אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "געטא"
ק (הוספת קישור בינוויקי he:גטו) צייכן: צוריקגעשטעלט |
אין תקציר עריכה |
||
(14 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|געגנט אינערהאלב א שטאט וואו אידן זענען באגרעניצט צו וואוינען}} | |||
[[טעקע:Frankfurt Judengasse 1868.jpg|קליין|[[פראנקפורטער יודנגאסע]], 1868]] | [[טעקע:Frankfurt Judengasse 1868.jpg|קליין|[[פראנקפורטער יודנגאסע]], 1868]] | ||
א '''געטא''' באצייכנט א געגנט אינערהאלב א שטאט וואו אידן | א '''געטא''' באצייכנט א געגנט אינערהאלב א שטאט וואו אידן זענען באגרעניצט צו וואוינען, איבערהויפט צוליב רעגירונג'ס צוימונגען, אדער צוליב פאליטישע, סאציאלע, לעגאלע, און עקאנאמישע אפגעזונדערקייט. דער טערמין שטאמט פון די [[ווענעציער געטא]], וואו אידן זענען געווארן געצוואונגען צו וואוינען אין ה'רע"ו (1516), אפגעטיילט פון די איבריגע שטאט. דורכאויס די [[האלאקאוסט]] האבן די נאציס געשאפן איבער 1,000 [[נאצי געטאס|געטאס]] צו פלאצירן די אידן פון אייראפע, מיט'ן ציל זיי צו אויסניצן און פארטיליגן אלס טייל פון די "[[ענדגילטיגע לעזונג]]". היינט איז דער טערמין פארברייטערט און ווערט געניצט פאר סיי וועלכע - געווענליך ארעמע - געגנט וואס איז אויסשליסליך באזעצט דורך א מינאריטעט גרופע. | ||
היינט איז דער טערמין פארברייטערט און ווערט געניצט פאר סיי וועלכע - געווענליך ארעמע - געגנט | |||
==עטימאלאגיע== | ==עטימאלאגיע== | ||
דאס ווארט געטא שטאמט פון די אידישע געטא אין קאנארעזשאו, [[ווענעציע]]. אין 1899 איז דער טערמין שוין געווען פארשפרייט און באניצט פאר אנדערע צעשטופטע קווארטלען, אויך פון אנדערע מינאריטעט גרופעס. עס קומט ווארשיינליך פון איטאליענישן "ghèto", א 'מעטאל פאבריק', וויבאלד אזא פאבריק איז געווען פלאצירט נעבן די ווענעציער געטא, דאך איז נישט זיכער די עטימאלאגיע פונעם ווארט, און | דאס ווארט געטא שטאמט פון די אידישע געטא אין קאנארעזשאו, [[ווענעציע]]. אין תרנ"ט (1899) איז דער טערמין שוין געווען פארשפרייט און באניצט פאר אנדערע צעשטופטע קווארטלען, אויך פון אנדערע מינאריטעט גרופעס. עס קומט ווארשיינליך פון איטאליענישן "ghèto", א 'מעטאל פאבריק', וויבאלד אזא פאבריק איז געווען פלאצירט נעבן די ווענעציער געטא, דאך איז נישט זיכער די עטימאלאגיע פונעם ווארט, און פארשידענע טעאריעס זענען פארהאן איבער די מקור פונעם טערמין{{הערה|[https://www.etymonline.com/word/ghetto ghetto (n.)], אויף Online Etymology Dictionary}}: פון לשה"ק'דיגן "[[גט]]", אנדייטנדיג די אפגעזונדערקייט; פון אידיש - "גאס", ווי די געטאס זענען אפט גערופן געווארן "די אידישע גאס"; פון דייטשע "gehacktes" (אפגעהאקט); פון איטאליענישן "borghetto" (קליינע אפטיילונג פון א שטאט); פון אלט-פראנצויזישן "guect" (שומר). | ||
==היסטאריע ביז'ן האלאקאוסט== | ==היסטאריע ביז'ן האלאקאוסט== | ||
[[טעקע:Ingresso della Giudecca di Caltagirone.jpg|קליין|דער אידישער געטא אין קאלטאזשיראנע, איטאליע]] | [[טעקע:Ingresso della Giudecca di Caltagirone.jpg|קליין|דער אידישער געטא אין קאלטאזשיראנע, איטאליע]] | ||
