אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת וזאת הברכה"
אין תקציר עריכה |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(5 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{פרשת שבוע | {{דעסקריפציע|עלפטע פרשה פון ספר דברים}}{{פרשת שבוע | ||
| פריערדיגע = פרשת האזינו | | פריערדיגע = פרשת האזינו | ||
| קומענדיגע = פרשת בראשית | | קומענדיגע = פרשת בראשית | ||
שורה 36: | שורה 36: | ||
==הפטורה== | ==הפטורה== | ||
די גמרא זאגט | די גמרא זאגט אז שמחת תורה ליינט מען וזאת הברכה, און מען ליינט די [[הפטורה]] אין {{תנ"ך|מלכים א|ח|כב|לאנג=יא}} וואס רעדט איבער די [[חנוכת המקדש]] וואס האט זיך געענדיגט [[שמיני עצרת]]{{הערה|{{בבלי|מגילה|לא|א}}, און רש"י ד"ה ויהי ככלות שלמה.}}. אבער אין [[סדר רב עמרם גאון]] ברענגט ער אז טייל פירן זיך צו ליינען אנפאנג [[ספר יהושע]], וואו עס ווערט געשילדערט די פאסירונגען נאך משה'ס פטירה{{הערה|{{היברובוקס|2=סדר רב עמרם גאון - חלק א|3=43020|4=דף נב ע"א|page=111}}. זעט: דניאל גאלדשמידט און יונה פרענקל, מחזור סוכות, ירושלים תשמ"א, עמ' כ"ה אין הקדמה, אז דער מנהג שטאמט מעגליך פון אסאך פריער ווי רב עמרם גאון.}}. אמאל זענען געווען קהילות וואס האבן געליינט ביידע{{הערה|זעט: אברהם יערי, '''תולדות חג שמחת תורה''', עמוד 62}}, אבער היינט פירט מען זיך נאר צו ליינען אין יהושע. מען ליינט פון {{תנ"ך|יהושע|א|א|לאנג=יא|אן=ספר}}, ביי די אשכנזים און איטאליענער ענדיגט מען ביי {{תנ"ך|יהושע|א|יח|אן=פרק|לאנג=יא}}, די ספרדים און תימנים ביז {{תנ"ך|יהושע|א|ט|אן=פרק|לאנג=יא}}, און די תימנים לייגן צו נאך א פסוק, {{תנ"ך|יהושע|ו|כז|אן=ספר|לאנג=יא}}. | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
{{פרשה לינקס}} | {{פרשה לינקס|בית חב"ד=856748|בינינו=2735|אתר פרשת השבוע=2010/09/vezot-habracha|וזאת הברכה}} | ||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
שורה 51: | שורה 51: | ||
[[קאַטעגאָריע:פרשיות ספר דברים]] | [[קאַטעגאָריע:פרשיות ספר דברים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:שמחת תורה]] | [[קאַטעגאָריע:שמחת תורה]] | ||
[[קאַטעגאָריע:תשרי]] | |||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | [[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | ||
[[he:פרשת וזאת הברכה]] | [[he:פרשת וזאת הברכה]] | ||
{{קרד}} | {{קרד}} |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:13, 8 יולי 2024
| |||||
פסוקים | דברים לג, א - לד, יב | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 41 | ||||
צאל ווערטער | 512 | ||||
צאל אותיות | 1969 | ||||
אינהאלט | ברכת משה, פטירת משה | ||||
| |||||
הפטורה | |||||
אשכנזים און איטאליענער | יהושע א, א–יח | ||||
ספרדים | יהושע א, א–ט | ||||
תימנים | יהושע א, א–ט, און יהושע ו, כז |
פרשת וְזֹאת הַבְּרָכָה איז די עלפטע און לעצטע פרשה פון ספר דברים, און די לעצטע פרשה פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון ספר דברים, קאַפּיטל ל"ג, פסוק א', ביז סוף ספר, קאַפּיטל ל"ד, פסוק י"ב לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען. נאך וואס מען ענדיגט ליינען די פרשה ביי קריאת התורה זאגן די אשכנזים "חזק חזק ונתחזק" אויפן ענדיגן ספר דברים.
אין די פרשה בענטשט משה די אידן איידער זיין פטירה, ”וְזֹאת הַבְּרָכָה אֲשֶׁר בֵּרַךְ מֹשֶׁה אִישׁ הָאֱלֹקִים אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לִפְנֵי מוֹתוֹ”. דערנאך ווערט געשילדערט זיין פטירה. וזאת הברכה איז די קורצסטע פרשה, לויטן צאל פון ווערטער און פון אותיות (פרשת וילך פארמאגט ווייניגער פסוקים).
אנדערש ווי אלע פרשיות וואס ווערן געליינט שבת, ליינט מען וזאת הברכה אין שמחת תורה, ווען מען צייכנט אפ דאס ענדיגן ליינען די גאנצע תורה דורכ'ן יאר (לויט דער בבלישער מנהג צו ענדיגן יעדע יאר די גאנצע תורה). מען פירט זיך אז יעדער איז עולה צו די פרשה, און מען ליינט איבער די פרשה וויפיל מאל עס פעלט אויס אז יעדער זאל האבן א געלעגנהייט עולה צו זיין. דער וואס באקומט די לעצטע עליה אין די פרשה ווערט אנגערופן חתן תורה, און דאן רופט מען אויף דער חתן בראשית וואס באקומט די ערשטע עליה אין פרשת בראשית.
