַבינאָוויטש געצייכנט און שטודירט די גרעניצן אויף וועלכע דער פּאָליטישער, סאָציאָלאָגישער און פילאָסאָפישער געדאַנק שטויסן זיך אָן ווען זיי פּרובירן דערגיין אַ טאָלק אינעם נאַציזם דורך האָבעסעס לעוויאַטאַן–מעטאַפאָר. ער לייגט פאָר צו באַטראַכטן די פראַגע פון נאַציזם, לויט פראַנץ נוימאַנס עצה, אין דער בחינה פונעם בעהעמאָט, דעם היפּוך פונעם לעוויאַטאַן. דער בעהעמאָט איז אַ מאָדעל פון אַנטסדרונג, פון כאַאָס און פאַרברעכערישער הנאה. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַנאַליזירט די נאַצישע "כימערע" מיט איר פאַרהעלדישן געוואַלט, דערהייבן אָנפאַלערישקייט און אויסראָטן אַלע מאָראַלישע נאָרמעס. די דאָזיקע נאַצישע כימערע באַשטייט פון טוערישן גאַנגסטעריזם, פּויערישער עפּאָפּעע אין אַ געצנדינערישן גייסט, מעדיצינישן ביִאָלאָגיזם און אינסטרומענטאַלער שׂכלדיקייט. דורכן באַגריף "צעשטערערישקייט" קען ראַבינאָוויטש אַרומרעדן און שטודירן דעם הויפּטטעזיס פונעם סאָציאָלאָג זיגמונט באַומאַן, בעיקר אין זיין וויכטיגסט ווערק. באַומאַן טייטשט אויס דעם נאַציזם פונעם קוקווינקל פון אַ באַזונדערער שׂכלדיקייט, די שׂכלדיקייט פונעם אינסטרומענטאַלן פאַרשטאַנד און פון דער אינסטרומענטאַלער טוּונג. אויב מען זאָל רעדן אין פרוידיאַנישע טערמינען, קומט ראַבינאָוויטש אַרויס מיט אַ פילאָסאָפישן אַרויסזאָג לויט וועלכן לעוויאַטאַן וואָלט געקענט זיין דער נאָמען פון אַ צושטאַנד פון "אומברענגערישע פאַרבינדונגען" מחמת צו פיל צוואַנג, און בעהעמאָט — דער נאָמען פון אַ צושטאַנד פון "טויטגיריקע פונאַנדערבינדונגען". דערביי דאַרף קלאָר זיין — ניואַנסירט ער — אַז, אחוץ דעם, זענען פארהאן לעבנס–פאַרבינדונגען און –פונאַנדערבינדונגען : "די שיידליניע ציט זיך נישט צווישן דעם ברירה–פּאָרל פראַבינדונג/פונאַנדערבינדונג, נאָר צווישן דער קרענקליכער סכעמע אָדער דער עראָטישער דינאַמיק וואָס באַלעבן זיי". דער באַגריף צעשטערערישקייט ערלויבט זשעראַר ראַבינאָווישן צו דערקענען, אַרטיקולירן און באַטראַכטן די ענליכקייטן און אַנדערשקייטן צווישן די דערמעגלעכנדיקע באַדינגונגען און די פּראַקטישע דרכים פונעם דריטן חורבן און פונעם פאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ אין 1994. זשעראַר ראַבינאָוויטש גייט יעצט ווייטער אָן מיט זיינע פאָרשונגען איבערן באַגריף "צעשטערערישקייט", דורך זיינע אַרבעטן וועגן נאַציזם, וועגן דעם פאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ און וועגן דער אונטערוועלט און די מאַפיעס, ווי אויך וועגן די אָפּרופן פונעם נאַציזם אין די אויסדרוקן פון היינטיגן פונאַנדערפאַל פון געזעלשאַפטליכן צוזאַמענבונד.


