אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:וויקיפעדיע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע: אינטערנעט פראיעקט)
צייכן: רויע רעדאגירונג
 
(4 מיטלסטע ווערסיעס פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 37: שורה 37:
# מ'קען דאס זייער גרינג צוריק שטעלן. '''יעדער איינער קען מיט איין קוועטש דאס [[צוריקדרייען]]'''
# מ'קען דאס זייער גרינג צוריק שטעלן. '''יעדער איינער קען מיט איין קוועטש דאס [[צוריקדרייען]]'''
# דער [[וואנדאל]] ווערט בלאקירט דורך די [[מנהלים]] אין איין סעקונדע.
# דער [[וואנדאל]] ווערט בלאקירט דורך די [[מנהלים]] אין איין סעקונדע.
# אלע געמעקטע ווערסיעס ווערן אפגעהיט אין דער [[וויקיפּעדיע:היסטאריע|היסטאריע]] זייט. ממילא איז קיינעמ'ס ארבעט קיינמאל נישט געגאנגען לטמיון.
# אלע געמעקטע ווערסיעס ווערן אפגעהיט אין דער [[המכלול:היסטאריע|היסטאריע]] זייט. ממילא איז קיינעמ'ס ארבעט קיינמאל נישט געגאנגען לטמיון.
# מ'קען נישט מעקן אן א צופרידנשטעלנדע אויפקלערונג. אויב איינער מעקט אן קיין אויפקלערונג איז ער אטאמאטיק א וואנדאל, און נאכן ווארענען צוויי דריי מאל ווערט ער בלאקירט אויף שטענדיק.  
# מ'קען נישט מעקן אן א צופרידנשטעלנדע אויפקלערונג. אויב איינער מעקט אן קיין אויפקלערונג איז ער אטאמאטיק א וואנדאל, און נאכן ווארענען צוויי דריי מאל ווערט ער בלאקירט אויף שטענדיק.  
# די אויסמעקן איז אבער דער הויפט מעלה פון וויקיפעדיע. ווייל אויב איך וואַרף מיינע דעות פאַרן המון קען דאָס נישט ווערן ערגער נאָר בעסער, ווייל איך איינער אַליינס בין מער איינזייטיג און אומוויסענד ווי דער רוב פון הונדערטע מענטשען ביינאַזאַם וואָס רעדן זיך דורך. מען דאַרף זיין זייער אַ גרויסע בעל גאווה זיך צו פאַפּן און זאָגן אַז מען פאַרשטייט בעסער פון א מערהייט.
# די אויסמעקן איז אבער דער הויפט מעלה פון וויקיפעדיע. ווייל אויב איך וואַרף מיינע דעות פאַרן המון קען דאָס נישט ווערן ערגער נאָר בעסער, ווייל איך איינער אַליינס בין מער איינזייטיג און אומוויסענד ווי דער רוב פון הונדערטע מענטשען ביינאַזאַם וואָס רעדן זיך דורך. מען דאַרף זיין זייער אַ גרויסע בעל גאווה זיך צו פאַפּן און זאָגן אַז מען פאַרשטייט בעסער פון א מערהייט.
שורה 56: שורה 56:


== שפראכן ==
== שפראכן ==
=== שפאניש ===
===ענגליש===
די '''שפאַניש-וויקיפעדיע''' ({{שפראך-es|Wikipedia en español}}) איז א [[שפאניש]]ע אויסגאבע פון דער פרייער, אנליין [[ענציקלאפעדיע]] וויקיפעדיע. די וויקיפעדיע האט אנגעהויבן אין מאי 2001, און האט דערגרייכט 100,000 ארטיקלען אום 8טן מערץ, 2006 און 1,000,000 ארטיקלען אום 16 מיי, 2013. זי איז די 9ט-גרעסטע וויקיפעדיע געמאסטן לויט דער צאל ארטיקלען.
די '''ענגלישע וויקיפעדיע''' ([[ענגליש]]: ''English Wikipedia'') ווערט פאררעכענט ווי דער הויפט [[וויקיפעדיע]] פראיעקט ווייל דאס איז געווען די ערשטע [[שפראך]] אוואו עס האט זיך אנגעהויבן צו פארשפרייטן דער [[באגריף]] פון וויקיפעדיע. און אויך ווייל זי איז די גרעסטע. נאך איר קומען די [[דייטשע וויקיפעדיע]] און די [[פראנצויזיש-וויקיפעדיע]].
 