פרשה אינהאלט
ברכת משה
די ערשטע טייל פון פרשה (פרק ל"ג) שילדערט ווי משה בענטשט די אידן איידער'ן שטארבן. נאך אן אריינפיר וואו ער בענטשט כלל ישראל, בענטשט ער יעדע שבט באזונדער, אויסער שבט שמעון. די ברכות לויפן אין אלגעמיין לויט'ן כאראקטער פון דעם שבט אדער זייער נחלה אין ארץ ישראל.
משה'ס פטירה
די צווייטע טייל פון פרשה (פרק ל"ד) שילדערט ווי משה גייט ארויף אויף הר נבו און גאט צייגט אים גאנץ ארץ ישראל, דערנאך ווי ער שטארבט און ווערט באגראבן. כלל ישראל טרויערט אויף זיין פטירה און נעמען אן יהושע בן נון אלס מנהיג. די תורה ענדיגט זיך מיט'ן ארויסברענגען די גרויסקייט פון משה, און זיין מעלה מער פון אנדערע נביאים.
תנאים קריגן איבער ווער עס האט געשריבן די לעצטע פסוקים וואס באציען זיך צו משה'ס פטירה: לויט רבי יהודה[1] האט יהושע בן נון געשריבן די פסוקים נאך משה'ס פטירה. לויט רבי שמעון האט דאס משה געשריבן פארטרערט אויפ'ן באפעל פונעם אויבערשטן, נאך בעפאר עס האט פאסירט[2]. לויט די ערשטע שיטה מעגן אויך קינדער פאר די בר מצווה באקומען אן עליה לתורה ביי די פסוקים[מקור פארלאנגט].
הפטורה
די גמרא זאגט אז שמחת תורה ליינט מען וזאת הברכה, און מען ליינט די הפטורה אין ספר מלכים א', קאַפּיטל ח', פסוק כ"ב וואס רעדט איבער די חנוכת המקדש וואס האט זיך געענדיגט שמיני עצרת[3]. אבער אין סדר רב עמרם גאון ברענגט ער אז טייל פירן זיך צו ליינען אנפאנג ספר יהושע, וואו עס ווערט געשילדערט די פאסירונגען נאך משה'ס פטירה[4]. אמאל זענען געווען קהילות וואס האבן געליינט ביידע[5], אבער היינט פירט מען זיך נאר צו ליינען אין יהושע. מען ליינט פון קאַפּיטל א', פסוק א', ביי די אשכנזים און איטאליענער ענדיגט מען ביי פסוק י"ח, די ספרדים און תימנים ביז פסוק ט', און די תימנים לייגן צו נאך א פסוק, קאַפּיטל ו', פסוק כ"ז.
דרויסנדיגע לינקס
טעקסט:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שיתופתא בשורה
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן- פרשת וזאת הברכה, אויף שיתופתא
- פרשת וזאת הברכה, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת וזאת הברכה - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת וזאת הברכה, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת וזאת הברכה", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת וזאת הברכה אויף קול הלשון
- פרשת וזאת הברכה, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת וזאת הברכה, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת וזאת הברכה, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת וזאת הברכה, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת וזאת הברכה", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת וזאת הברכה אויפ'ן "על התורה" זייטל
רעפערענצן
- ↑ אדער רבי נחמיה
- ↑ מנחות ל, א; בבא בתרא טו, א.
- ↑ מגילה לא, א, און רש"י ד"ה ויהי ככלות שלמה.
- ↑ סדר רב עמרם גאון - חלק א, דף נב ע"א. זעט: דניאל גאלדשמידט און יונה פרענקל, מחזור סוכות, ירושלים תשמ"א, עמ' כ"ה אין הקדמה, אז דער מנהג שטאמט מעגליך פון אסאך פריער ווי רב עמרם גאון.
- ↑ זעט: אברהם יערי, תולדות חג שמחת תורה, עמוד 62
סוכות | ||
---|---|---|
טעג | יום טוב ראשון • חול המועד סוכות • הושענא רבא • שמיני עצרת • שמחת תורה | |
סוכה | סכך • עסן אין סוכה • שלאפן אין סוכה • לישב בסוכה • אושפיזין • מצטער פטור מן הסוכה • תשבו כעין תדורו • מעמיד • דופן עקומה • הלכות סוכה | |
ארבעה מינים | אתרוג, לולב, הדס און ערבה • הלכות ארבעת המינים • קיישעלע | |
מנהגים | הושענות • הקפות • חיבוט ערבה • זכר לשמחת בית השואבה • תיקון ליל הושענא רבא | |
מצוות בזמן בית המקדש |
מצוות ערבה במקדש • הקפת המזבח • ניסוך המים • שמחת בית השואבה • הקהל • שלמי שמחה | |
שמיני עצרת און שמחת תורה | תפילת גשם • וזאת הברכה • שמחת תורה פאן • הקפות פון שמחת תורה • הקפות שניות | |
תפילות און פיוטים | הושענות (כהושעת אלים) • פיוטי הגשם (אף ברי · זכור אב · שפעת רביבים) • מפי קל • סוכה ולולב לעם סגולה • משה אמת | |
פארשידנס | שמחת יום טוב • מסכת סוכה • סהרנה | |
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער