אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:העלמוט קאהל"
ק (הוספת קישור בינוויקי he:הלמוט קוהל) |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|קאנצלער פון דייטשלאנד}} | |||
{{אנפירער | {{אנפירער | ||
}} | }} | ||
שורה 20: | שורה 21: | ||
{{-}} | {{-}} | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
{{קאמאנסלינק}} | {{קאמאנסלינק}} | ||
שורה 39: | שורה 40: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:הלמוט קוהל]] | [[he:הלמוט קוהל]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:54, 8 יולי 2024
|
העלמוט יאזעף מיכאל קאהל (דייטש: Helmut Josef Michael Kohl; 3טן אפריל 1930 – 16טן יוני 2017) איז געווען א דייטשער פאליטיקער פון דעם קריסט-דעמאקראטישן פאראיין (CDU), וואס האט געדינט צווישן די יארן 1982–1998 ווי קאנצלער פון דייטשלאנד, א לענגערער קאדאנץ ווי יעדן אנדערן קאנצלער; ערשטנס ווי דער פירער פון מערב דייטשלאנד, און דערנאך ווי דער פירער פון פאראייניגטן דייטשלאנד.
לעבנסגעשיכטע
העלמוט קאהל איז געבוירן אין א קאנסערוואטיווער קאטוילישער משפחה אין לודוויגסהאַוון. זיין פאטער, האנס קאהל, איז געווען אן אפיציר אין דער דיישטער מיליטער ביי דער ערשטער וועלט-מלחמה, און איז געווען א פינאנציעלער ראטגעבער. קאהל האט געהאט צוויי ברידער; זיין עלצטער ברודער איז גע'הרג'עט געווארן אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. ווען ער איז געווען אלט 10 איז ער געווארן א מיטגליד אין דער היטלער יוגנט ארגאניזאציע.
אין 1946 האט ער זיך איינגעשלאסן אין דער CDU, די קריסט־דעמאקראטישע פאראיין, און איז געווען טעטיק אין אויפשטעלן דעם יוגנט צווייג פון דער פארטיי אין זיין היימשטאט. ער האט שטודירט סאציאלע וויסנשאפט און פאליטיק, און אויך היסטאריע אין פראנקפורט.
פאליטישע קאריערע
אין 1966 איז קאהל געווארן א מיטגליד אין דעם עקזעקוטיוו קאמיטעט פון זיין פארטיי, און אין 1969 וויצע-פארזיצער פון דער פארטיי. צווישן די יארן 1969–1976 איז ער געווען פרעמיער מיניסטער אין זיין לאנד, ריינלאנד-פאלץ.
אין 1973, נאך א לא-יוצלחדיקע אומצוטרוי וואל קעגן דעם דעמאלסטיקן קאנצלער ווילי בראנדט, איז קאהל באשטימט געווארן פארזיצער פון דער CDU פארטיי, און האט געדינט אין דעם אמט 25 יאר. אין די יארן פון 1976 ביז 2002 איז קאהל געווען א מיטגלידע אינעם בונדעסטאג, דער דייטשער פאראלמענט.
קאהל איז געווארן דער זעקסטער קאנצלער פונעם פעדעראלן דייטשלאנד דעם 1טן אקטאבער 1982.
אין די וואלן אין 1998 האט געזיגט דער קאנדידאט פון דער סאציאלער דעמאקראטישער פארטיי (SPD) פאר קאנצלער, דער פרעמיער מיניסטער פון נידער-זאקסן, גערהארד שרעדער.
דרויסנדיגע לינקס
פריערדיגער: העלמוט שמיד |
קאנצלער פון דייטשלאנד 1982 - 1998 |
נאָכפאלגער: גערהארד שרעדער |
קאנצלער פון דייטשלאנד | |||
---|---|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!