אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פסקי רב מרדכי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(7 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
'''פסקי רב מרדכי''', געווענליך גערופן סתם '''מרדכי''', איז א [[הלכה]]'דיגער ליקוט [[ספר]] נתחבר דורך רבי [[מרדכי בן הלל]] פון די חכמי [[אשכנז]] א דור נאך די [[בעלי התוספות]], וועלכער איז געווען ווי דער אשכנזישער [[שלחן ערוך]] בעיקר אינעם פופצנטן יאהר-הונדערט.
'''פסקי רב מרדכי''', געווענליך גערופן סתם '''מרדכי''', איז א [[הלכה]]'דיגער ליקוט [[ספר]] נתחבר דורך [[רבי מרדכי בן הלל]] פון די חכמי [[אשכנז]] א דור נאך די [[בעלי התוספות]], וועלכער איז געווען ווי דער אשכנזישער [[שלחן ערוך]] בעיקר אינעם פופצנטן יאהר-הונדערט.


דער [[רמ"א]] האט געשריבן הגהות אויף דעם ספר און פארלאזט זיך אויף אים אסאך אין זיינע ספרים, תשובות און הגהות אויפן שלחן ערוך. דער [[בית יוסף]] האט עס אויך גענוצט אלס איינע פון זיינע מקורות פארן שלחן ערוך.
דער [[רמ"א]] האט געשריבן הגהות אויף דעם ספר און פארלאזט זיך אויף אים אסאך אין זיינע ספרים, תשובות און הגהות אויפן שלחן ערוך. דער [[בית יוסף]] האט עס אויך גענוצט אלס איינע פון זיינע מקורות פארן שלחן ערוך.
שורה 20: שורה 20:
אין יאהר [[ה'רמ"ד]] מיטן ערשטן דרוק פון די פראנצויזיש-אשכנזישע [[גמרא]] האט מען אויך ארייגעדרוקט דעם מרדכי אינעם זעלבן באנד און אזוי אויך שפעהטער אין [[ה'רס"ט]] צוזאמען מיטן רי"ף.
אין יאהר [[ה'רמ"ד]] מיטן ערשטן דרוק פון די פראנצויזיש-אשכנזישע [[גמרא]] האט מען אויך ארייגעדרוקט דעם מרדכי אינעם זעלבן באנד און אזוי אויך שפעהטער אין [[ה'רס"ט]] צוזאמען מיטן רי"ף.


אין יאר [[ה'ש"ך|ה'ש"כ]] האט מען געדרוקט באזונדער דעם מרדכי אויף גאנץ ש"ס.
אין יאר [[ה'ש"כ|ה'ש"כ]] האט מען געדרוקט באזונדער דעם מרדכי אויף גאנץ ש"ס.


== פירושים ==
== פירושים ==
שורה 27: שורה 27:
* [[חדושי אנשי שם]]
* [[חדושי אנשי שם]]


== וועבלינקען ==
==דרויסנדיגע לינקס==
* [http://www.machonyerushalayim.com/book_h.php?id=141 די זיבן בענדער אויסגאבע פון מכון ירושלים]
* [http://www.machonyerushalayim.com/book_h.php?id=141 די זיבן בענדער אויסגאבע פון מכון ירושלים]


[[קאטעגאריע:ספרי הלכה]]
[[קאטעגאריע:הלכה ספרים]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[HE:רבי מרדכי בן הלל#ספר ה'מרדכי']]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:21, 8 יולי 2024

פסקי רב מרדכי, געווענליך גערופן סתם מרדכי, איז א הלכה'דיגער ליקוט ספר נתחבר דורך רבי מרדכי בן הלל פון די חכמי אשכנז א דור נאך די בעלי התוספות, וועלכער איז געווען ווי דער אשכנזישער שלחן ערוך בעיקר אינעם פופצנטן יאהר-הונדערט.