===אייראפע=== | ===אייראפע=== | ||
ביי די פירערשאפט פונעם [[קאטוילישע קירכע|קאטוילישן קירכע]] איז שוין געווארן געמאכט א באשלוס צו אפטיילן אידן אזוי פרי ווי ד'תתקל"ט (1179), כאטש מען האט עס נישט באלד פארסירט{{הערה|{{קישור כללי|אדרעס=http://jbuff.com/c032307.htm|שרייבער=גערהאַרד פאַלק|קעפל=היסטאריע פון די געטא|זייטל=Jbuff.com|שפראך=en}}}}. אין ה'רע"ו (1462) זענען די אידן אין [[פראנקפורט]] געווארן אריינגעצוואונגען צו וואוינען נאר אין די "יודנגאסע" (Judengasse){{הערה|{{קישור כללי|אדרעס=https://www.jewishvirtuallibrary.org/frankfurt-germany-jewish-history-tour|קעפל=פראנקפורט, דייטשלאנד|זייטל=Jewish Virtual Library}}}}. | |||
די ווענעציער געטא איז געשאפן געווארן אין ה'רע"ו (1516){{הערה|{{קישור כללי|אדרעס=http://www.jewishvirtuallibrary.org/venice-italy-jewish-history-tour|קעפל=ווענעציע, איטאליע אידישע היסטאריע טור|זייטל=Jewish Virtual Library}}}}. נאכפאלגנדיג א [[פויפסטליכע בולע|בולע]] (פויפסטליכער בעפעל) פון [[פויבסט|פּויפּסט]] [[פאולוס דער פערטער]] אין כ"ה תמוז ה'שט"ו (1555) Cum nimis absurdum {{העב|Cum nimis absurdum}} אז אידישע געטאס זאלן געשאפן ווערן אין רוים און איבער אלע לענדער פון [[קריסטנטום]] איז געשאפן געווארן די [[רוימישע געטא]] און נאך געטאס איבער איטאליע, פראנקרייך, דייטשלאנד און [[אידישע געטאס אין אייראפע|אנדערע צענטראל אייראפעאישע לענדער]]{{הערה|{{קישור כללי|אדרעס=https://www.jewishvirtuallibrary.org/paul-iv-x00b0|קעפל=פאולוס דער פערטער|זייטל=Jewish Virtual Library}}}}. | |||
די געטאס זענען געווענליך געווען ארומגענומען מיט א מויער, מיט בלויז איין אדער איינצלנע טויערן, און אידן זענען געווען פארבאטן ארויסצוגיין פון אירע גרעניצן ביינאכט און אין קריסטליכע חגאות. אינדרויסן פון די געטאס האבן זיי געדארפט טראגן באצייכענונגען אז זיי זענען אידן, ווי געלע שטערנס, און זיי זענען געווען אויסגעשטעלט צו פארפאלגונגען דורך די קריסטליכע איינוואוינער. אין גרויס טייל זענען די געטאס געווען אין די שוואכסטע געגענט אין שטאט, דער צושטאנד ארעם, איבערגעפולט און מיט שוואכע היגיענישע באדינגונגען, אויסגעשטעלט צו קרענק און מגיפות. דאך זענען געווען געוויסע געטאס וואו די אידן האבן יא געלעבט א רייכערע לעבן, און געפירט א שטיקל אטאנאמישע ווירטשאפט אינערהאלב די אידישע קווארטל. | די געטאס זענען געווענליך געווען ארומגענומען מיט א מויער, מיט בלויז איין אדער איינצלנע טויערן, און אידן זענען געווען פארבאטן ארויסצוגיין פון אירע גרעניצן ביינאכט און אין קריסטליכע חגאות. אינדרויסן פון די געטאס האבן זיי געדארפט טראגן באצייכענונגען אז זיי זענען אידן, ווי געלע שטערנס, און זיי זענען געווען אויסגעשטעלט צו פארפאלגונגען דורך די קריסטליכע איינוואוינער. אין גרויס טייל זענען די געטאס געווען אין די שוואכסטע געגענט אין שטאט, דער צושטאנד ארעם, איבערגעפולט און מיט שוואכע היגיענישע באדינגונגען, אויסגעשטעלט צו קרענק און מגיפות. דאך זענען געווען געוויסע געטאס וואו די אידן האבן יא געלעבט א רייכערע לעבן, און געפירט א שטיקל אטאנאמישע ווירטשאפט אינערהאלב די אידישע קווארטל. | ||
