אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משלוח מנות"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פארברייטערט, רעדאגירונג)
 
(42 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
'''משלוח מנות''' איז איינע פון ​​די [[מצוה|מצוות]] פון [[יום טוב]] [[פורים]]. די מצוה איז אז יעדער מענטש דארף שיקן איינער צום צווייטן עסנווארג, כאטש צוויי פארצייעס, פאר כאטש איין מענטש. דער ציל פון דער מצוה איז צו פארגרעסערן פרידן און חסד צווישן די אידישע קינדער, ווי אויך צו פארזיכערן פאר די ארימעלייט אז זיי האבן די פורים [[סעודה]].
{{דעסקריפציע|מצוה צו שיקן פארציעס אין פורים}}
[[טעקע:2 Mishloach Manot.jpg|שמאל|קליין|משלוח מנות'ן]]
[[טעקע:MishloachManotChildren.JPG|שמאל|קליין|קינדער טראגן משלוח מנות]]
[[טעקע:OfraMishloach8340.JPG|ממוזער|א פארשטעלטער יונגל גייענדיג איבערגעבן משלוח מנות. לויט טייל פוסקים זאל מען שיקן משלוח מנות דווקא דורך א "[[שליחות|שליח]]".]]
'''משלוח מנות''' (אין [[אידיש]]: "שיקן פארציעס") איז איינע פון ​​די [[מצוה|מצוות]] פונעם [[יום טוב]] [[פורים]], צווישן די מצוות פון [[מגילה ליינען]], משתה ושמחה, און [[מתנות לאביונים]]. די מצוה איז צו שיקן כאטש צוויי פארציעס עסנווארג, פאר ווייניגסטנס איין מענטש. צווישן די צילן זענען צו פארמערן פרידן און ליבשאפט צווישן אידן, און צו פארזארגן עסן פאר נויטבאדערפטיגע אז זיי זאלן האבן גענוג פאר דער [[פורים סעודה]].


==מקור פונעם המצווה ==
== מקור ==
אין [[מגילת אסתר]] שטייט אויף די פרייד פייערונגען וואָס זענען באשלאסן געווארן נאכן גראטעוועט ווערן פון [[המן]]'ס גזירות:
דער חיוב פון משלוח מנות ווערט דערמאנט אין [[מגילת אסתר]]. אין די פסוקים ווערט געשילדערט אז נאך דער נס וואס איז געשען אין פורים - ווען מ'איז געראטעוועט געווארן פון המן'ס גזירה וואס האט געוואלט פארטיליגן דאס אידישע פאלק - האט מען באשטימט די פורים טעג פאר ימי שמחה. אלס טייל פון די מצוות פונעם טאג, האבן די [[אנשי כנסת הגדולה|חכמים]] פון יענעם דור מתקן געווען צו שיקן משלוח מנות צו די פריינט{{הערה|זעט {{בבלי|מגילה|ב|א}}}}, און אזוי שטייט אין די מגילה ({{תנ"ך|אסתר|ט|יט|כב|אן=ספר}}):
{{ציטוט|תוכן=עַל כֵּן הַיְּהוּדִים הַפְּרָזִים הַיֹּשְׁבִים בְּעָרֵי הַפְּרָזוֹת, עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר שִׂמְחָה וּמִשְׁתֶּה וְיוֹם טוֹב '''וּמִשְׁלֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ'''. וַיִּכְתֹּב מָרְדֳּכַי אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה, וַיִּשְׁלַח סְפָרִים אֶל כָּל הַיְּהוּדִים אֲשֶׁר בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ הַקְּרוֹבִים וְהָרְחוֹקִים; לְקַיֵּם עֲלֵיהֶם לִהְיוֹת עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר וְאֵת יוֹם חֲמִשָּׁה עָשָׂר בּוֹ בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה, כַּיָּמִים אֲשֶׁר נָחוּ בָהֶם הַיְּהוּדִים מֵאֹיְבֵיהֶם, וְהַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה וּמֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב; לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה, '''וּמִשְׁלֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ''' וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיֹנִים.|מקור=אסתר ט, יט-כב}}
{{ציטוט|תוכן=עַל כֵּן הַיְּהוּדִים הַפְּרָזִים הַיֹּשְׁבִים בְּעָרֵי הַפְּרָזוֹת, עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר שִׂמְחָה וּמִשְׁתֶּה וְיוֹם טוֹב '''וּמִשְׁלֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ'''... וְהַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה וּמֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב, לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה, '''וּמִשְׁלֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ''' וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיֹנִים.}}
 
== הלכות ==
[[טעקע:MishloachManotClosedDoor5.JPG|שמאל|קליין|משלוחי מנות וואס זענען געלייגט געווארן פארנט פון א פארמאכטע טיר (משלוח מנות דארף געגעבן ווערן דווקא פורים בייטאג).]]
* [[חז"ל]] האבן ארויסגעלערנט פונעם פסוק: "לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה וּמִשְׁלוֹחַ '''מָנוֹת''' אִישׁ '''לְרֵעֵהוּ'''", אז מ'דארף שיקן צום ווייניגסטנס צוויי פארציעס פאר איין מענטש{{הערה|"משלוח '''מנות'''" - לשון רבים - כאטש צוויי,  "איש '''לרעהו'''" - יחיד. [[רב יוסף]] אין נאמען פון [[ברייתא]], אין {{בבלי|מגילה|ז|א}}}}. אבער אויב מעגליך איז בעסער צו שיקן מער, ווי דער [[רמב"ם]] פסקנ'ט: "כל המרבה לשלוח לרעים הרי זה משובח"{{הערה|{{רמב"ם|מגילה וחנוכה|ב|טו}}}}. פארט שרייבט ער אז די חשוב'סטע מצוה פון פורים איז [[מתנות לאביונים]]: "מוטב לאדם להרבות במתנות לאביונים מלהרבות ב[[סעודת פורים|סעודתו]] ובשלוח מנות לרעיו, שאין שם שמחה גדולה ומפוארה אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים"{{הערה|{{רמב"ם|מגילה וחנוכה|ב|יז}}}}.
* עס דארף זיין פון צוויי באזונדערע עסנווארג. טראץ דעם וואס עס זענען געווען [[רב]]נים וואס האבן געשיקט [[ספר]]י חידושי תורה אויף משלוח מנות, איז אבער אין הלכה גע'פסק'נט אז וועש, ספרים און אפילו [[געלט]] צו קויפן דערמיט עסנווארג, ווערן נישט גערעכנט פאר "מנות". וועגן שיקן געטראנקען, שרייבן רוב פוסקים אז דאס ווערט פאררעכנט ווי א מאכל{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תרצה|ד}} משנה ברורה כ'}}.
* אפילו טאמער א מענטש האט נישט גענוג עסנווארג אוועקצוגעבן פאר אן אנדערן, זאל ער אויפטוישן זיין סעודה מיטן חבר'ס, אזוי צו מקיים זיין די מצוה. די מיינונג פון א מערהייט [[פוסק]]ים איז אז אויך פרויען זענען מחויב מיט דער מצוה. דער רמ"א מערקט אָן אז א מאן זאל נישט שיקן פאר א פרוי, אז ס'זאל נישט צוקומען צו קיין פראגע פון א [[ספק]] [[קידושין]] ביים שיקן פאר אן אלמנה{{הערה|1={{שולחן ערוך|אורח חיים|תרצה|ד|מפרש=רמ"א}}|שם=רמאד}}.
* פארהאן פוסקים וואס שרייבן אז די מצוה דארף אויסגעפירט ווערן דורכ'ן שיקן מיט א "[[שליחות|שליח]]", אזויווי אין פסוק שטייט, "ו'''משלוח''' מנות איש לרעהו". לויט דער [[משנה ברורה]] איז פּאַסיג דאס צו ערפילן, אבער טייל שרייבן אז מען דארף נישט מחמיר זיין דערויף{{הערה|חזון עובדיה פורים עמוד קמג}}.
* די מצוה גייט אן אין טאג פון פורים, יעדן לויטן פלאץ וואו ער געפינט זיך: אין מערהייט ערטער איז דאס אין [[י"ד אדר]], און ביי די שטעט וואס זענען [[עיר מוקפת חומה מימות יהושע בן נון|מוקפות חומה מימות יהושע בן נון]], אינעם טאג פון [[שושן פורים]] - [[ט"ו אדר]]. די מצוה דארף געטון ווערן דווקא בייטאג{{הערה|[[s:רבינו אשר על הש"ס/פסקי הרא"ש/מגילה/פרק א|רא"ש על מגילה, א', ז']]}}{{הערה|שם=רמאד}}. טייל זענען מהדר דאס אויסצופירן איידער מען עסט די סעודה{{הערה|לקט יושר, הלכות פורים בסימני הדרשה. זעט אויך אז נדברו, חלק ששי סימן ס"ה אז עס איז אן איסור זיך צו וואשן צו א סעודה איידער מען האט אויסגעפירט די מצוה}}.
 
