אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מצדה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הוספת קישור בינוויקי he:מצדה)
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(6 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = archaeological site|העב=אתר היסטורי|דייטש=ehemalige jüdische Festung|}}
{{coord|31|18|56|N|35|21|14|E|type:landmark|display=title}}
{{coord|31|18|56|N|35|21|14|E|type:landmark|display=title}}


שורה 30: שורה 31:
אויסער אין מצדה זענען אין נאך עטליכע פלעצער אין ארץ ישראל פארגעקומען ענדליכע אקטן פון זעלבסטמארד ווען די רשעות'דיגע רומיים האבן אטאקירט די אידן, צווישן זיי אין די אידישע שטעט [[יודפת]] און אין גמלא, ווי אידן האבן העלדיש און שטייף געקליבן טויט ליבערשט ווי קנעכטשאפט.
אויסער אין מצדה זענען אין נאך עטליכע פלעצער אין ארץ ישראל פארגעקומען ענדליכע אקטן פון זעלבסטמארד ווען די רשעות'דיגע רומיים האבן אטאקירט די אידן, צווישן זיי אין די אידישע שטעט [[יודפת]] און אין גמלא, ווי אידן האבן העלדיש און שטייף געקליבן טויט ליבערשט ווי קנעכטשאפט.


== וועבלינקען ==
==דרויסנדיגע לינקס==
{{Commonscat|Masada}}
{{Commonscat|Masada}}
* [http://www.parks.org.il/ParksAndReserves/masada/Pages/default.aspx גן לאומי מצדה], באתר [[רשות הטבע והגנים]]
* [http://www.parks.org.il/ParksAndReserves/masada/Pages/default.aspx גן לאומי מצדה], באתר [[רשות הטבע והגנים]]
שורה 38: שורה 39:
; פובליציסטיקה
; פובליציסטיקה
* [[נחמן בן-יהודה]], [http://www1.snunit.k12.il/heb_journals/galileo/012032.html מצדה - בין מיתוס למציאות], '''[[גליליאו (כתב עת)|גליליאו]]''', 12, ספטמבר-אוקטובר 1995, באתר סנונית
* [[נחמן בן-יהודה]], [http://www1.snunit.k12.il/heb_journals/galileo/012032.html מצדה - בין מיתוס למציאות], '''[[גליליאו (כתב עת)|גליליאו]]''', 12, ספטמבר-אוקטובר 1995, באתר סנונית
* [[שלמה גורן]], [http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/mahanaim/gvurat-2.htm גבורת מצדה לאור ההלכה], '''[[מחניים (כתב עת)|מחניים]]''' פ"ז, תשכ"ד, באתר דעת
* [[הרב שלמה גורן]], [http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/mahanaim/gvurat-2.htm גבורת מצדה לאור ההלכה], '''[[מחניים (כתב עת)|מחניים]]''' פ"ז, תשכ"ד, באתר דעת
* יגאל מורג, [http://morag.artvision.co.il/vault///P-sites-archeology01/mezadah-a.pps מצדה חלק א], [http://morag.artvision.co.il/vault//P-sites-archeology01/mezadah-b.pps מצדה חלק ב], באתר הבית של יגאל מורג {{PPT}}
* יגאל מורג, [http://morag.artvision.co.il/vault///P-sites-archeology01/mezadah-a.pps מצדה חלק א], [http://morag.artvision.co.il/vault//P-sites-archeology01/mezadah-b.pps מצדה חלק ב], באתר הבית של יגאל מורג {{PPT}}
* [http://www.bibleinterp.com/articles/masadamyth1.htm מיתוס מצדה] {{אנגלית}}
* [http://www.bibleinterp.com/articles/masadamyth1.htm מיתוס מצדה] {{ענגליש}}
* [http://www.pbs.org/wgbh/pages/frontline/shows/religion/portrait/masada.html מהימנותו של יוספוס] {{אנגלית}}
* [http://www.pbs.org/wgbh/pages/frontline/shows/religion/portrait/masada.html מהימנותו של יוספוס] {{ענגליש}}
* ידין רומן, "מצדה תהומות אין חקר, מטרופוליס קלאסי", מגזין '''[[ארץ הצבי]]''' (ארץ וטבע), מאי 2014
* ידין רומן, "מצדה תהומות אין חקר, מטרופוליס קלאסי", מגזין '''[[ארץ הצבי]]''' (ארץ וטבע), מאי 2014



יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:33, 8 יולי 2024


Israel-2013-Aerial 21-Masada.jpg

מצדה איז אַן אלטע פעסטונג אויף די שפּיץ פון אַן אפגעזונדערט פעלדז, אויף דעם מזרח ברעג פון מדבר יהודה, וואָס הייבט זיך 63 מעטער איבערן ים המלח, און 450 מעטער איבער דעם ים המלח צו זיין פוס.

טוריזם

"מצדה" איז איינער פון די שטארקסטע אטראקציע צענטערן אין ארץ ישראל, נישט בלויז איז זי א צענטער פאר טוריסטן צוליב איר פאנאראמע און אויג פארכאפנדע מדבר אויסקוק; נאר זי פארמאגט אונטער זיך אסאך אידישע היסטאריע; און די ציוניסטישע פראפאגאנדע האט זי פארוואנדלט אין א נאציאנאלע פלאץ פון שטאלץ, זייענדיג די יסוד פון די ציוניסטישע אוואנטוריסטישע לעבנס-שטייגער פון "רק בדם".

יעדער פאפולערער און פאליטישער באזוכער קיין ארץ ישראל טוט באקומען א קעניגליכע אויפנאמע און באגלייטונג אויף די מצדה פעסטונג, ווי מען שילדערט אז דארטן האבן הונדערטער העלדישע אידן געקעמפט קעגן די רוימער ביזן טויט.