=== אַן עטיק פֿון אַנטוישונג ===
=== אַן עטיק פון אַנטוישונג ===
אויפֿן יסוד פֿון די פֿרוידיאַנישע באַטראַכטונגען און פֿעסטשטעלונגען, באַזונדערס פֿון פֿרוידס ''פֿאַרלעגנהייט אין דער קולטור'', און פֿון זײַנע אייגענע דערטראַכטונגען אין שײַכות מיטן באַגריף פֿון „צעשטערערישקייט“, קלערט ראַבינאָוויטש אַרײַן אין די קאָנסעקווענצן פֿון דער פּלאַסטישקייט פֿון דער צעשטערונג, איר פֿעיִקייט זיך צוצופּאַסן צו פֿאַרשיידענע היסטאָרישע סיטואַציעס אָנהאַלטנדיק כּסדר איר אייגענע נאַטור. פּנים–אל–פּנים מיט אַזאַ אומאײַנגענעמען אמת — באַרבאַרישקייט לויערט אויפֿן מענטש — סטאַרעט זיך זשעראַר ראַבינאָוויטש צו לייגן דעם פֿונדאַמענט פֿון אַן עטיק פֿון אַנטוישונג, אַן עטיק דורך וועלכער דער מענטשלעכער יחיד זאָל קענען אויפֿשטעלן דאַמבעס קעגן דער צעשטערערישקייט וואָס שטעקט אין מענטשלעכן מין.
אויפן יסוד פון די פרוידיאַנישע באַטראַכטונגען און פעסטשטעלונגען, באַזונדערס פון פרוידס ''פאַרלעגנהייט אין דער קולטור'', און פון זיינע אייגענע דערטראַכטונגען אין שייכות מיטן באַגריף פון "צעשטערערישקייט", קלערט ראַבינאָוויטש אַריין אין די קאָנסעקווענצן פון דער פּלאַסטישקייט פון דער צעשטערונג, איר פעיגקייט זיך צוצופּאַסן צו פאַרשידענע היסטאָרישע סיטואַציעס אָנהאַלטנדיק כּסדר איר אייגענע נאַטור. פּנים–אל–פּנים מיט אַזאַ אומאיינגענעמען אמת — באַרבאַרישקייט לויערט אויפן מענטש — סטאַרעט זיך זשעראַר ראַבינאָוויטש צו לייגן דעם פונדאַמענט פון אַן עטיק פון אַנטוישונג, אַן עטיק דורך וועלכער דער מענטשליכער יחיד זאָל קענען אויפשטעלן דאַמבעס קעגן דער צעשטערערישקייט וואָס שטעקט אין מענטשליכן מין.


=== באַטראַכטונגען וועגן הומאָר ===
=== באַטראַכטונגען וועגן הומאָר ===
דעם אַרײַנקלער אין דער עטיק פֿון אַנטוישונג פֿאַרטיפֿט און אילוסטרירט ראַבינאָוויטש דורך זײַנע אַנאַליזן איבערן [[הומאָר]], דאָס דאָזיקע צירונג פֿון דער קולטוראַרבעט, וואָס ליגט אינעם מענטש. אין זײַן בוך ''וואָס הערט זיך שלעכטס? — ייִדישער הומאָר, אַ גײַסטיקע קונסט'', טראַכט ער אַרײַן אין דער ספּעציפֿישקייט פֿון ייִדישן הומאָר, דעם סימן און באַווײַז פֿון דער ייִדישער קולטור און פֿון ייִדישן מהות, אויף וועלכע עס ווירקט אַ כאַראַקטעריסטישע אינעווייניקסטע שפּאַנונג, די שפּאַנונג פֿון אַ צונויפֿגלידערונג צווישן אַנטוישונג אין מענטשלעכקייט און משיחישן בטחון. אין אַ נײַער ווערק, ''אײַך זעט דאָס אויס קאָמיש ? (וואַריאַציעס וועגן געלעכטער)'', איז זשעראַר ראַבינאָוויטש ממשיך דעם אַרײַנקלער אין הומאָר און אין זײַן עטישער שליחות. דורך אַן אַנאַליז פֿון די חילוקים און מיטשטימונגען צווישן די צוויי גרויסע הומאָר–טראַדיציעס — די פֿון ייִדישן הומאָר און די פֿון ענגלישן, באַלײַכט ראַבינאָוויטש די באַדינגונגען וואָס דערמעגלעכן הומאָר, און אַנאַליזירט זײַן ציוויליזירנדיקע און ניכטער–עמאַנציפּירנדיקע ווירקונג.
דעם אַריינקלער אין דער עטיק פון אַנטוישונג פאַרטיפט און אילוסטרירט ראַבינאָוויטש דורך זיינע אַנאַליזן איבערן [[הומאָר]], דאָס דאָזיקע צירונג פון דער קולטוראַרבעט, וואָס ליגט אינעם מענטש. אין זיין בוך ''וואָס הערט זיך שלעכטס? — ייִדישער הומאָר, אַ גייסטיקע קונסט'', טראַכט ער אַריין אין דער ספּעציפישקייט פון ייִדישן הומאָר, דעם סימן און באַווייז פון דער ייִדישער קולטור און פון ייִדישן מהות, אויף וועלכע עס ווירקט אַ כאַראַקטעריסטישע אינעווייניגסטע שפּאַנונג, די שפּאַנונג פון אַ צונויפגלידערונג צווישן אַנטוישונג אין מענטשליכקייט און משיחישן בטחון. אין אַ נייער ווערק, ''אייך זעט דאָס אויס קאָמיש ? (וואַריאַציעס וועגן געלעכטער)'', איז זשעראַר ראַבינאָוויטש ממשיך דעם אַריינקלער אין הומאָר און אין זיין עטישער שליחות. דורך אַן אַנאַליז פון די חילוקים און מיטשטימונגען צווישן די צוויי גרויסע הומאָר–טראַדיציעס — די פון ייִדישן הומאָר און די פון ענגלישן, באַלייכט ראַבינאָוויטש די באַדינגונגען וואָס דערמעגליכן הומאָר, און אַנאַליזירט זיין ציוויליזירנדיקע און ניכטער–עמאַנציפּירנדיקע ווירקונג.