== טעמים ==
אין די [[אחרונים]] ווערן פאָרגעשטעלט צוויי הויפּט טעמים פאַר'ן מתקן זיין די מצוה פון משלוח מנות:
* אין ספר מנות הלוי{{הערה|{{היברובוקס|[[רבי שלמה אלקבץ]]|מנות הלוי|11587|פירוש אויף מגילת אסתר, ט, יז|page=401|כותרת=ד"ה והנך רואה}} אין נאמען פון רבי יהודה בן שושן}} שרייבט [[רבי שלמה אלקבץ]] אז דער טעם איז צו פארמערן פריינדשאפט צווישן אידן אין קעגנזאץ צו המן'ס ווערטער{{הערה|{{תנ"ך|אסתר|ג|ח}}}}: "ישנו עם אחד מפוזר ומפורד"{{הערה|זעט אויך מהר"ל, "אור חדש", ט, כב; אויך דער [[רבי יואל סירקיש|ב"ח]], [[אורח חיים]], [[S:טור_אורח_חיים_תרצה#בית_חדש_(ב"ח)|סימן תרצ"ה]], שרייבט: "טעם משלוח מנות הוא כדי שיהא שמח ושש עם אוהביו וריעיו ולהשכין ביניהם אהבה ואחוה וריעות". זעט אויך {{בבלי|מגילה|ז|א|מפרש=ריטב"א}}, וואו עס איז משמע אז עס איז צוליב דין שמחה.}}.
* אין ספר תרומת הדשן שטייט אז דער טעם איז צו פארזיכערן אז יעדער האט עסן פאר די יום-טוב'דיגע סעודה, אויך די ארעמעלייט וואס שעמען זיך צו בעטן [[צדקה]]{{הערה|[[תרומת הדשן (ספר)|תרומת הדשן]], {{אוצר הספרים היהודי|תרומת_הדשן/א/קיא|חלק א', סימן קי"א}}}}.
אין די ספרי אחרונים ווערן געברענגט פארשידענע דינים וואס זענען געוואנדן אין די צוויי טעמים. למשל, די פוסקים שרייבן אז איינער וואס האט געשיקט פאר זיין חבר אנאנים, אז זיין חבר ווייסט נישט פון וועם ער האט באקומען דעם משלוח, לויט די דעות אז דער טעם איז צו פארמערן אהבה ורעות קומט אויס אז ער האט דערמיט נישט מקיים געווען זיין פליכט{{הערה|פאר נאך נפקא מינה'ס זעט אין [[שו"ת חתם סופר]] {{אוצר הספרים היהודי|שו"ת חתם סופר/א/קצו|חלק א', סימן קצ"ו}}; אין שו"ת שרידי אש, ירושלים, תשנ"ט, חלק א', סימן ס"א; און אויך [https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=38983 א שמועס] אויפ'ן [[אוצר החכמה]] פאָרום.}}.
 
