אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ווירוס"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
||
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=non-cellular, submicroscopic infectious agent that replicates only inside the living cells of an organism|העב=טפיל מיקרוסקופי מחולל מחלות|דייטש=biochemische infektiöse Strukturen|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = non-cellular, submicroscopic infectious agent that replicates only inside the living cells of an organism|העב=טפיל מיקרוסקופי מחולל מחלות|דייטש=biochemische infektiöse Strukturen|}} | ||
<sup>צו מיינט איר [[קאמפיוטער ווירוס]]?</sup> | <sup>צו מיינט איר [[קאמפיוטער ווירוס]]?</sup> | ||
שורה 29: | שורה 29: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 15:59, 26 אקטאבער 2023
צו מיינט איר קאמפיוטער ווירוס?
א ווירוס איז א מיקראסקאפישער באשטאנדטייל (אדער ענגליש פארטיקל = קליינע טיילכל) וואס איז באשטאנד צו אינפעקטירן די קעמערלעך (ענגליש צעלן) פון א ביאלאגישן ארגאניזם.
דאס ווארט שטאמט פון לאטייניש virus, טייטש "סם".
אין תוך גענומען באשטייען ווירוסן פון גענעטישן מאטעריאל ארומגעכאפט דורך א פראטעין-פאנצער ("קאפסיד", דאס הייסט א פראטעינען-קאפסל).
דער דאזיגער קאפסל שיידט זיי אונטער פון אנדערע פארטיקלען וואס זענען אנדערש ווי ווירוסן. די פארשונג פון ווירוסן הייסט וויראלאגיע און די פארשערס, ד.ה. די וויסנשאפטלער וואס פארשן זיי, הייסן וויראלאגן.
ווירוסן זענען ענליך צו אנדערע פאראזיטן וואס מוזן לעבן אינעווייניק אין א קעמערל, ווייל זיי קענען זיך ניט מערן מחוץ א "גאסטגעבער"-קעמערל. זיי קענען אינפעקטירן א סך מינים ארגאניזמען, סיי בעלי חיים און געוויקסן, סיי באקטעריעס.
שוין לאנג בושעוועט א מחלוקת, צי ווירוסן זענען לעבעדיקע ארגאניזמען. ס'רוב ווירוס-פארשערס האלטן זיי פאר ניט-לעבעדיקע, וויייל זיי קומען ניט נאך אלע ברייט-אנגענומענע תנאים פאר לעבן. צווישן אנדערע פארמאגן ווירוסן גארניט קיין אייגענע קעמערל-הייטל, און אליין קענען זייי אויך ניט מעטאבאליזירן. צוריקגערעדט, זענען פאראן אנדערע ארגאניזמען, וואס מען האלט בדרך-כלל יא פאר לעבעדיקע, וואס זיי קומען ניט נאך יענע תנאים.
אויב מען וואלט זיי יא געהאלטן פאר לעבעדיקע, וואלטן זיי געווען אן אויסנאם צום כלל (דער "קעמערלעך-טעאריע) אז אלע לעבעדיקע זאכן באשטייען פון קעמערלעך. ווירוסן באשטייען ניט פון קעמערלעך, נאר אינפעקטירן זיי.
ווירוס קראנקייטן
די קראנקייטן פאקן, ווינטפאקן און גריפע קומען פון ווירוס אינפעקציעס.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!