אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חמץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש=the dietary laws of Passover|העב=מונח בהלכה היהודית|דייטש=Gesäuertes, das die Juden bei der Flucht aus Ägypten zurücklassen mussten|}}
{{דעסקריפציע||ענגליש = the dietary laws of Passover|העב=מונח בהלכה היהודית|דייטש=Gesäuertes, das die Juden bei der Flucht aus Ägypten zurücklassen mussten|}}
'''חמץ''' איז ווען איינע פון די [[פינף ערליי קערנדליך]] האט צוגערירט [[וואסער]] סיידן עס איז נאך א קערנדיל אדער עס איז שוין [[מעל]] אויף א וויילע וואס עס קען צוגעקומען צו די מינדעסטע פארמאט עס זאל זויערן דעמאלסט איז עס חמץ. אט דאס חמץ טאר מען נישט עסן אדער זיך פארגעניגן אדער האבן אונטער די אייגענטומערשאפט אום [[פסח]].
'''חמץ''' איז ווען איינע פון די [[פינף ערליי קערנדליך]] האט צוגערירט [[וואסער]] סיידן עס איז נאך א קערנדיל אדער עס איז שוין [[מעל]] אויף א וויילע וואס עס קען צוגעקומען צו די מינדעסטע פארמאט עס זאל זויערן דעמאלסט איז עס חמץ. אט דאס חמץ טאר מען נישט עסן אדער זיך פארגעניגן אדער האבן אונטער די אייגענטומערשאפט אום [[פסח]].
[[פסח]] טאר מען נישט עסן קיין שום זאך וואס איז דערין אריינגעמישט אפילו א באשטאנדטייל וואס איז געווארן '''חמץ'''.
[[פסח]] טאר מען נישט עסן קיין שום זאך וואס איז דערין אריינגעמישט אפילו א באשטאנדטייל וואס איז געווארן '''חמץ'''.
שורה 68: שורה 68:
[[HE:חמץ]]
[[HE:חמץ]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:חמץ]]
[[קאַטעגאָריע:פרשת בא]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:19, 27 יוני 2024

חמץ איז ווען איינע פון די פינף ערליי קערנדליך האט צוגערירט וואסער סיידן עס איז נאך א קערנדיל אדער עס איז שוין מעל אויף א וויילע וואס עס קען צוגעקומען צו די מינדעסטע פארמאט עס זאל זויערן דעמאלסט איז עס חמץ. אט דאס חמץ טאר מען נישט עסן אדער זיך פארגעניגן אדער האבן אונטער די אייגענטומערשאפט אום פסח. פסח טאר מען נישט עסן קיין שום זאך וואס איז דערין אריינגעמישט אפילו א באשטאנדטייל וואס איז געווארן חמץ.

שיעור חימוץ

חז"ל זאגן אז פון די רגע וואס די מעל רירט צו דאס וואסער אויב מ'באשעפעטיגט זיך דערמיט געדאורט עס א שיעור מיל (די מאס צייט עס נעמט צו גיין אויף די פיס א שטרעקע פון א מיל), וואס דאס איז אכצען מינוט עס זאל צוקומען צו זויערן.

בל יראה

חמץ איז דער איינציגער איסור אין די תורה וואס נישט נאר מ'טאר עס נישט עסן און הנאה האבן טאר מען אויך עס נישט האבן אין זיין אייגענטומערשאפט. ווי די פסוק זאגט אין שמות י"ג, ולא יראה לך חמץ ולא יראה לך שאור בכל גבולך.

ביישפילן פון עסנווארג וואס איז חמץ

ביעור חמץ

כדי מ'זאל נישט עובר זיין אויף בל יראה האט די תורה געהייסן אז מ'מוז אויסרוימען אין פארלענדן די חמץ פאר פסח. ווי די פסוק זאגט אין שמות י"ב אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם, חז"ל זאגן אז די ווארט ראשון איז נישט טייטש "ערשט" וואס דאס וואלט געמיינט דעם ערשטן טאג פסח, נאר ענדערש "פעדערן" "איידער", דאס מיינט "איידער" עס קומט אן פסח זאל מען פארלענדן די חמץ.

