אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מגן אברהם"
ק (דעסקריפציע) |
אין תקציר עריכה |
||
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 38: | שורה 38: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:מגן אברהם]] | [[he:מגן אברהם]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:פירושים אויף שולחן ערוך]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 07:00, 19 יוני 2024
מגן אברהם איז א ספר אויפן שלחן ערוך און תוספתא סדר נזיקין פארפאסט דורך רבי אברהם אבלי גאמבינער פון קאליש וועלכע איז שטארק באקאנט נאך דעם בארימטן ספר.
דאס ספר איז איינער פון די פראמינענטע נושאי כלים פארן שלחן ערוך. ער ברענגט אויך קבלה פון זוהר און אריז"ל. פוסקים ווי דער ערוך השלחן און משנה ברורה פסק'ענען אסאך ווי ער.
נאמען
דער מחבר האט אין זיין כתב יד עס נישט געגעבן קיין נאמען, נאר די תלמידים זאגן אז איינמאל האט מען אים געפרעגט וועגן א נאמען האט ער געזאגט נר ישראל. אבער זיין זון וואס האט עס געדרוקט צוזאמען מיטן טורי זהב וואס הייסט אויך מגן דוד ט"ז האט באשלאסן עס צו רופן מגן אברהם נ"י און עס איז באוואוסט געווארן אלס מגן אברהם.
השתלשלות פונעם ספר
ער האט אנגעהויבן שרייבן זיין פירוש אין יאר תכ"ה און געענדיגט אין תל"א. מען זאגט אז צוליב זיין גרויס ארימקייט פלעגט ער שרייבן זיינע חידושים אויף די ווענט. און יארן שפעטער ווען די קאלעך האט זיך געשיילט, האט מען געפונען זיין שריפט.
אין יאהר תל"ג איז זיין ברודער רבי יהודה געפארן קיין אמסטערדאם צו דרוקן דעם ספר, אבער ער איז נסתלק געווארן אינמיטן וועג. דערנאך האט דער מגן אברהם געמאכט אסאך טוישונגען אינעם ספר לויט ספרים וואס זענען אינצווישן ארויסגעקומען, שו"ת צמח צדק, עולת תמיד און נאך.
שפעהטער נאך זיין פטירה האט זיין איינציגסטער זון רבי חיים געוואלט דרוקן דעם ספר, אבער אנדערע מענטשן האבן געהאט דעם מאנסוקריפט. נאר נאך עטליכע דין תורות און א חרם פון די וועד ארבע ארצות האט ער עס ענדליך באוויזן צוריקצובאקומען.
דער ספר איז ארגינעל געווען אויף גאנץ שלחן ערוך און תוספתא, אבער פון די כתבים איז נאר געבליבן אויף אורח חיים און תוספתא נזיקין וואס זיין אייניקל האט ארויסגעגעבן. זיין איידעם ברעהנגט אין זיינע ספרים אסאך פן זיין שווער וואס איז נישט געדרוקט, אזוי אויך א גאנץ ספר אויף שמות גיטין.
זיינע אנדערע ספרים
אויך איז געבליבן א ספר זית רענן אויף ילקוט שמעוני, שמן ששון על התורה און עטליכע פיוטים.
הסכמות
פירושים
לינקען
- ספר מגן אברהם אויף תוספתא http://chabadlibrarybooks.com/19308
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!