דורכאויס די 19'טע | דורכאויס די 19'טע יארהונדערט מיט די אידישע [[עמאנציפאציע]] האבן זיך די געטאס צוביסלעך אפגעשאפן. די רוימישע געטא איז געווען די לעצטע צו אויפגעלעזט ווערן ביז'ן קריג, אפיציעל אין תר"ל (1870), מיט אירע מויערן גענצליך אראפגעריסן און די טאטאלע פאקטישע אויפלעזונג אין תרמ"ח (1888). | ||
דאס לעבן אפגעזונדערט פון די גויים האט למעשה געשפילט א ראלע אין אפהיטן די ספעציעלע לעבנסשטייגער פון די אידן, און פארמיטן דאס זיך אויסמישן די גויים, איבערהויפט דורכאויס דער [[מאדערנע תקופה|מאדערנער תקופה]]. אין פאקט האבן אידן אין גלות אלץ געזוכט - אפילו אומגעצווינגען - צו וואוינען אין אפגעזונדערטע געמיינדעס אין אייגענע קווארטלען זיך צו קענען האלטן צו אידישקייט, און האבן ווייניגער פארקער מיט די נישט-אידישע שכנים, און זיך דערווייטערן פון די געפארן פון ווערן אטאקירט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מו|לד|מפרש=העמק דבר}}.}}. | דאס לעבן אפגעזונדערט פון די גויים האט למעשה געשפילט א ראלע אין אפהיטן די ספעציעלע לעבנסשטייגער פון די אידן, און פארמיטן דאס זיך אויסמישן מיט די גויים, איבערהויפט דורכאויס דער [[מאדערנע תקופה|מאדערנער תקופה]]. אין פאקט האבן אידן אין גלות אלץ געזוכט - אפילו אומגעצווינגען - צו וואוינען אין אפגעזונדערטע געמיינדעס אין אייגענע קווארטלען זיך צו קענען האלטן צו אידישקייט, און האבן ווייניגער פארקער מיט די נישט-אידישע שכנים, און זיך דערווייטערן פון די געפארן פון ווערן אטאקירט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מו|לד|מפרש=העמק דבר}}.}}. | ||
===מיטל מזרח=== | ===מיטל מזרח=== | ||
אין די מוסלומענע לענדער זענען געטאס נישט געווען אזוי ברייט פארשפרייט, אבער פארט האבן זיי עקזיסטירט אין עטליכע לענדער פאר לאנגע יארן, צווישן זיי פערסיע, [[תימן]], און [[עגיפטן]]. שוין אזוי פרי ווי אין יאר | אין די מוסלומענע לענדער זענען געטאס נישט געווען אזוי ברייט פארשפרייט, אבער פארט האבן זיי עקזיסטירט אין עטליכע לענדער פאר לאנגע יארן, צווישן זיי פערסיע, [[תימן]], און [[עגיפטן]]. שוין אזוי פרי ווי אין יאר ה'מ' (1280) זענען שוין אין [[מאראקא]] געווען געטאס - גערופן "[[מעלאח]]" - אויפ'ן שטייגער ווי שפעטער אין אייראפע, וואו אידן האבן געוואוינט צווישן מויערן אפגעטיילט פון די איבריגע טיילן פון שטאט. אויך אנדערע נישט-מוסלומענער גרופעס זענען געווען געצוימט צו געוויסע געגנטער אין געוויסע מוסלומענער לענדער. די צוימונגען האבן אנגעהאלטן אין געוויסע ערטער ביז אזוי שפעט ווי די מאסן עמיגראציע קיין ארץ ישראל אין [[תש"ח]], מיט די גרינדונג פון [[מדינת ישראל]]. | ||