== אין אנדערע קאנטעקסטן ==
משלוח מנות ווערט אויך דערמאנט אין אנדערע פעלער. ווען די אידן פון בבל זענען ארויף קיין [[ארץ ישראל]] מיט [[עזרא הסופר]], האט ער זיי געזאגט אום [[ראש השנה]] צו שיקן "מנות לאין נכון לו", ד.ה. פאר אזעלכע וואס קענען זיך נישט ערלויבן צו צושטעלן די [[יום טוב]] סעודה:
{{ציטוט|תוכן=ויאמר להם: לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים '''ושִלחו מנות לאין נכון לו''' כי קדוש היום לאדונינו... וילכו כל העם לאכול ולשתות '''ולשלח מנות''' ולעשות שמחה גדולה כי הבינו בדברים אשר הודיעו להם|מקור={{תנ"ך|נחמיה|ח|י|יב}}|מירכאות=כן}}
יענער משלוח מנות איז טאקע פונדאמענטאל אנדערש, ווייל דאס איז נישט געווען ווי דער פורימ'דיגער משלוח מנות וואס איז "איש לרעהו", נאר ספעציעל געוואנדן "לאין נכון לו", אז די ארעמעלייט זאלן האבן צום עסן. דאך, ווילנדיג ארויסברענגען דעם אויבנדערמאנטן טעם אז דער משלוח מנות פון פורים איז אויך צו פארזיכערן די באדערפענישן פון סעודת פורים פאר די וואס קענען זיך נישט ערלויבן - ברענגען די פוסקים דעם פסוק אלס ראיה{{הערה|ילקוט יוסף, אורח חיים, סימן תרצ"ה}}.
 
== ליינט מער ==
* מאיר ראפעלד, "משלוח מנות בפורים: גלגולי נוסח ונוהגים", אין: דניאל שפרבר, '''מנהגי ישראל: מקורות ותולדות''', זעקסטער באנד, ירושלים: [[מוסד הרב קוק]], תשנ"ח, זייטן רכ"ז–רמ"א; איבערגעדרוקט אין: מאיר ראפעלד, '''נתיבי מאיר: אסופת מאמרים''', מרכז שפירא: תשע"ג, זייטן 210–224.
* הרב ישראל דנדרוביץ, "בשר לא מבושל - האם קרוי מנה (אויף די ווערטערליכע אפטייטש פון מנה בלשון המקרא ובלשון חכמים)", אין: '''אור ישראל''', גיליון עא, תשרי תשע"ו, עמודים: קעח-קפח.
 
== דרויסנדיגע לינקס ==
* {{היברובוקס||משלוח מנות|41737|אין: יום-טוב לוינסקי (רעדאקטאר), '''ספר המועדים''', זעקסטער באנד, תל אביב: אגודת עונג שבת דורך דביר, תשט"ו, זייטן 137–151|page=152}}
* {{קיצור שולחן ערוך|קמב}}
די טעמים פאר משלוח מנות:
*{{קישור כללי|אדרעס=https://olamot.net/shiur/משלוח-מנות|קעפל=משלוח מנות|זייטל=עולמות}}
*{{קישור כללי|אדרעס=https://www.sulamot.org/יסודות-משלוח-מנות/|קעפל=יסודות מצוות משלוח מנות|זייטל=סולמות}}
*{{קישור כללי|אדרעס=https://www.shoam.org.il/4169/|שרייבער=הרב אורן ניזרי|קעפל=משלוחי מנות דורך א "דראון"|זייטל=שערי הלכה ומשפט}}
 
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{פורים}}
{{הבהרה הלכתית}}
 
[[קאַטעגאָריע:פורים]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[he:משלוח מנות]]
{{קרד}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:54, 24 יולי 2024

משלוח מנות'ן
קינדער טראגן משלוח מנות
א פארשטעלטער יונגל גייענדיג איבערגעבן משלוח מנות. לויט טייל פוסקים זאל מען שיקן משלוח מנות דווקא דורך א "שליח".