==== וואקס אין פאפולערקייט ====
עס שוין היינט צוטאגס דאס דריטע מערסטע באזוכסטע [[וועב סייט]] אויפן גאנצן [[אינטערנעט]]{{מקור}}. די ענגליש־שפראך וויקיפעדיע איז געגגרינדעט געווארן דעם 15טן יאנואר 2001, און נאך אכט און א האלב יאר, אין אויגוסט 2009, האט זי דערגרייכט דריי מיליאן ארטיקלען. ביים סוף 2011, מיט איבער 500 מיליאן רעגיסטרירטע באנוצער{{מקור}} און נאנט צו פיר מיליאן ארטיקלען, איז זי די גרעסטע ענציקלאפעדיע.  
 
דער ארטיקל [[זשארזש דאבליו בוש]] איז דאס מערסטע גענדערט און רעדאגירט דארטן. [http://en.wikipedia.org/wiki/Special:Mostrevisions].
 
====סימפל ענגליש====
[[טעקע:Wikipedia-logo-v2-simple.svg|קליין|300px|פשוטע ענגליש וויקיפעדיע [[לאגא]].]]
די '''פּשוטע ענגלישע וויקיפעדיע''' ([[ענגליש]]: ''Simple English Wikipedia'') איז א [[וויקיפעדיע]] געשריבן אין א פשוטן [[ענגליש]] וואס איז נישט אזוי קאמפליצירט. מיטן ציל צו מאכן גרינגער פאר מענטשן וואס קענען נישט אזוי גוט ענגליש, צו ליינען די העכערע שפראך וואס די געווענליכע ענגלישע וויקעפידיע איז געשריבן.


=== פראנצויזיש ===
=== פראנצויזיש ===
די '''פראנצויזיש־וויקיפעדיע''' ([[פראנצויזיש]]: ''Wikipédia Francophone'' אדער ''Wikipédia en français'') איז די [[פראנצויזיש]]-שפראך אויסגאבע פון וויקיפעדיע, אויסגעלייגט ''Wikipédia''. זי האט אנגעהויבן מערץ 2001. זי איז אמאל געווען די דריט-גרעסטע וויקיפעדיע, אבער היינט איז זי די פינפט גרעסטע.<ref>[[m:List of Wikipedias|וויקימעדיע ליסטע פון וויקיפעדיעס און זייערע סטאטיסטיק.]]</ref>
די '''פראנצויזיש־וויקיפעדיע''' ([[פראנצויזיש]]: ''Wikipédia Francophone'' אדער ''Wikipédia en français'') איז די [[פראנצויזיש]]-שפראך אויסגאבע פון וויקיפעדיע, אויסגעלייגט ''Wikipédia''. זי האט אנגעהויבן מערץ 2001. זי איז אמאל געווען די דריט-גרעסטע וויקיפעדיע, אבער היינט איז זי די פינפט גרעסטע.<ref>[[m:List of Wikipedias|וויקימעדיע ליסטע פון וויקיפעדיעס און זייערע סטאטיסטיק.]]</ref>
=== שפאניש ===
די '''שפאַניש-וויקיפעדיע''' ({{שפראך-es|Wikipedia en español}}) איז א [[שפאניש]]ע אויסגאבע פון דער פרייער, אנליין [[ענציקלאפעדיע]] וויקיפעדיע. די וויקיפעדיע האט אנגעהויבן אין מאי 2001, און האט דערגרייכט 100,000 ארטיקלען אום 8טן מערץ, 2006 און 1,000,000 ארטיקלען אום 16 מיי, 2013. זי איז די 9ט-גרעסטע וויקיפעדיע געמאסטן לויט דער צאל ארטיקלען.