אין אסאך אראבישע און מוסלומענער לענדער, איבערהויפט איבער די [[אטאמאנישע אימפעריע]] זענען געווען פילע געגנטער וואו אידן האבן געהאט דעזיגנירטע קווארטלען פון אייגענעם ווילן, מיט אטאנאמישע ווירטשאפט אויף פארשידענע שטאפלען. | אין אסאך אראבישע און מוסלומענער לענדער, איבערהויפט איבער די [[אטאמאנישע אימפעריע]] זענען געווען פילע געגנטער וואו אידן האבן געהאט דעזיגנירטע קווארטלען פון אייגענעם ווילן, מיט אטאנאמישע ווירטשאפט אויף פארשידענע שטאפלען. | ||
שורה 31: | שורה 27: | ||
{{הויפט ארטיקל|נאצי געטאס}} | {{הויפט ארטיקל|נאצי געטאס}} | ||
[[טעקע:Krakow_Ghetto_Gate_73170.jpg|left|ממוזער|טויער פון דער [[קראקעווער געטא]]]] | [[טעקע:Krakow_Ghetto_Gate_73170.jpg|left|ממוזער|טויער פון דער [[קראקעווער געטא]]]] | ||
ביים צווייטן וועלט קריג האבן זיך די נאציס באניצט מיט'ן טערמין "געטא", אלס טייל פון זייער [[נאצי פראפאגאנדע|פארפירערישע פראפאגאנדע]], און עס געניצט צו אנרופן די גאסן און קווארטלען ארומגענומען מיט מויערן, וואס אין זיי זענען די אידן אריינגעשטעלט געווארן. געוויסע פון זיי זענען געווען אויפ'ן ארט פון פריער-עקזיסטירנדע אידישע קווארטלען און טייל זענען פריש געשאפן געווארן. די אידן זענען איינגעזאמלט געווארן אהין דורך פראקלאמירטע באפעלן אויף שילדן און דורך די ראדיא, אלס סטאנציע צו ווערן אפגעשיקט צו [[קאנצענטראציע לאגער]]ן וואו זיי זענען געניצט געווארן פאר צוואנגס-ארבעט און פארטיליגט געווארן. די "געטאס" זענען אבער פאקטיש געווען קאנצענטראציע לאגערן אין צענטער פון שטאט. א גרויס טייל פון אייראפעאישע אידנטום זענען שוין געשטארבן אין די געטאס, צוליב די שרעקליכע אומשטענדן אין וועלכע זיי זענען געווען אריינגעשטעלט{{הערה|[http://www.ushmm.org/wlc/en/article.php?ModuleId=10005059 געטאס, שליסל פאקטן] אויפ'ן " | ביים צווייטן וועלט קריג האבן זיך די נאציס באניצט מיט'ן טערמין "געטא", אלס טייל פון זייער [[נאצי פראפאגאנדע|פארפירערישע פראפאגאנדע]], און עס געניצט צו אנרופן די גאסן און קווארטלען ארומגענומען מיט מויערן, וואס אין זיי זענען די אידן אריינגעשטעלט געווארן. געוויסע פון זיי זענען געווען אויפ'ן ארט פון פריער-עקזיסטירנדע אידישע קווארטלען און טייל זענען פריש געשאפן געווארן. די אידן זענען איינגעזאמלט געווארן אהין דורך פראקלאמירטע באפעלן אויף שילדן און דורך די ראדיא, אלס סטאנציע צו ווערן אפגעשיקט צו [[קאנצענטראציע לאגער]]ן וואו זיי זענען געניצט געווארן פאר צוואנגס-ארבעט און פארטיליגט געווארן. די "געטאס" זענען אבער פאקטיש געווען קאנצענטראציע לאגערן אין צענטער פון שטאט. א גרויס טייל פון אייראפעאישע אידנטום זענען שוין געשטארבן אין די געטאס, צוליב די שרעקליכע אומשטענדן אין וועלכע זיי זענען געווען אריינגעשטעלט{{הערה|[http://www.ushmm.org/wlc/en/article.php?ModuleId=10005059 געטאס, שליסל פאקטן] אויפ'ן "United States Holocaust Memorial Museum" וועבזייטל{{ש}}[https://www.yadvashem.org/holocaust/about/ghettos.html געטאס] אויפ'ן [[יד ושם]] וועבזייטל}}. | ||
==דער טערמין היינט== | ==דער טערמין היינט== | ||
