אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ווינט"
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
ק (החלפת טקסט – "אטמאספערע" ב־"אטמאספער") |
||
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=flow of gases or air on a large scale|העב=תנועה של אוויר|דייטש=gerichtete, stärkere Luftbewegung in der Erdatmosphäre|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = flow of gases or air on a large scale|העב=תנועה של אוויר|דייטש=gerichtete, stärkere Luftbewegung in der Erdatmosphäre|}} | ||
[[טעקע:Diagrama de formacion de la brisa-breeze.png|קליין|250px|דירעקציע וויאזוי די ווינט לויפט.]] | [[טעקע:Diagrama de formacion de la brisa-breeze.png|קליין|250px|דירעקציע וויאזוי די ווינט לויפט.]] | ||
'''ווינט''' איז דער שטראמונג פון [[לופט]] באשטאנדטיילן אין א געוויסער [[האריזאנט]]אלער ריכטונג. | '''ווינט''' איז דער שטראמונג פון [[לופט]] באשטאנדטיילן אין א געוויסער [[האריזאנט]]אלער ריכטונג. | ||
דאס קומט צושטאנד דורך אומאייניגער [[ | דאס קומט צושטאנד דורך אומאייניגער [[אטמאספער]] הייצונג אויף דעם [[ערד]] פלאך. וואס אויף איין פלאץ איז די [[טעמפעראטור]] נידעריגער וואס שלעפט די לופט פון די שכינותדיגער פלאץ וואס איז העכערע טעמפרוטאר. | ||
עס פאסירט אין אלע פארמען, פון א קליין פרישער לופטל וואס בלאזט אויף אפאר מינוט, ביז [[גלאב]]אלע [[שטורעם|שטורעמס]]. | עס פאסירט אין אלע פארמען, פון א קליין פרישער לופטל וואס בלאזט אויף אפאר מינוט, ביז [[גלאב]]אלע [[שטורעם|שטורעמס]]. |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 19:51, 10 פעברואר 2024
ווינט איז דער שטראמונג פון לופט באשטאנדטיילן אין א געוויסער האריזאנטאלער ריכטונג.
דאס קומט צושטאנד דורך אומאייניגער אטמאספער הייצונג אויף דעם ערד פלאך. וואס אויף איין פלאץ איז די טעמפעראטור נידעריגער וואס שלעפט די לופט פון די שכינותדיגער פלאץ וואס איז העכערע טעמפרוטאר.
עס פאסירט אין אלע פארמען, פון א קליין פרישער לופטל וואס בלאזט אויף אפאר מינוט, ביז גלאבאלע שטורעמס.
א קליין ווינטל פאסירט דורך דעם וואס די זון באקט אויף איין פלאץ, און מאכט אז די ווארעמע לופט זאל זיך הייבן, און די זייטיגע קאלטער לופט קומט אויטאמאטיש אהין צו ערזעצן דעם חלל וואס האט זיך געשאפט דורך די לופט וואס איז ארויפגעגאנגען. דאס שאפט די פארענדערע לופט וואס מיר רופן ווינט.
בענעפיטן
דער ווינט קען דינען ווי א פריינט, דורך זומער ווען עס איז ביטער הייס, קומט ער און מאכט קיל און לעבט אויף די קינדער ווען עס מאכט פליען דעם קייט, אדער ביי א קליין בעיבי וואס די ווינט בלאזט די טשאשטקלעך אין דעם בעטל עס זאל זינגן און זיך דרייען.
אמאל האבן אויך אלע שיפן גערייזט אויף זעגלען וואס האבן פונקציאנירט דורך די ווינטן וואס בלאזן אויף די ארויפגעצויגענע ליילעכער איבערן שיף. און ווען די שיף געוואלט בייטן ריכטונגען, האט מען אויסגעדרייט די זעגל אויף א אנדערע זייט, אלעס געוואנדן אין די ריכטונגען אין וואס די ווינטן בלאזן.
און אויב האט אויסגעבראכן א שטורעם און די זעגלען האבן זיך צובראכן איז מען געווען אויף געהאקטע צרות.
די וועטער-פאראויסזאגער באשטימען אויך פיהל, לויט וועלכער ריכטונג און מיט וואספארא שטארקייט די ווינטן בלאזן. אויך נעמט דער ווינט א הויפט ראלע אין שפייזן די באשעפענישן און איז א וויכטיג פאר די עקזיסטענץ פונעם וועלט באשאף, נעמליך, די נאטור איז אז גענוי ווי די באשעפענישן אויף אונזער וועלט, מערן זיך אדורכדעם וואס צוויי זרעים קומען זיך צוזאם, אזוי טוען אויך געוואוקסן שפראצן בלויז נאכוואס די פייבער שטויב פון די קערנדלעך פון איין געוואוקס, בארירן דעם קערנדל פונעם צווייטן געוואוקס. און דאס טוט אלעס דער ווינט צושטאנד ברענגען.
פעלעריקייטן
אין ווינטער איז עס ביטער פארפרויערן קאלט, אויב בלאזט ער מיטן גאנצן קראפט. אויך איז דא גרויזאמע הוראגאנען און טארנאדאס וואס אן רחמנות קענען זיי חרוב מאכן גאנצע שטעט הייזער און יארן און עפאכעס פון פלאג מי הארוואניע פון די מענטשן אין איין מינוט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!