== זעט אויך ==
== זעט אויך ==
שורה 67: שורה 79:
* [[קריטיק אויפן וויקיפעדיע]]
* [[קריטיק אויפן וויקיפעדיע]]


==דרויסנדע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==
* [http://computer.howstuffworks.com/wiki.htm ווי אזוי ארבעטן וויקיס? פון "האו סטאף ווארקס"]
* [http://computer.howstuffworks.com/wiki.htm ווי אזוי ארבעטן וויקיס? פון "האו סטאף ווארקס"]


שורה 77: שורה 89:
[[קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:וויקיפעדיע|*]]
[[קאַטעגאָריע:וויקיפעדיע|*]]
[[קאַטעגאָריע:אפענער קאד]]
[[קאַטעגאָריע:אפענער קאוד]]
[[קאַטעגאָריע:וויקימעדיע פראיעקטן]]
[[קאַטעגאָריע:וויקימעדיע פראיעקטן]]


[[he:ויקיפדיה]]
[[he:ויקיפדיה]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:34, 11 אויגוסט 2024

לאגא פון וויקיפעדיע.

וו‫יקיפּעדיע איז אַ פילשפּראַכיגער פּראָיעקט (לעת עתה:288 שפּראַכן) צו שאַפן אַ גענויע און פולשטענדיקע ענציקלאָפּעדיע. איר נאָמען איז אַ צוזאַמען שטעלונג פון צוויי ווערטער: וויקי און "פּעדיע".

עס ‫קומט אין אָפענעם פרייען פאָרמאַט, געבויט אויף אַ ספּעציעלער פּראָגראַם מיטן נאָמען וויקי (מיינענדיג שנעל און געשווינד אויף האַווייאיש), וואָס מאַכט די ענציקלאָפּעדיע ווי אַ רשות הרבים וואָס יעדער איינער קען זיך באַטייליקן, ענדערן, רעדאַקטירן, רעאַגירן, מעקן, און אַליינס אָפּשרייבן כל מיני אַרטיקלען.

די וויקיפעדיע פראיעקט האט אנגעהויבן מיט דער ענגלישער וויקיפעדיע דעם 15טן יאנואר 2001. נאכהער זענען געקומען די וויקיפעדיעס אויף אסאך אנדערע שפראכן.

אום 12טן יולי 2007 זענען געווען אין דער ענציקלאפעדיע 7.83 מיליאן ארטיקלען אין אלע שפראכן געשאפן דורך 8.04 מיליאן באניצערס[1] כולל בערך צוויי מיליאן ארטיקלען אין ענגליש.[2] צוזאמען אנטהאלטן די וויקיפעדיעס 1.40 מיליאן פרייע בילדער.

גרינדער און פירער פון וויקיפעדיע

דער גרינדער און פרעזידענט איז איינער אין סאן פראנסיסקא זשימי וועילס, דאס איז קודם צושטאנד געקומען דורך א פירמע וואס איז געווען אן ענציקלאפידיע, אבער נאכן איינזעהן אז דער אידיאל איז א פאטענציאל פון אומגעהוירע הצלחה, האבן זיי דאס געמוזט אויפגעבן און מאכן פאר א נחלת הכלל א רשות הרבים וואס יעדער איינער איז אייניג בעל הבית, און עס באלאנגט נישט פאר קיינעם. די ענגלישע אפטיילונג איז געווען די ערשטע וויקיפעדיע שפראך, עס האט זיך געפענט יאנואר 2001.

היסטאריע: פון ביזנעס צו נאן-פּראַפיט ארגאניזאציע

היינט צוטאג איז דאס פובליק און איז נישט קיין רכוש פרטי, עס האט אינגאנצן דריי באצאלטע ארבעטערס. דעריבער טראגט דאס א דאמיין אדרעסע, וויקיפידיע דאט. ארג —אנשטאט דאט. קאם — ווייל עס איז א ארגאניזאציע און נישט קיין ביזנעס. דאס אז סאיז נישט קיין ביזנעס פארענטפערט פארוואס וויקיפעדיע אטראקט אזויפיל באנוצער, ווייל דער נדבן פון אינפארמאציע ווייסט אז קיינער ווערט נישט רייך אויף זיין חשבון.

די גרינדער ווילן נישט אויסשליסן אז זיי גייען קיינמאל נישט אנעמען קיין רעקלאמעס, ווייל אויסהאלטן אזויפיל סערווערס קאסט הון תועפות, דערווייל מאכן זיי די פארלאנגטע פאר הונדערט טויזנט דאלער פון נדבות, און זיי ווייסן אז דער רגע וואס זייי וועלן דאס אנהייבן מאכן א ביזנעס ווי גוגל, וועלן די מיליאנען באנוצער פארלאנגען זייער אייניגער טייל און וועלן נישט ווייטער ארבעטן אויב איינער וועט מאכן געלט אויף זייער רוקן.