דער טערמין איז אדאפטירט געווארן און ווערט באניצט פאר יעדע געגנט וואס איז אפגעזונדערט קולטורעל און איז אויסגעשלאסן פון די דרויסנדיגע וועלט. געטאס שאפן זיך סיי פון די ווילן פון אירע איינוואוינער און סיי צוליב דרויסנדיגע פאקטארן. | דער טערמין איז אדאפטירט געווארן און ווערט באניצט פאר יעדע געגנט וואס איז אפגעזונדערט קולטורעל און איז אויסגעשלאסן פון די דרויסנדיגע וועלט. געטאס שאפן זיך סיי פון די ווילן פון אירע איינוואוינער און סיי צוליב דרויסנדיגע פאקטארן. | ||
אין אמעריקא איז עס אריינגעקומען אין ברייטן באנוץ פאר געגנטער באוואוינט מיט [[אפרא-אמעריקאנער]], געווענליך מיט נידריגע עקאנאמישע מעגליכקייטן. דורכאויס די יארן זענען געווען פילע געגנטער וואו אימיגראנטן פון פארשידענע לענדער האבן זיך קאנצענטרירט און געשאפן אפגעזונדערטע וואוינערטער, אדער "געטאס". אין אייראפעאישע לענדער זענען פארהאן פילע געטאס וואו [[ציגאנער]] זענען קאנצענטרירט, אויך זענען פארהאן פארשידענע געגנטער מיט א קאנצענטראציע פון אזיאטישע און אנדערע מינאריטעטן{{הערה|1={{ | אין אמעריקא איז עס אריינגעקומען אין ברייטן באנוץ פאר געגנטער באוואוינט מיט [[שווארצע|אפרא-אמעריקאנער]], געווענליך מיט נידריגע עקאנאמישע מעגליכקייטן. דורכאויס די יארן זענען געווען פילע געגנטער וואו אימיגראנטן פון פארשידענע לענדער האבן זיך קאנצענטרירט און געשאפן אפגעזונדערטע וואוינערטער, אדער "געטאס". אין אייראפעאישע לענדער זענען פארהאן פילע געטאס וואו [[ציגאנער]] זענען קאנצענטרירט, אויך זענען פארהאן פארשידענע געגנטער מיט א קאנצענטראציע פון אזיאטישע און אנדערע מינאריטעטן{{הערה|1={{קישור כללי|אדרעס=https://www.npr.org/sections/codeswitch/2014/04/27/306829915/segregated-from-its-history-how-ghetto-lost-its-meaning|שרייבער=Camila Domonoske|קעפל=Segregated From Its History, How 'Ghetto' Lost Its Meaning|זייטל=NPR.org|דאטום=April 27, 2014|שפראך=en|תאריך_וידוא=2019-12-12}}|כיוון=שמאל}}. | ||
דער טערמין ווערט אויך געניצט צו באצייכענען סיי וועלכע געגנט וועלכע שטייט ארויס מיט אירע אייגנשאפטן פונעם ארום{{הערה|{{ | דער טערמין ווערט אויך געניצט צו באצייכענען סיי וועלכע געגנט וועלכע שטייט ארויס מיט אירע אייגנשאפטן פונעם ארום{{הערה|{{קישור כללי|קעפל=ghetto|אדרעס=http://www.merriam-webster.com/dictionary/ghetto|זייטל=Merriam-Webster}}|כיוון=שמאל}}. אין די ציוני'סטישע נאראטיוו ווערט דער באגריף באניצט צו באצייכענען די אויסגעשלאסנקייט און איינגעצוימטקייט פון דאס אידישע לעבנסשטייגער אין גלות, פון וועלכע זיי האבן געזוכט זיך צו באפרייען. | ||
== דרויסנדיגע לינקס == | |||
* [https://yivoencyclopedia.org/article.aspx/Ghettos Ghettos], אויף די [[ייווא]] ענציקלאפעדיע פון אידן אין מזרח אייראפע | |||
* [https://www.jewishvirtuallibrary.org/history-and-overview-of-ghettos Ghettos: History & Overview], אויף די אידישע ווירטואלע ביבליאטעק | |||