עס זענען דא דריי זאכן וואס מ'דארף טאן צו פולקאם מקיים זיין די מצוה פון "תשביתו".

  1. בדיקה
  2. ביטול
  3. ביעור

בדיקת חמץ

Postscript-viewer-blue.svg בדיקת חמץ

מ'מוז גוט אויסרייניגן דאס הויז פון יעדן חמץ, נאכן אויסרייניגן איז מען בודק חמץ. דאס מיינט, אז מ'דארף אונטערזוכן דאס הויז צום שיין פון א ליכט.

די נאכט פון י"ד ניסן, וואס איז פאר פסח ביינאכט, גילט דער חיוב בודק צו זיין דעם חמץ מיט א ליכטל, וואו אימער עס איז מעגליך געקומען חמץ איבערן יאר אין זיין רשות. איידער מען הייבט אן די בדיקה מאכט מען די ברכה: ברוך אתה ד' אלוקינו מלך העולם, אשר קדשנו במצוותיו וציוונו על ביעור חמץ. כאטש די ברכה באציט זיך אויף ביעור חמץ – וואס ווערט געמאכט ערשט צומארגנס – און נישט אויף דער בדיקה, אבער מען מאכט די ברכה ווען מען הייבט אן די מצוה, ווען מען איז בודק. בייטאג מאכט מען נישט קיין ברכה (נאר ס'איז דא פוסקים וואס האלטן אז טאמער מ'האט פארגעסן מאכן די ברכה פארן בודק זיין, זאל מען מאכן די ברכה פארן פארברענען דאס חמץ.[1]

מ'דארף בודק חמץ זיין יעדע ארט.

  • אין די אויטאמאביל
  • אין די ביזנעס
  • אין קעלער
  • אין בוידעם
  • אין יעדן ווינקל אין שטוב.

כל חמירא

אויך דארף מען מבטל זיין די חמץ דאס מיינט מען איז מפקיר דאס חמץ, די לשון חז"ל איז "ביטול מטעם הפקר", כדי מ'זאל נישט עובר זיין אויף בל יראה אויף די חמץ וואס מ'האט נישט געטראפן בשעת'ן בודק זיין און עס איז געבליבן אומוועלנדיג אונטער די אייגענטומערשאפט.

מ'קען נישט מבטל זיין חמץ וואס מ'ווייסט ווי ס'ליגט און מ'פלאנט עס צו ניצן נאך פסח, ווייל עס מוז זיין א ערענסטע הפקר מיטן גאנצן הארץ, חמץ וואס מ'וויל ניצן נאך פסח דארף מען פארקויפן פאר א גוי (זעה ווייטער מכירת חמץ).

כל חמירא איז די ניסוח וואס מ'זאגט ווען מען איז מפקיר די חמץ, עס איז אויף אראמיש ווייל דאס איז אמאל געווען די לשון בני אדם, ווייל ווען מ'איז מ'איז מפקיר די חמץ מוז מען פארשטיין וואס מ'זאגט, ווייל עס איז פון הארץ, דעריבער היינט אויב איינער פארשטייט נישט די ווערטער פון כל חמירא מוז ער עס זאגן אויף אידיש אדער די שפראך וואס ער פארשטייט. די אנדערע שפראכן זענען געווענליך געדרוקט אין די סידורים.

שריפץ חמץ

איבערגעבליבענע חמץ וואס מ'האט אין שטוב ערב פסח, נאכן זמן פון סוף זמן אכילת חמץ, דארף מען מבער זיין פון דער וועלט, דורך פארברענען אדער דורך אן אנדער מיטל. מ'פירט זיך צו פארברענען דאס חמץ נאך פיר שעה'ן פון טאג.

חמץ שעבר עליו הפסח

חמץ וואס א איד האט געהאט איבער פסח בלייבט אסור נאך פסח.

חמץ נוקשה

זעט אויך

רעפערענצן

  1. שו"ע אורח חיים סימן תלב


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!