דאס באזארגט אבער נישט די מיליאנען וואלונטירן וואס שרייבן אין דער וויקיפעדיע ווייל דער רגע וואס "זשימי" מאכט דאס פאר א ביזנעס קען מען געבן א קאפי די גאנצע דאטעבאזע צו אן אנדערער דאמיין, ווייל בשעת'ן שרייבן ערקלערט מען אז די אינפארמאציע איז מופקר פאר יעדן און קיינער קען נישט פאדערן בעלות אויף גארנישט פון וויקיפעדיע.

זייער פאפולער

די גרעסטע אינטערנעט זוך מאשין גוגל לייגט רוב מאל די רעזולטאטן פון ווערטער קודם די וויקיפעדיע ארטיקלען פון דעם ווארט, ווייל דער וועג וואיזוי גוגל ארבעט, זיי לינקן לויט דעם סדר פון בלאט ראנק ווער ס'האט די מערסטע לינקען צו אים איז אויבן אן. און וויבאלד וויקיפעדיע לינקט דאס מערסטע צו זייערע בלעטער ווערט עס אנערקענט אלס זייער פאפולער און גוגל לייגט דאס פון די ערשטע שורות. [מקור פארלאנגט]

דורכשניטלעך אין אן אלגעמיינער טאג ציילן אירע באזוכער ארום 912,000.

אויך איז דאס ציענד, ווייל עס געט יעדן א געלגענהייט צו זיין א שפילער אין די אינפארמאציע אנדערשט ווי א נארמאלע ענציקלאפידיע וואס איז נאר א איין וועג קאמיוניקאציע פון ליינען, איז דאס די געלעגנהייט פארן ליינער צו אויסבעסערן און מעקן און עדיטן וואס ער האלט אז עס איז נישט גוט אדער קען זיין בעסער.

פרייהייט איז דער גרונט און סטרוקטור

דער יסוד פון וויקיפעדיע, איז אז עס איז א פרייע פלאץ, קיינער קען נישט מעקן אן אנדערן אן קיין צופרידענשטעלנדער אויפקלער און הסבר, און דאס וואס איינער איז א דירעקטאר, אנטוויקילער אדער העכער, מיינט נאר צו האלטן די סיסטעם טעכניש אין סדר, און נישט אז זיין מיינוג האט מער האפט און ווערט לגבי די טעמעס.

אויב איינער האלט אז דער אנדערער האט געשריבן צו עקסטרעמיסטיש בעסערט מען דאס אויס, און דער אנדערע קען נאכדעם צוריקומען און צוריק פארבעסערן לויט זיין שכל, קיינער קען נישט זאגן אז יענער איז עקסטרעם, - און מעקן אן קיין ספעציפישער הסבר ווי און וואס ער איז נישט גערעכט, אין רעדן בלאט פון ארטיקל אדער באנוצער. דאס איז דער גאנצער געדאנק פון וויקיפעדיע אין קאנטראסט פון ענציקלאפעדיע.

דער איינציגסטער און הויפט מעלה וואס וויקיפעדיע האט איז אז זי איז פריי, אויב איז דא דיקטאטורשאפט איז דאס אן אנציקליפידיע, און אויב מ'באמערקט דיקטאטורשאפט פון א באנוצער אדער דירעקטאר, דארף מען קענען ענגליש און באריכטען די פארברעך צו העכערע אנפירערס אין וויקיפעדיע, זיי וועלן יענעם אומשעדליך מאכן, און העלפן בויען און אטראקטן נאך שרייבער און ליינער וואס וועלן איינזעהן אז סאיז זייער א זאך און זיי זענען פולע און גלייכע שותפים צו דעם פראיעקט און זייער מוה פלאג הארוואניע און צייט גייט נישט לטמיון.

פאַרוואָס זאָל מען שרייבן אויב יעדער וואַנדאַל קען דאָס באַלד אויסמעקן?