* [https://encyclopedia.ushmm.org/content/en/article/krakow-cracow The Krakow (Cracow) Ghetto during the Holocaust] אויף די פאראייניגטע שטאטן האלאקאסט אנדענק מוזעאום | |||
* {{אנצ יהודית|6653-ghetto|Ghetto}} | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:געטאס|*]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אידישע היסטאריע]] | [[קאַטעגאָריע:אידישע היסטאריע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | [[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | ||
[[he:גטו]] | [[he:גטו]] | ||
[[en:Ghetto]] | [[en:Ghetto]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 17:30, 31 יולי 2024
א געטא באצייכנט א געגנט אינערהאלב א שטאט וואו אידן זענען באגרעניצט צו וואוינען, איבערהויפט צוליב רעגירונג'ס צוימונגען, אדער צוליב פאליטישע, סאציאלע, לעגאלע, און עקאנאמישע אפגעזונדערקייט. דער טערמין שטאמט פון די ווענעציער געטא, וואו אידן זענען געווארן געצוואונגען צו וואוינען אין ה'רע"ו (1516), אפגעטיילט פון די איבריגע שטאט. דורכאויס די האלאקאוסט האבן די נאציס געשאפן איבער 1,000 געטאס צו פלאצירן די אידן פון אייראפע, מיט'ן ציל זיי צו אויסניצן און פארטיליגן אלס טייל פון די "ענדגילטיגע לעזונג". היינט איז דער טערמין פארברייטערט און ווערט געניצט פאר סיי וועלכע - געווענליך ארעמע - געגנט וואס איז אויסשליסליך באזעצט דורך א מינאריטעט גרופע.
עטימאלאגיע
דאס ווארט געטא שטאמט פון די אידישע געטא אין קאנארעזשאו, ווענעציע. אין תרנ"ט (1899) איז דער טערמין שוין געווען פארשפרייט און באניצט פאר אנדערע צעשטופטע קווארטלען, אויך פון אנדערע מינאריטעט גרופעס. עס קומט ווארשיינליך פון איטאליענישן "ghèto", א 'מעטאל פאבריק', וויבאלד אזא פאבריק איז געווען פלאצירט נעבן די ווענעציער געטא, דאך איז נישט זיכער די עטימאלאגיע פונעם ווארט, און פארשידענע טעאריעס זענען פארהאן איבער די מקור פונעם טערמין[1]: פון לשה"ק'דיגן "גט", אנדייטנדיג די אפגעזונדערקייט; פון אידיש - "גאס", ווי די געטאס זענען אפט גערופן געווארן "די אידישע גאס"; פון דייטשע "gehacktes" (אפגעהאקט); פון איטאליענישן "borghetto" (קליינע אפטיילונג פון א שטאט); פון אלט-פראנצויזישן "guect" (שומר).
היסטאריע ביז'ן האלאקאוסט
אייראפע
ביי די פירערשאפט פונעם קאטוילישן קירכע איז שוין געווארן געמאכט א באשלוס צו אפטיילן אידן אזוי פרי ווי ד'תתקל"ט (1179), כאטש מען האט עס נישט באלד פארסירט[2]. אין ה'רע"ו (1462) זענען די אידן אין פראנקפורט געווארן אריינגעצוואונגען צו וואוינען נאר אין די "יודנגאסע" (Judengasse)[3].
די ווענעציער געטא איז געשאפן געווארן אין ה'רע"ו (1516)[4]. נאכפאלגנדיג א בולע (פויפסטליכער בעפעל) פון פּויפּסט פאולוס דער פערטער אין כ"ה תמוז ה'שט"ו (1555) Cum nimis absurdum (העב') אז אידישע געטאס זאלן געשאפן ווערן אין רוים און איבער אלע לענדער פון קריסטנטום איז געשאפן געווארן די רוימישע געטא און נאך געטאס איבער איטאליע, פראנקרייך, דייטשלאנד און אנדערע צענטראל אייראפעאישע לענדער[5].