דורך זײַנע פֿאָרשונגען העלפֿט זשעראַר ראַבינאָוויטש ברענגען יענע ענדערונגען אין דער השׂגות–סיסטעם וואָס זענען אומבאַדינגט נייטיק אָנצוגיין מיט דער אַרבעט פֿון אַנטשיפֿערן און „פֿונאַנדערפּלאָנטערן“ די הײַנטצײַטיקע וואָר. זײַן ווערק צילט צונויפֿצוגלידערן די ראַדיקאַלע פּסיכאָאָנאַליטישע אַנטראָפּאָלאָגיע מיט די זיך כּסדר אומקערנדיקע פֿראַגעס פֿון דער קלאַסישער פּאָליטישער פֿילאָסאָפֿיע, ווי עס האָבן זיי פֿאָרמולירט לעאָ שטראַוס און קלאָד לעפֿאָר. זשעראַר ראַבינאָוויטש לייגט די עפּיסטעמאָלאָגישע און עטישע יסודות פֿון אַ נײַעם אופֿן אָנצונעמען אונדזער מענטשלעכן מעמד אין אונדזער הײַנטצײַטיקער וועלט.
דורך זיינע פאָרשונגען העלפט זשעראַר ראַבינאָוויטש ברענגען יענע ענדערונגען אין דער השׂגות–סיסטעם וואָס זענען אומבאַדינגט נויטיג אָנצוגיין מיט דער אַרבעט פון אַנטשיפערן און "פונאַנדערפּלאָנטערן" די היינטצייטיקע וואָר. זיין ווערק צילט צונויפצוגלידערן די ראַדיקאַלע פּסיכאָאָנאַליטישע אַנטראָפּאָלאָגיע מיט די זיך כּסדר אומקערנדיקע פראַגעס פון דער קלאַסישער פּאָליטישער פילאָסאָפיע, ווי עס האָבן זיי פאָרמולירט לעאָ שטראַוס און קלאָד לעפאָר. זשעראַר ראַבינאָוויטש לייגט די עפּיסטעמאָלאָגישע און עטישע יסודות פון אַ נייעם אופן אָנצונעמען אונזער מענטשליכן מעמד אין אונזער היינטיגער וועלט.


