אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פייגא דאס אייניקל פון בעש"ט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "[[נתן מברסלב" ב־"[[רבי נתן פון ברסלב")
ק (צולייגן לינק צו כיבוד אב ואם)
 
(3 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 35: שורה 35:


== איהר שייכות מיטן זון רבי נחמן ==
== איהר שייכות מיטן זון רבי נחמן ==
ווען רבי נחמן האט געוואוינט נאך זיין חתונה אין [[הוסיאטין]] פלעגט ער זיך אסאך אריבער כאפן קיין מעזשביזש באזוכן דעם קבר פון זיין זיידן דער בעל שם טוב, און ער פלעגט גיין באזוכן זיינע עלטערן און מקיים זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם.
ווען רבי נחמן האט געוואוינט נאך זיין חתונה אין [[הוסיאטין]] פלעגט ער זיך אסאך אריבער כאפן קיין מעזשיבוזש באזוכן דעם קבר פון זיין זיידן דער בעל שם טוב, און ער פלעגט גיין באזוכן זיינע עלטערן און מקיים זיין די מצוה פון [[כיבוד אב ואם]].


אין יאהר [[ה'תקנ"ח]] איז רבי נחמן געקומען באזוכן זיינע עלטערין, ער איז שוין דעמאלטס געווען א גרויסער רבי פון חסידים, האט אים די מאמע פייגא געפרעגט ווען וועסטו גיין אויפן קבר פון אונזער הייליגן זיידן דער בעל שם טוב ? האט אים רבי נחמן געזאגט ווען די צייט וועט קומען, רבי נחמן איז איבערגעשלאפן ביי זיינע גרויסע עלטערין ביינאכט האט זיך דער בעל שם טוב באוויזן צו אים און אים געזאגט פארשידענע זאכן און אים געזאגט ער זאל תיכף פארן קיין [[קאמעניץ]], אינדערערפרי האט רבי נחמן געזאגט פאר זיין מאמען קודם וועל איך פאהרן קיין קאמעניץ אויפן וועג צוריק וועל איך גיין באזוכן דעם קבר פון זיידען, אזוי איז טאקע געווען אויפן וועג צוריק איז ער צוריק געקומען קיין מעזשביזש, באזוכט ביים הייליגן בעל שם טוב, זיך געזעגענט מיט זיינע עלטערן און געפארן צוריק אהיים.
אין יאהר [[ה'תקנ"ח]] איז רבי נחמן געקומען באזוכן זיינע עלטערין, ער איז שוין דעמאלטס געווען א גרויסער רבי פון חסידים, האט אים די מאמע פייגא געפרעגט ווען וועסטו גיין אויפן קבר פון אונזער הייליגן זיידן דער בעל שם טוב ? האט אים רבי נחמן געזאגט ווען די צייט וועט קומען, רבי נחמן איז איבערגעשלאפן ביי זיינע גרויסע עלטערין ביינאכט האט זיך דער בעל שם טוב באוויזן צו אים און אים געזאגט פארשידענע זאכן און אים געזאגט ער זאל תיכף פארן קיין [[קאמעניץ]], אינדערערפרי האט רבי נחמן געזאגט פאר זיין מאמען קודם וועל איך פאהרן קיין קאמעניץ אויפן וועג צוריק וועל איך גיין באזוכן דעם קבר פון זיידען, אזוי איז טאקע געווען אויפן וועג צוריק איז ער צוריק געקומען קיין מעזשיבוזש, באזוכט ביים הייליגן בעל שם טוב, זיך געזעגענט מיט זיינע עלטערן און געפארן צוריק אהיים.


אין יאהר תק"ס ר"ח אלול האט רבי נחמן מברסלב חתונה געמאכט זיין טאכטער [[אדל די טאכטער פון רבי נחמן מברסלב|אדל]] מיט ר' יוסף יוסקא דעם זון פון דעם צדיק ר' [[אברהם דוב בער אויערבאך (כמעלניק)|אברהם דוב]] פון [[כמעלניק]], א איידעם פון ר' [[יעקב יוסף פון פולנאה]], די חתונה איז געווען אין שטאט חמעלניק, און פייגא  (די באבע פון דער כלה) איז אויך געווען אויף דער חתונה.
אין יאהר תק"ס ר"ח אלול האט רבי נחמן מברסלב חתונה געמאכט זיין טאכטער [[אדל די טאכטער פון רבי נחמן מברסלב|אדל]] מיט ר' יוסף יוסקא דעם זון פון דעם צדיק ר' [[אברהם דוב בער אויערבאך (כמעלניק)|אברהם דוב]] פון [[כמעלניק]], א איידעם פון ר' [[רבי יעקב יוסף פון פולנאה]], די חתונה איז געווען אין שטאט חמעלניק, און פייגא  (די באבע פון דער כלה) איז אויך געווען אויף דער חתונה.