  1. מ'קען דאס זייער גרינג צוריק שטעלן. יעדער איינער קען מיט איין קוועטש דאס צוריקדרייען
  2. דער וואנדאל ווערט בלאקירט דורך די מנהלים אין איין סעקונדע.
  3. אלע געמעקטע ווערסיעס ווערן אפגעהיט אין דער היסטאריע זייט. ממילא איז קיינעמ'ס ארבעט קיינמאל נישט געגאנגען לטמיון.
  4. מ'קען נישט מעקן אן א צופרידנשטעלנדע אויפקלערונג. אויב איינער מעקט אן קיין אויפקלערונג איז ער אטאמאטיק א וואנדאל, און נאכן ווארענען צוויי דריי מאל ווערט ער בלאקירט אויף שטענדיק.
  5. די אויסמעקן איז אבער דער הויפט מעלה פון וויקיפעדיע. ווייל אויב איך וואַרף מיינע דעות פאַרן המון קען דאָס נישט ווערן ערגער נאָר בעסער, ווייל איך איינער אַליינס בין מער איינזייטיג און אומוויסענד ווי דער רוב פון הונדערטע מענטשען ביינאַזאַם וואָס רעדן זיך דורך. מען דאַרף זיין זייער אַ גרויסע בעל גאווה זיך צו פאַפּן און זאָגן אַז מען פאַרשטייט בעסער פון א מערהייט.

דער אמת איז, אַז ס'וועט אייביג זיין יחידים מיט שמאָלע אַגענדעס וואָס וועלן מעקן גוטע זאַכן און שרייבן פאַלשע אינפאָרמאַציע. אָבער דאָס מערהייט מענטשען וואָס קומען זיך צוזאַמען אויף איין פּלאַץ זיך דורכרעדן, ווערן זייערע פּערזענליכע דיפערענצן פאַרמינערט און פאַרלוירן, קעגן דעם מעכטיגען רוב פון זייערע שותפות'דיגע גוטע אמת'ע דעות און אינפאָרמאַציע. קומט אויס אַז סוף טאָג וועט דער אמת און יושר זיגן.

דער כוח פון וויקי; עס פאראייניגט פארשידנארטיגע און קעגן זייטיגע מיינונגען

וויקי איז אַ קאָמפּיוטער פּראָגראַם געווידמעט ספּעציעל צו ערייכען דעם ציל, עס געבט די כוח פון רוב דעות אויסצומעקן און פאררעכטן די טעות'דיגע פאלטשע פּערזענליכע איינזייטיגע אינפאָרמאַציע וואָס פארדרייען דעם אמת. ווייל דער בעסטער מיטל צו וויסן וואס איז פאלטש איז דער כוח הרבים וואס זענען דן נאכאמאל און נאכאמאל ביז מען איז מלבן די סוגיא.

אַלע תיקונים און רעאַקציעס פון יעדער ענין קען יעדער איינער ליינען און אָפּמאכן אויב עס איז באַרעכטיגט, אויב באַשליס איך אָדער אַן אנדערער ליינער אַז דאס איז בטעות געטוישט געווארן קען מען דאס צוריק פאררעכטן. אויב דאס ווערט א לאנגער קאמף אַהין און צוריק איז דא ספּעציעלע פּאָליציי מיט מער כוח פון דעם המון, אויב האט איר טענות אז דער פּאליציי מאן האט געמעקט שלא ביושר איז דא מיליאנען ראנגען העכער אים וואס קענען אים אוועקנעמען זיין כוח, געווענליך ווי לענגער מ'שרייבט ווערט מען א גרעסערער ראנג אינעם היראַכיע, וואס מאכן אפּ וואַס איז יושר.

די וויקי פּראָגרעם ווערט היינט צוטאָגס זייער אויפגעכאַפּט, מער און מער, אסיפות מיטונגען פון ביזנעס און פאליטיק און אנדערע צילן ענדיגן זיך מיט א "וויקי" פרעזענטאציע אויף א גרויסן סקרין וואס אלע לעפּטאַפּס פון די באטייליגטע זענען צוגעבינדען און דער עולם ארבייט אויף די זיץ פלעצער זעהנדיג יעדן'ס עדיטס, מ'מעקט, פארעכט, און מ'רעדט, ביז עס ווערן אויסגעפארעמט פאראייניגטע רעזולוציעס, אגענדעס און שלוסן פון די מיטונגען.