די געטאס זענען געווענליך געווען ארומגענומען מיט א מויער, מיט בלויז איין אדער איינצלנע טויערן, און אידן זענען געווען פארבאטן ארויסצוגיין פון אירע גרעניצן ביינאכט און אין קריסטליכע חגאות. אינדרויסן פון די געטאס האבן זיי געדארפט טראגן באצייכענונגען אז זיי זענען אידן, ווי געלע שטערנס, און זיי זענען געווען אויסגעשטעלט צו פארפאלגונגען דורך די קריסטליכע איינוואוינער. אין גרויס טייל זענען די געטאס געווען אין די שוואכסטע געגענט אין שטאט, דער צושטאנד ארעם, איבערגעפולט און מיט שוואכע היגיענישע באדינגונגען, אויסגעשטעלט צו קרענק און מגיפות. דאך זענען געווען געוויסע געטאס וואו די אידן האבן יא געלעבט א רייכערע לעבן, און געפירט א שטיקל אטאנאמישע ווירטשאפט אינערהאלב די אידישע קווארטל.
דורכאויס די 19'טע יארהונדערט מיט די אידישע עמאנציפאציע האבן זיך די געטאס צוביסלעך אפגעשאפן. די רוימישע געטא איז געווען די לעצטע צו אויפגעלעזט ווערן ביז'ן קריג, אפיציעל אין תר"ל (1870), מיט אירע מויערן גענצליך אראפגעריסן און די טאטאלע פאקטישע אויפלעזונג אין תרמ"ח (1888).
דאס לעבן אפגעזונדערט פון די גויים האט למעשה געשפילט א ראלע אין אפהיטן די ספעציעלע לעבנסשטייגער פון די אידן, און פארמיטן דאס זיך אויסמישן מיט די גויים, איבערהויפט דורכאויס דער מאדערנער תקופה. אין פאקט האבן אידן אין גלות אלץ געזוכט - אפילו אומגעצווינגען - צו וואוינען אין אפגעזונדערטע געמיינדעס אין אייגענע קווארטלען זיך צו קענען האלטן צו אידישקייט, און האבן ווייניגער פארקער מיט די נישט-אידישע שכנים, און זיך דערווייטערן פון די געפארן פון ווערן אטאקירט[6].
מיטל מזרח
אין די מוסלומענע לענדער זענען געטאס נישט געווען אזוי ברייט פארשפרייט, אבער פארט האבן זיי עקזיסטירט אין עטליכע לענדער פאר לאנגע יארן, צווישן זיי פערסיע, תימן, און עגיפטן. שוין אזוי פרי ווי אין יאר ה'מ' (1280) זענען שוין אין מאראקא געווען געטאס - גערופן "מעלאח" - אויפ'ן שטייגער ווי שפעטער אין אייראפע, וואו אידן האבן געוואוינט צווישן מויערן אפגעטיילט פון די איבריגע טיילן פון שטאט. אויך אנדערע נישט-מוסלומענער גרופעס זענען געווען געצוימט צו געוויסע געגנטער אין געוויסע מוסלומענער לענדער. די צוימונגען האבן אנגעהאלטן אין געוויסע ערטער ביז אזוי שפעט ווי די מאסן עמיגראציע קיין ארץ ישראל אין תש"ח, מיט די גרינדונג פון מדינת ישראל.
אין אסאך אראבישע און מוסלומענער לענדער, איבערהויפט איבער די אטאמאנישע אימפעריע זענען געווען פילע געגנטער וואו אידן האבן געהאט דעזיגנירטע קווארטלען פון אייגענעם ווילן, מיט אטאנאמישע ווירטשאפט אויף פארשידענע שטאפלען.