פייגא איז נסתלק געווארן [[י"ט אדר]] אין יאר [[ה'תקס"א]]. זעט א אינטערעסאנטן עפיזאד ביי [[חיה די טאכטער פון רבי נחמן מברסלב]]
פייגא איז נסתלק געווארן [[י"ט אדר]] אין יאר [[ה'תקס"א]]. זעט א אינטערעסאנטן עפיזאד ביי [[חיה די טאכטער פון רבי נחמן מברסלב]]
שורה 48: שורה 48:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 13:05, 10 יולי 2024

פייגא דאס אייניקל פון בעל שם טוב איז געווען א טאכטער פון אדל די טאכטער פון בעש"ט.

פייגא ווערט א כלה

ר' נחמן האראדענקער'ס ווייב איז אוועק און עס איז געבליבן א קינד וואס האט געהייסן שמחה, ער איז אויסגעוואקסן אין שטוב פון אדל די טאכטער פון בעל שם טוב, דער בעל שם טוב האט איינמאל געזעהן דאס קינד און געזאגט: דאס אינגעל געפעלט מיר. ווען ער איז עלטער געווארן האט זיך אדל דערמאנט אז ער איז געפאלן פאר איהר טאטע, און זי האט מחליט געווען אז ער איז ראוי צו זיין איהר איידעם, אזוי איז פייגא געווארן א שנור ביים צדיק ר' נחמן האראדענקער.

איהר מאן ר' שמחה

ר' שמחה (געב. תק"י) איז געווען א שטילער צוריק געצויגענער מענטש. אבער איבעראל געווען באוואוסט אלס גרויסער צדיק, ער פלעגט ארום גיין מיט דביקות צו השי"ת א גאנצען טאג, ער האט כמעט נישט געהאט שייכות מיט מענטשן. מען האט איבעראל פארשטאנען אז ער איז עפעס א העכערער סארט מענטש, עס ווערט פארשטאנען אז רבי נחמן האט אמאל אים מרמז געווען אין זיינע תורות ליקוטי מוהר"ן ח"ב סי' ב' בן המנחם והמשמח עיי"ש.

איהרע קינדער

א צייט נאך זייער חתונה האבן זיי נישט געהאט קינדער, פייגעלע פלעגט גיין צום ציון פון איהר זיידן דער בעל שם טוב און געבעטן פאר קינדער.

ר' ישראל דער טויטער

דער ערשטער קינד האט זי גערופן ישראל נאך איהר זיידע דער בעל שם טוב.

עס ווערט פארציילט אז איינמאל ווען דאס קינד איז געווען קליין איז אים זייער שלעכט געווארן ביז ער איז אויסגעגאנגען, פייגא האט זיך נישט פארלוירן, נאר גענומען דאס קינד און געלאפן מיט אים צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט, זי האט איבערגעלאזט דאס קינד אויפן קבר און צוריק אהיים, פלוצלונג זענען אריבער דארט א שיירא מענטשן און האבן געהערט א קינד וויינט אויפן קבר, האבן זיי אים געברענגט אין דער שטאט, און מען איז געוואר געווארן אז דאס איז ישראל פייגע'לע'ס קינד, ביינאכט איז דער בעל שם טוב געקומען אין חלום און געזאגט פאר פייגא פארוואס האסטו דארט איבערגעלאזט דאס קינד איך האב געדארפט זוכן זיין נשמה, ווייל ער איז שוין געווען טויט.

ישראל'ס פנים האט אויסגעזעהן פון דאן ווי א טויטער מענטש, מען האט אים גערופן ישראל דער טויטער. ער האט איבערגעלאזט א זון ישכר דוב.