{{גרונטסארטיר:ראבינאוויטש, זשעראר}}
{{גרונטסארטיר:ראבינאוויטש, זשעראר}}
[[קאַטעגאָריע:פראנצויזן]]
[[קאַטעגאָריע:פראנצויזן]]
[[קאַטעגאָריע:פילאסאפן]]
[[קאַטעגאָריע:פילאזאפן]]
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]]
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|06]]
[[en:Gérard Rabinovitch]]
[[קאַטעגאָריע:געבוירן אין 1948]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 12:20, 5 יולי 2024

 

זשעראַר ראַבינאָוויטש איז אַ פראנצויזישער פילאָסאָף און סאָציאָלאָג, אַ געבוירענער אין פאַריז אין 1948. ער איז אַ פאָרשער ביים מלוכה–ראָט פאַר וויסנשאַפטליכער פאָרשונג (פאָרשצענטער "זינען, עטיק, געזעלשאַפט"), און אַ צוגעשריבענער פאָרשער ביים פאָרשצענטער "פּסיכאָאַנאַליז, מעדיצין און געזעלשאַפט" פונעם אוניווערסיטעט פּאַריז 7. ער לערנט אין אַ ריי אוניווערזיטעטן אין פראַנקרייך און איז גאַסט–פּראָפעסאָר אינעם פאַקולטעט פאַר פילאָסאָפיע און הומאַניסטישע לימודים פונעם אוניווערסיטעט אין מינאַס–דזשעראַיִס (בראַזיל).

ביאָגראַפיע

זשעראַר ראַבינאָוויטש, אַ געבוירענער אין 1948 אין פּאַריז, איז אַ זון פונעם אַנטינאַצישן ווידערשטענדלער לעאָפּאָלד ראַבינאָוויטש, מיטגליד פון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פ.ט.פּ.-מ.אָ.י. — אימיגרירטע אַרבעטער, פּאַרטיזאַנער) אין ליאָן. די מאַמע, אַננאַ, פון דער היים פּאָרטנוי, איז אין קריגסצייט געווען אַ "באַהאַלטן קינד". ער איז אַ פּלימעניק פונעם ווידערשטענדלער לעאָן ראַבינאָוויטש, אויך אַ מיטגליד פון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פ.ט.פּ.-מ.אָ.י.) אין ליִאָן, וואָס איז פאַרשיקט געוואָרן קיין דאַכאַו צוזאַמען מיט זיין ברודער לעאָפּאָלד.

פילאָסאַפיע

זשעראַר ראַבינאָוויטש שטעלט אַריין זיינע פאָרשונגען און שריפטן אין דער וועבעריאַנער טראַדיציע, אין באַציאונג צו דער פּאָליטישער פילאָסאָפיע, בפרט צו אַזאַ וואָס וואַקסט אַרויס פון די אויפטוען פון דער פראַנקפאָרטער שול און פון אירע יורשים און נאָענטע, באַזונדערס האַננאַ אַרענדט, וואַלטער בעניאַמין, ערסט בלאָך, זיגפריד קראַקאַוער. זיין מחשבה שפּייזט זיך פון די בייטראָגן פון פּסיכאָאַנאַליטישער אָבסערוואַציע און פון דער אַנטראָפּאָלאָגיע וואָס זי טראָגט אין זיך, און אויך פון געשיכטע–פאָרשונג. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַרבעט אין אַ רעם פון שטודיר–תּחומים וואָס ער האָט באַנאָמענט "קלינישע פילאָסאָפיע".

אַ נייער באַגריף — "צעשטערערישקייט" — אויסצוטייטשן נאַציזם און פעלקערמאָרד

זשעראַר ראַבינאָוויטש דערווייזט די פעסטקייט פונעם באַגריף "צעשטערערישקייט", זיך שטיצנדיק אויף די בייטראָגן פון דער פענאָמענאָלאָגישער סאַציאָלאָגיע (געאָרג סימעל) און פון דער אַרומנעמיקער סאָציאָלאָגיע (מאקס וועבער) פאַר דער פאָרשונג פון אַפעקטיוויטעטן אין געזעלשאַפטליכן תּחום. ער שעפּט אינספּיראַציע פון דער היפּאָטעזע פונעם "טויטדראַנג" אין איר יענעם–צעשטערערישער ווערסיע (צעשטערערישקייט), וואָס דער פּסיכאָאַנאַליז האָט פאַרוואַנדלט אין אַ השׂגה און וואָס רופט זיך איבער מיטן קאַנטיאַנישן באַגריף וועגן ראַדיקאַלן שלעכטס.