נאצי געטאס
ביים צווייטן וועלט קריג האבן זיך די נאציס באניצט מיט'ן טערמין "געטא", אלס טייל פון זייער פארפירערישע פראפאגאנדע, און עס געניצט צו אנרופן די גאסן און קווארטלען ארומגענומען מיט מויערן, וואס אין זיי זענען די אידן אריינגעשטעלט געווארן. געוויסע פון זיי זענען געווען אויפ'ן ארט פון פריער-עקזיסטירנדע אידישע קווארטלען און טייל זענען פריש געשאפן געווארן. די אידן זענען איינגעזאמלט געווארן אהין דורך פראקלאמירטע באפעלן אויף שילדן און דורך די ראדיא, אלס סטאנציע צו ווערן אפגעשיקט צו קאנצענטראציע לאגערן וואו זיי זענען געניצט געווארן פאר צוואנגס-ארבעט און פארטיליגט געווארן. די "געטאס" זענען אבער פאקטיש געווען קאנצענטראציע לאגערן אין צענטער פון שטאט. א גרויס טייל פון אייראפעאישע אידנטום זענען שוין געשטארבן אין די געטאס, צוליב די שרעקליכע אומשטענדן אין וועלכע זיי זענען געווען אריינגעשטעלט[7].
דער טערמין היינט
דער טערמין איז אדאפטירט געווארן און ווערט באניצט פאר יעדע געגנט וואס איז אפגעזונדערט קולטורעל און איז אויסגעשלאסן פון די דרויסנדיגע וועלט. געטאס שאפן זיך סיי פון די ווילן פון אירע איינוואוינער און סיי צוליב דרויסנדיגע פאקטארן.
אין אמעריקא איז עס אריינגעקומען אין ברייטן באנוץ פאר געגנטער באוואוינט מיט אפרא-אמעריקאנער, געווענליך מיט נידריגע עקאנאמישע מעגליכקייטן. דורכאויס די יארן זענען געווען פילע געגנטער וואו אימיגראנטן פון פארשידענע לענדער האבן זיך קאנצענטרירט און געשאפן אפגעזונדערטע וואוינערטער, אדער "געטאס". אין אייראפעאישע לענדער זענען פארהאן פילע געטאס וואו ציגאנער זענען קאנצענטרירט, אויך זענען פארהאן פארשידענע געגנטער מיט א קאנצענטראציע פון אזיאטישע און אנדערע מינאריטעטן[8].
דער טערמין ווערט אויך געניצט צו באצייכענען סיי וועלכע געגנט וועלכע שטייט ארויס מיט אירע אייגנשאפטן פונעם ארום[9]. אין די ציוני'סטישע נאראטיוו ווערט דער באגריף באניצט צו באצייכענען די אויסגעשלאסנקייט און איינגעצוימטקייט פון דאס אידישע לעבנסשטייגער אין גלות, פון וועלכע זיי האבן געזוכט זיך צו באפרייען.
דרויסנדיגע לינקס
- Ghettos, אויף די ייווא ענציקלאפעדיע פון אידן אין מזרח אייראפע
- Ghettos: History & Overview, אויף די אידישע ווירטואלע ביבליאטעק
- The Krakow (Cracow) Ghetto during the Holocaust אויף די פאראייניגטע שטאטן האלאקאסט אנדענק מוזעאום
- "Ghetto", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
רעפערענצן
- ↑ ghetto (n.), אויף Online Etymology Dictionary
- ↑ גערהאַרד פאַלק, היסטאריע פון די געטא, אויף Jbuff.com (ענגליש)
- ↑ פראנקפורט, דייטשלאנד, אויף Jewish Virtual Library
- ↑ ווענעציע, איטאליע אידישע היסטאריע טור, אויף Jewish Virtual Library
- ↑ פאולוס דער פערטער, אויף Jewish Virtual Library
- ↑ העמק דבר, בראשית מו, לד.
- ↑ געטאס, שליסל פאקטן אויפ'ן "United States Holocaust Memorial Museum" וועבזייטל
געטאס אויפ'ן יד ושם וועבזייטל - ↑ Camila Domonoske, Segregated From Its History, How 'Ghetto' Lost Its Meaning, אויף NPR.org, April 27, 2014 (ענגליש)
- ↑ ghetto, אויף Merriam-Webster