כח הרבים

"וויקיפּידיע" האט מיליאַנען וואלענטורן פון די גאָרער וועלט וואָס געבן זיך אַפּ צו טענה'נען און מלבן זיין מיליאנען סוגיות טעגליך. דערווייל ארבייט עס מורה'דיג, ווייל ס'איז מענטשען פון אלע מינע געזעלשאפטן און מדינות, יעדער איינער ווייסט עפּעס אנדערשט וואס דער אנדערע ווייסט נישט. מיר זענען אלע מיד און קראנק פון אויסהערן אַפּאר יחידים וואס זאגן אונז וואס מיר מעגן גלייבן און וואס נישט, פון היינט מאל אן זענען מיר די וואס האבן א מיינונג און מיר העלפן אנדערע צו קענען גלייבן און אנעמען וואס מיר האבן צו פארקויפן דורך געבן זיי א כוח צו פאררעכטן אונזער מיינונג, און מיר האבן א כוח זיי צו פאררעכטן.

שפראכן

ענגליש

די ענגלישע וויקיפעדיע (ענגליש: English Wikipedia) ווערט פאררעכענט ווי דער הויפט וויקיפעדיע פראיעקט ווייל דאס איז געווען די ערשטע שפראך אוואו עס האט זיך אנגעהויבן צו פארשפרייטן דער באגריף פון וויקיפעדיע. און אויך ווייל זי איז די גרעסטע. נאך איר קומען די דייטשע וויקיפעדיע און די פראנצויזיש-וויקיפעדיע.

וואקס אין פאפולערקייט

עס שוין היינט צוטאגס דאס דריטע מערסטע באזוכסטע וועב סייט אויפן גאנצן אינטערנעט[מקור פארלאנגט]. די ענגליש־שפראך וויקיפעדיע איז געגגרינדעט געווארן דעם 15טן יאנואר 2001, און נאך אכט און א האלב יאר, אין אויגוסט 2009, האט זי דערגרייכט דריי מיליאן ארטיקלען. ביים סוף 2011, מיט איבער 500 מיליאן רעגיסטרירטע באנוצער[מקור פארלאנגט] און נאנט צו פיר מיליאן ארטיקלען, איז זי די גרעסטע ענציקלאפעדיע.

דער ארטיקל זשארזש דאבליו בוש איז דאס מערסטע גענדערט און רעדאגירט דארטן. [1].

סימפל ענגליש

פשוטע ענגליש וויקיפעדיע לאגא.

די פּשוטע ענגלישע וויקיפעדיע (ענגליש: Simple English Wikipedia) איז א וויקיפעדיע געשריבן אין א פשוטן ענגליש וואס איז נישט אזוי קאמפליצירט. מיטן ציל צו מאכן גרינגער פאר מענטשן וואס קענען נישט אזוי גוט ענגליש, צו ליינען די העכערע שפראך וואס די געווענליכע ענגלישע וויקעפידיע איז געשריבן.

פראנצויזיש

די פראנצויזיש־וויקיפעדיע (פראנצויזיש: Wikipédia Francophone אדער Wikipédia en français) איז די פראנצויזיש-שפראך אויסגאבע פון וויקיפעדיע, אויסגעלייגט Wikipédia. זי האט אנגעהויבן מערץ 2001. זי איז אמאל געווען די דריט-גרעסטע וויקיפעדיע, אבער היינט איז זי די פינפט גרעסטע.[3]

שפאניש

די שפאַניש-וויקיפעדיע (שפּאַניש: Wikipedia en español) איז א שפאנישע אויסגאבע פון דער פרייער, אנליין ענציקלאפעדיע וויקיפעדיע. די וויקיפעדיע האט אנגעהויבן אין מאי 2001, און האט דערגרייכט 100,000 ארטיקלען אום 8טן מערץ, 2006 און 1,000,000 ארטיקלען אום 16 מיי, 2013. זי איז די 9ט-גרעסטע וויקיפעדיע געמאסטן לויט דער צאל ארטיקלען.

זעט אויך

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

פראיעקטן פון וויקימעדיע פונדאציע

וויקיביכער • וויקימעדיע קאמאנס • וויקיווערטערבוך • וויקיציטאט • וויקינייעס • וויקיפעדיע • מעדיעוויקי • וויקיביבליאטעק        Wikimedia logo text RGB.svg

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!