היסטאריע

דער באוואוסטער היסטאריקער יוסיפון באשרייבט די געשיכטע פונעם מצדה פעסטונג ווי פאלגענד: מצדה איז א ריזיגע פעסטונג אויף א גאר הויכע שפיץ בארג אין די מדבר יהודה, נאנט צום ים המלח, וואס איז געבויט געווארן דורך דעם הערשער פון ארץ ישראל הורדוס. דער הערשער האט געבויט אין דעם אפגעזונדערטן מדבר א הערליכע פעסטונג, פון דעם פעסטונג האט ער אפגעשלאגן עטליכע אנגריפן פון עגיפטישע, רוימישע און פערסישע קעמפער וועלכע האבן אים אנגעגריפן.

אין יאר ג' אלפים תתכ"ו, ווען טיטוס און זיינע גרויזאמע סאלדאטן האבן איינגענומען און באהערשט ארץ ישראל, האבן אידישע קעמפער, וועמען חז"ל רופן אן "סיקריקים", העלדיש געקעמפט קעגן די רוימישע אריינדרינגער, און זיי האבן געלייגט אן אויג אויף די פעסטונג, אין פאל זיי וועלן ווערן אינגאנצן באזיגט דורך די מעכטיגע רוימער.

אין יענע צייטן איז דאס אידנטום אין ארץ ישראל געווען איינגעטיילט אין עטליכע טיילן. עס זענען געווען די פרושים, דאס זענען געווען די ערליכע אידן אונטער די פירערשאפט פון די חכמים און מנהיגי ישראל, עס זענען געווען די צדוקים, און אנדערע כיתות. אויך זענען געווען די סיקריקים וועלכע זענען מיינסטנס געווען ערליך און ענליך בדעה צו די פרושים אבער זענען געווען מער עקסטרעמיסטיש און האבן נישט אלעמאל צוגעהערט די מיינונג פון די חכמים.

איינס פון די פירער פון די סיקריקים מיטן נאמען אלעזר בן יאיר (וועמענס נאמען איז אויסגעקריצט אין די שטיינער אין די מצדה פעסטונג ביז היינט) האט אנגעפירט מיט א קאמאנדע וואס האט זיך מושטירט אין מצדה און פון דארטן אטאקירט די רוימישע באצווינגער. די קעמפער זענען געווען ערליכע אידן, און אין מצדה איז נאך היינט קענטיג די איבערבלייבענישן פון א בית מדרש און א מקוה וואס די קעמפער האבן גענוצט.

נאך א שטיק צייט האבן די רוימער אנגעגרייט א שטארקע אפענסיווע אויף מצדה, זיי האבן געברענגט זייערע קאנאנען און אטאקירט דעם בארג. פאר א צייט האבן די אידן געשטעלט א העפטיגע ווידערשטאנד, אבער דאן האבן די רוימער געטון דעם שפיצל וואס שונאי ישראל נוצן פילמאל, צו נוצן אידן אין קאמף קעגן אידן. די רומיים האבן געברענגט אידישע געפאנגענע און זיי געצווינגען צו בויען נייע טרעפ פאר די רוימישע און אזוי ארום באקומען א וועג אריין. אלעזר בן יאיר האט בשום אופן נישט מסכים געווען צו קעמפן קעגן זיינע אייגענע אידישע ברודער און דעריבער האבן די רומיים באקומען אן אויבערהאנט.

די אידן אינעם פעסטונג מיט זייערע משפחות האבן געוואוסט וואס עס ווארט זיי פון די רוימישע רציחות, און האבן דעריבער מחליט געווען נישט אריינצופאלן אין די האנט פון די רשעים, נאר ליבערשט באגיין זעלבסטמארד.

יוסיפין שרייבט אין זיין ספר א גאר דראמאטישע און פייערדיגע רעדע וואס דער פירער אלעזר בן יאיר האט געזאגט צו זיינע מענטשן, ווי ער האט זיי געמוטיגט צו באגיין זעלבסטמארד, אט זענען ציטאטן פון אלעזר בן יאיר'ס פייערדיגע רעדע:

"גבורי חיל! מיר האבן זיך שוין לאנג אונטערגענומען צו דינען בלויז דעם אמת'ן גאט, און נישט דינען די רומיים, יעצט איז צייט צו פארפילן אונזער ציל! לאמיר ליבערשט שטארבן ווי גיבורים, אונז און אונזערע ליבע און גלוסטיגע פאמיליעס, לאמיר מארדן אונזערע ווייבער פאר מען פארשוועכט זיי, אונזערע קינדער פאר מען פארקנעכט זיי און לאמיר זיך שענקען איינער דעם צווייטן קרעפטיגע גענאדע פון גיין פריי און שטאלץ צום קבר, ווייל אזוי האבן מיר אויסגעקליבן!"

נאך די פייערדיגע רעדע האבן זיי אלע זיך געהרגעט, בערך טויזנט קעמפער. אויסער א פרוי און עטליכע קינדער וואס איז איבערגעבליבן צו דערציילן די געשיכטע.

דער פאנאראמישער מצדה בארג

אויסער אין מצדה זענען אין נאך עטליכע פלעצער אין ארץ ישראל פארגעקומען ענדליכע אקטן פון זעלבסטמארד ווען די רשעות'דיגע רומיים האבן אטאקירט די אידן, צווישן זיי אין די אידישע שטעט יודפת און אין גמלא, ווי אידן האבן העלדיש און שטייף געקליבן טויט ליבערשט ווי קנעכטשאפט.

דרויסנדיגע לינקס

מחקרים היסטוריים
פובליציסטיקה


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!