דער רמ"א האט געשריבן הגהות אויף דעם ספר און פארלאזט זיך אויף אים אסאך אין זיינע ספרים, תשובות און הגהות אויפן שלחן ערוך. דער בית יוסף האט עס אויך גענוצט אלס איינע פון זיינע מקורות פארן שלחן ערוך.

דאס ספר גייט אויפן סדר פונעם רי"ף וואו ער ברענגט די הלכות פונעם תלמוד אין צוגאב צו פילע תשובות, מנהגים און פסקים פון די פריערדיגע אשכנזישע ראשונים, ווי רבינו גרשום און נאך, ביז צו די חכמי דורו וואו ער ברעהנגט אסאך פון זיינע רבי'ס ווי דער מהר"ם ראטנבורג און נאך. בסך הכל ציטירט ער אין דעם ספר פסקים פון איבער דריי הונדערט פארשידענע רבנים און גדולים.

דאס ספר האט פארמאגט נאך אין זיין צייט א גרויסע חשיבות און איז איבערגעשריבן געווארן פיל מאל, וואס דערפאר איז נאטורליך אריינגעפאלן אסאך גרייזן. ווי אויך איז עס שפעטער אריינגעדרוקט געווארן ביים סוף פון די גמרות. מען קען דערפון אויך אסאך לערנען איבער דער היסטאריע פון יענער צייט.

ווערסיעס

דער ליקוט איז פארפאסט געווארן דורך רבי מרדכי אבער איז אפגעשריבן געווארן דורך זיינע תלמידים, טייל דערפון שוין נאך זיין טויט. א קלינע טייל פון די פסקים אינעם מרדכי זענען ליקוטים וואס זענען געשריבן געווארן דורך אנדערע חכמים און זענען אריין אינעם עצם ספר אן מאכן א אונטערשייד.

אזוי ארום איז מיט דער צייט פון דעם ספר געשאפן געווארן צוויי מהודורות: מרדכי הארוך פון די בני עסטרייך וועלכער איז מער ווי הגהות אויף די הלכות פונעם רי"ף און מרדכי הקצר פון די בני ריינוס (דייטשלאנד) וואס איז ווי א צוגאב און הוספה צו די הלכות פונעם רי"ף. אין די ש"ס'ן איז אריינגערוקט געווארן די הלכות פון די בני ריינוס. טייל פון די פסקים פון דער גרעסערע מהדורה זענען למעשה צוגעשטעלט געווארן צו דער קורצערער ווערסיע, דורך רבי שמואל בן אהרן פון שלעטשטאט, און געדרוקט געווארן אונטערן נאמען הגהות מרדכי.

דער חיד"א שרייבט אז ער האט געזען דעם כתב יד פון דער גרעסערער מהדורה און עס האט אויך "הלכות ארץ ישראל וחלה", ליקוטים איף פרק "אלו הלוקין" פון מסכת מכות, פרק "אלו הנשרפין" פון מסכת סנהדרין און אויף מסכת זבחים וואס דאס אלעס איז דאן נישט געווען אין די דרוקן. אויך שרייבט ער אז דער פירוש אויף די הלכות קטנות וואס איז געדרוקט ביי אונז, איז נישט פונעם מרדכי.

דער מרדכי אויף פרק ערבי פסחים באלאנגט אויך נישט צו דעם ספר הלכות. מען איז משער אז ער האט עס מסדר געווען ווי א תוספות פאר זיין רבי'ן רבנו פרץ און ס'איז בטעות אריין אין זיין הלכה חיבור.

דרוקסאגראפיע

אין יאהר ה'רמ"ד מיטן ערשטן דרוק פון די פראנצויזיש-אשכנזישע גמרא האט מען אויך ארייגעדרוקט דעם מרדכי אינעם זעלבן באנד און אזוי אויך שפעהטער אין ה'רס"ט צוזאמען מיטן רי"ף.

אין יאר ה'ש"כ האט מען געדרוקט באזונדער דעם מרדכי אויף גאנץ ש"ס.

פירושים

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!