אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מגילת תענית"
ק (החלפת טקסט – "אסתר תענית" ב־"תענית אסתר") |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(5 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = ancient Jewish Text|העב=חיבור עתיק העוסק בימים בהם אסרו חכמים להתענות|}} | |||
'''מגילת תענית''' איז א קורצע מגילה געשריבן אויף [[לשון תרגום]] אין סוף פונעם [[בית שני]]. דארטן ווערט גערעכנט 35 טעג ווען ס'איז געשען די אידן פרייליכע פאסירונגען, וואס מ'טאר נישט פאסטן סיי אין די טעג סיי אין די טעג פאר זיי און נאך זיי (גמרא [[מסכת ראש השנה]] דף י"ט ע"א), און טייל טעג וואס מ'טאר אפילו נישט מאכן קיין [[הספד]]ים. די געשעענישן האבן פאסירט במשך 500 יאר, פון די טעג פון [[עזרא]] און [[נחמיה]] ביז די טעג פון דעם רוימישן קיסר [[קאליגולא]]. | '''מגילת תענית''' איז א קורצע מגילה געשריבן אויף [[לשון תרגום]] אין סוף פונעם [[בית שני]]. דארטן ווערט גערעכנט 35 טעג ווען ס'איז געשען די אידן פרייליכע פאסירונגען, וואס מ'טאר נישט פאסטן סיי אין די טעג סיי אין די טעג פאר זיי און נאך זיי (גמרא [[מסכת ראש השנה]] דף י"ט ע"א), און טייל טעג וואס מ'טאר אפילו נישט מאכן קיין [[הספד]]ים. די געשעענישן האבן פאסירט במשך 500 יאר, פון די טעג פון [[עזרא]] און [[נחמיה]] ביז די טעג פון דעם רוימישן קיסר [[קאליגולא]]. | ||
שורה 12: | שורה 13: | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* [http://www.shechem.org/torah/megtan/index.html מגילת תענית (מיט מפרשים) לויטן ווילנער דרוק] | * [http://www.shechem.org/torah/megtan/index.html מגילת תענית (מיט מפרשים) לויטן ווילנער דרוק] | ||
* [http://www.daat.ac.il/daat/toshba/makor/megilat-2.htm מגילת תענית אויפן "דעת" וועב־ארט] | * [http://www.daat.ac.il/daat/toshba/makor/megilat-2.htm מגילת תענית אויפן "דעת" וועב־ארט] | ||
שורה 20: | שורה 21: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:מגילת תענית]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:30, 8 יולי 2024
מגילת תענית איז א קורצע מגילה געשריבן אויף לשון תרגום אין סוף פונעם בית שני. דארטן ווערט גערעכנט 35 טעג ווען ס'איז געשען די אידן פרייליכע פאסירונגען, וואס מ'טאר נישט פאסטן סיי אין די טעג סיי אין די טעג פאר זיי און נאך זיי (גמרא מסכת ראש השנה דף י"ט ע"א), און טייל טעג וואס מ'טאר אפילו נישט מאכן קיין הספדים. די געשעענישן האבן פאסירט במשך 500 יאר, פון די טעג פון עזרא און נחמיה ביז די טעג פון דעם רוימישן קיסר קאליגולא.
אין אלע כתבי־ידות פון מגילת תענית, ווי אויך אין די ציטירונגען אין דער גמרא, ווערט געברענגט ביי יעדער געשיכטע א פירוש אויף לשון הקודש וואס מ'האט געשריבן שפעטער (נאכ'ן חורבן).
צווישן די פרייליכע טעג פון מגילת תענית זענען חנוכה, פורים, חמשה עשר באב, ווי אויך ג' תשרי און י"ג אדר, אבער שפעטער האט מען קובע געווען תעניתים צום גדליה און תענית אסתר. ביז צום סוף פון דעם זמן פון די תנאים האט מען נאכאלץ געהיטן די איסורים פון מגילת תענית. היינטיגע צייטן האלט מען פון די טעג נאר חנוכה, פורים און ראש חודש.
ווער האט געשריבן מגילת תענית?
ס'איז דא פארשידענע דעות:
- אין דער גמרא (שבת יג) שטייט אז דער מחבר איז געווען חנניה בן חזקיה.
- ס'איז פארהאן א מסורה פון די גאונים אז די עלצטע פון בית הלל און בית שמאי האבן מחבר געווען די מגילה ווען זיי האבן מבקר חולה געווען חנניה.
- אנדערע זאגן אז דער מחבר איז געווען אלעזר בן חנניה, א זון פון חנניה בן חזקיה, איינער פון די פירערס פון דער רעוואלוציע קעגן די רוימער.
דרויסנדיגע לינקס
- מגילת תענית (מיט מפרשים) לויטן ווילנער דרוק
- מגילת תענית אויפן "דעת" וועב־ארט
- די יידישע ענציקלאפעדיע אויפן "דעת" וועב־ארט
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!