די השׂגה פון "צעשטערערישקייט" ווייזט זיך אַרויס צו זיין אַ טייערער באַגריף אויסצוטייטשן דעם נאַציזם, וואָס פאַרבלייבט נאָך אַלץ דאָס רעטעניש פון דער מערבד'יגער קולטור. אין זיין בוך מכּוח דער מענטשליכער צעשטערערישקייט, פראַגמענטן וועגן דעם בעהעמאָט, האָט זשעראַר ראַבינאָוויטש געצייכנט און שטודירט די גרעניצן אויף וועלכע דער פּאָליטישער, סאָציאָלאָגישער און פילאָסאָפישער געדאַנק שטויסן זיך אָן ווען זיי פּרובירן דערגיין אַ טאָלק אינעם נאַציזם דורך האָבעסעס לעוויאַטאַן–מעטאַפאָר. ער לייגט פאָר צו באַטראַכטן די פראַגע פון נאַציזם, לויט פראַנץ נוימאַנס עצה, אין דער בחינה פונעם בעהעמאָט, דעם היפּוך פונעם לעוויאַטאַן. דער בעהעמאָט איז אַ מאָדעל פון אַנטסדרונג, פון כאַאָס און פאַרברעכערישער הנאה. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַנאַליזירט די נאַצישע "כימערע" מיט איר פאַרהעלדישן געוואַלט, דערהייבן אָנפאַלערישקייט און אויסראָטן אַלע מאָראַלישע נאָרמעס. די דאָזיקע נאַצישע כימערע באַשטייט פון טוערישן גאַנגסטעריזם, פּויערישער עפּאָפּעע אין אַ געצנדינערישן גייסט, מעדיצינישן ביִאָלאָגיזם און אינסטרומענטאַלער שׂכלדיקייט. דורכן באַגריף "צעשטערערישקייט" קען ראַבינאָוויטש אַרומרעדן און שטודירן דעם הויפּטטעזיס פונעם סאָציאָלאָג זיגמונט באַומאַן, בעיקר אין זיין וויכטיגסט ווערק. באַומאַן טייטשט אויס דעם נאַציזם פונעם קוקווינקל פון אַ באַזונדערער שׂכלדיקייט, די שׂכלדיקייט פונעם אינסטרומענטאַלן פאַרשטאַנד און פון דער אינסטרומענטאַלער טוּונג. אויב מען זאָל רעדן אין פרוידיאַנישע טערמינען, קומט ראַבינאָוויטש אַרויס מיט אַ פילאָסאָפישן אַרויסזאָג לויט וועלכן לעוויאַטאַן וואָלט געקענט זיין דער נאָמען פון אַ צושטאַנד פון "אומברענגערישע פאַרבינדונגען" מחמת צו פיל צוואַנג, און בעהעמאָט — דער נאָמען פון אַ צושטאַנד פון "טויטגיריקע פונאַנדערבינדונגען". דערביי דאַרף קלאָר זיין — ניואַנסירט ער — אַז, אחוץ דעם, זענען פארהאן לעבנס–פאַרבינדונגען און –פונאַנדערבינדונגען : "די שיידליניע ציט זיך נישט צווישן דעם ברירה–פּאָרל פראַבינדונג/פונאַנדערבינדונג, נאָר צווישן דער קרענקליכער סכעמע אָדער דער עראָטישער דינאַמיק וואָס באַלעבן זיי". דער באַגריף צעשטערערישקייט ערלויבט זשעראַר ראַבינאָווישן צו דערקענען, אַרטיקולירן און באַטראַכטן די ענליכקייטן און אַנדערשקייטן צווישן די דערמעגלעכנדיקע באַדינגונגען און די פּראַקטישע דרכים פונעם דריטן חורבן און פונעם פאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ אין 1994. זשעראַר ראַבינאָוויטש גייט יעצט ווייטער אָן מיט זיינע פאָרשונגען איבערן באַגריף "צעשטערערישקייט", דורך זיינע אַרבעטן וועגן נאַציזם, וועגן דעם פאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ און וועגן דער אונטערוועלט און די מאַפיעס, ווי אויך וועגן די אָפּרופן פונעם נאַציזם אין די אויסדרוקן פון היינטיגן פונאַנדערפאַל פון געזעלשאַפטליכן צוזאַמענבונד.