פערל

פייגא האט אויך געהאט א טאכטער מיטן נאמען פערל, זי האט חתונה געהאט מיט א איד ר' צבי מטשעהרין. ווען ר' צבי איז נפטר געווארן האט זי חתונה געהאט מיט א איד ר' פנחס מאיר, ווען ר' פנחס מאיר איז אוועק איז זי געפארן קיין ארץ ישראל. ר' רבי נתן פון ברסלב דער תלמיד פון רבי נחמן מברסלב האט איהר געזעהן אין ארץ ישראל אין יאהר ה'תקפ"ב (ימי מוהרנ"ת ח"ב).

יחיאל

Postscript-viewer-blue.svg יחיאל ב"ר שמחה

דער צווייטער זון פון פייגא האט געהייסן יחיאל.

רבי נחמן

דער דריטער זון פון פייגא איז געווען רבי נחמן מברסלב, געב. א' ניסן ה'תקל"ב. ער האט געהייסן נאך דעם פאטער פון ר' שמחה, ר' נחמן האראדענקער.

פייגא האט געהאלטן א שטרענג אויג אויף איהר זון נחמן, זי האט געוויסט אז ער וועט אויסוואקסן עפעס עקסטערס, ווען פייגא פלעגט גיין צום ציון פון איר גרויסן זיידע דער בעל שם טוב פלעגט זי מיטנעמען דעם קליינעם נחמן פון זיין וויגעלע, ער זאל שעפן קדושה און חיות פון דעם הייליגן פלאץ.

זי האט אסאך מתפלל געווען צו גאט אז דער קליינער נחמן זאל אויסוואקסן א גרויסן מענטש, עס ווערט פארציילט אז רבי נחמן האט איר מחזיק טובה געווען דערפאר, און האט געהייסן אז בראסלעווער חסידים זאלן אים דערמאנען מיט איר נאמן נחמן בן פייגא, אפילו נאך זיין הסתלקות.

איהר שייכות מיטן זון רבי נחמן

ווען רבי נחמן האט געוואוינט נאך זיין חתונה אין הוסיאטין פלעגט ער זיך אסאך אריבער כאפן קיין מעזשיבוזש באזוכן דעם קבר פון זיין זיידן דער בעל שם טוב, און ער פלעגט גיין באזוכן זיינע עלטערן און מקיים זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם.

אין יאהר ה'תקנ"ח איז רבי נחמן געקומען באזוכן זיינע עלטערין, ער איז שוין דעמאלטס געווען א גרויסער רבי פון חסידים, האט אים די מאמע פייגא געפרעגט ווען וועסטו גיין אויפן קבר פון אונזער הייליגן זיידן דער בעל שם טוב ? האט אים רבי נחמן געזאגט ווען די צייט וועט קומען, רבי נחמן איז איבערגעשלאפן ביי זיינע גרויסע עלטערין ביינאכט האט זיך דער בעל שם טוב באוויזן צו אים און אים געזאגט פארשידענע זאכן און אים געזאגט ער זאל תיכף פארן קיין קאמעניץ, אינדערערפרי האט רבי נחמן געזאגט פאר זיין מאמען קודם וועל איך פאהרן קיין קאמעניץ אויפן וועג צוריק וועל איך גיין באזוכן דעם קבר פון זיידען, אזוי איז טאקע געווען אויפן וועג צוריק איז ער צוריק געקומען קיין מעזשיבוזש, באזוכט ביים הייליגן בעל שם טוב, זיך געזעגענט מיט זיינע עלטערן און געפארן צוריק אהיים.

אין יאהר תק"ס ר"ח אלול האט רבי נחמן מברסלב חתונה געמאכט זיין טאכטער אדל מיט ר' יוסף יוסקא דעם זון פון דעם צדיק ר' אברהם דוב פון כמעלניק, א איידעם פון ר' רבי יעקב יוסף פון פולנאה, די חתונה איז געווען אין שטאט חמעלניק, און פייגא (די באבע פון דער כלה) איז אויך געווען אויף דער חתונה.

פייגא איז נסתלק געווארן י"ט אדר אין יאר ה'תקס"א. זעט א אינטערעסאנטן עפיזאד ביי חיה די טאכטער פון רבי נחמן מברסלב

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!