אַן עטיק פון אַנטוישונג

אויפן יסוד פון די פרוידיאַנישע באַטראַכטונגען און פעסטשטעלונגען, באַזונדערס פון פרוידס פאַרלעגנהייט אין דער קולטור, און פון זיינע אייגענע דערטראַכטונגען אין שייכות מיטן באַגריף פון "צעשטערערישקייט", קלערט ראַבינאָוויטש אַריין אין די קאָנסעקווענצן פון דער פּלאַסטישקייט פון דער צעשטערונג, איר פעיגקייט זיך צוצופּאַסן צו פאַרשידענע היסטאָרישע סיטואַציעס אָנהאַלטנדיק כּסדר איר אייגענע נאַטור. פּנים–אל–פּנים מיט אַזאַ אומאיינגענעמען אמת — באַרבאַרישקייט לויערט אויפן מענטש — סטאַרעט זיך זשעראַר ראַבינאָוויטש צו לייגן דעם פונדאַמענט פון אַן עטיק פון אַנטוישונג, אַן עטיק דורך וועלכער דער מענטשליכער יחיד זאָל קענען אויפשטעלן דאַמבעס קעגן דער צעשטערערישקייט וואָס שטעקט אין מענטשליכן מין.

באַטראַכטונגען וועגן הומאָר

דעם אַריינקלער אין דער עטיק פון אַנטוישונג פאַרטיפט און אילוסטרירט ראַבינאָוויטש דורך זיינע אַנאַליזן איבערן הומאָר, דאָס דאָזיקע צירונג פון דער קולטוראַרבעט, וואָס ליגט אינעם מענטש. אין זיין בוך וואָס הערט זיך שלעכטס? — ייִדישער הומאָר, אַ גייסטיקע קונסט, טראַכט ער אַריין אין דער ספּעציפישקייט פון ייִדישן הומאָר, דעם סימן און באַווייז פון דער ייִדישער קולטור און פון ייִדישן מהות, אויף וועלכע עס ווירקט אַ כאַראַקטעריסטישע אינעווייניגסטע שפּאַנונג, די שפּאַנונג פון אַ צונויפגלידערונג צווישן אַנטוישונג אין מענטשליכקייט און משיחישן בטחון. אין אַ נייער ווערק, אייך זעט דאָס אויס קאָמיש ? (וואַריאַציעס וועגן געלעכטער), איז זשעראַר ראַבינאָוויטש ממשיך דעם אַריינקלער אין הומאָר און אין זיין עטישער שליחות. דורך אַן אַנאַליז פון די חילוקים און מיטשטימונגען צווישן די צוויי גרויסע הומאָר–טראַדיציעס — די פון ייִדישן הומאָר און די פון ענגלישן, באַלייכט ראַבינאָוויטש די באַדינגונגען וואָס דערמעגליכן הומאָר, און אַנאַליזירט זיין ציוויליזירנדיקע און ניכטער–עמאַנציפּירנדיקע ווירקונג.

דורך זיינע פאָרשונגען העלפט זשעראַר ראַבינאָוויטש ברענגען יענע ענדערונגען אין דער השׂגות–סיסטעם וואָס זענען אומבאַדינגט נויטיג אָנצוגיין מיט דער אַרבעט פון אַנטשיפערן און "פונאַנדערפּלאָנטערן" די היינטצייטיקע וואָר. זיין ווערק צילט צונויפצוגלידערן די ראַדיקאַלע פּסיכאָאָנאַליטישע אַנטראָפּאָלאָגיע מיט די זיך כּסדר אומקערנדיקע פראַגעס פון דער קלאַסישער פּאָליטישער פילאָסאָפיע, ווי עס האָבן זיי פאָרמולירט לעאָ שטראַוס און קלאָד לעפאָר. זשעראַר ראַבינאָוויטש לייגט די עפּיסטעמאָלאָגישע און עטישע יסודות פון אַ נייעם אופן אָנצונעמען אונזער מענטשליכן מעמד אין אונזער היינטיגער וועלט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!