משלוח מנות (אין אידיש: "שיקן פארציעס") איז איינע פון ​​די מצוות פונעם יום טוב פורים, צווישן די מצוות פון מגילה ליינען, משתה ושמחה, און מתנות לאביונים. די מצוה איז צו שיקן כאטש צוויי פארציעס עסנווארג, פאר ווייניגסטנס איין מענטש. צווישן די צילן זענען צו פארמערן פרידן און ליבשאפט צווישן אידן, און צו פארזארגן עסן פאר נויטבאדערפטיגע אז זיי זאלן האבן גענוג פאר דער פורים סעודה.

מקור

דער חיוב פון משלוח מנות ווערט דערמאנט אין מגילת אסתר. אין די פסוקים ווערט געשילדערט אז נאך דער נס וואס איז געשען אין פורים - ווען מ'איז געראטעוועט געווארן פון המן'ס גזירה וואס האט געוואלט פארטיליגן דאס אידישע פאלק - האט מען באשטימט די פורים טעג פאר ימי שמחה. אלס טייל פון די מצוות פונעם טאג, האבן די חכמים פון יענעם דור מתקן געווען צו שיקן משלוח מנות צו די פריינט[1], און אזוי שטייט אין די מגילה (ט, יט–כב):

עַל כֵּן הַיְּהוּדִים הַפְּרָזִים הַיֹּשְׁבִים בְּעָרֵי הַפְּרָזוֹת, עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר שִׂמְחָה וּמִשְׁתֶּה וְיוֹם טוֹב וּמִשְׁלֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ... וְהַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה וּמֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב, לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה, וּמִשְׁלֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיֹנִים.

הלכות

משלוחי מנות וואס זענען געלייגט געווארן פארנט פון א פארמאכטע טיר (משלוח מנות דארף געגעבן ווערן דווקא פורים בייטאג).
  • חז"ל האבן ארויסגעלערנט פונעם פסוק: "לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה וּמִשְׁלוֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ", אז מ'דארף שיקן צום ווייניגסטנס צוויי פארציעס פאר איין מענטש[2]. אבער אויב מעגליך איז בעסער צו שיקן מער, ווי דער רמב"ם פסקנ'ט: "כל המרבה לשלוח לרעים הרי זה משובח"[3]. פארט שרייבט ער אז די חשוב'סטע מצוה פון פורים איז מתנות לאביונים: "מוטב לאדם להרבות במתנות לאביונים מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו, שאין שם שמחה גדולה ומפוארה אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים"[4].
  • עס דארף זיין פון צוויי באזונדערע עסנווארג. טראץ דעם וואס עס זענען געווען רבנים וואס האבן געשיקט ספרי חידושי תורה אויף משלוח מנות, איז אבער אין הלכה גע'פסק'נט אז וועש, ספרים און אפילו געלט צו קויפן דערמיט עסנווארג, ווערן נישט גערעכנט פאר "מנות". וועגן שיקן געטראנקען, שרייבן רוב פוסקים אז דאס ווערט פאררעכנט ווי א מאכל[5].
  • אפילו טאמער א מענטש האט נישט גענוג עסנווארג אוועקצוגעבן פאר אן אנדערן, זאל ער אויפטוישן זיין סעודה מיטן חבר'ס, אזוי צו מקיים זיין די מצוה. די מיינונג פון א מערהייט פוסקים איז אז אויך פרויען זענען מחויב מיט דער מצוה. דער רמ"א מערקט אָן אז א מאן זאל נישט שיקן פאר א פרוי, אז ס'זאל נישט צוקומען צו קיין פראגע פון א ספק קידושין ביים שיקן פאר אן אלמנה[6].
  • פארהאן פוסקים וואס שרייבן אז די מצוה דארף אויסגעפירט ווערן דורכ'ן שיקן מיט א "שליח", אזויווי אין פסוק שטייט, "ומשלוח מנות איש לרעהו". לויט דער משנה ברורה איז פּאַסיג דאס צו ערפילן, אבער טייל שרייבן אז מען דארף נישט מחמיר זיין דערויף[7].
  • די מצוה גייט אן אין טאג פון פורים, יעדן לויטן פלאץ וואו ער געפינט זיך: אין מערהייט ערטער איז דאס אין י"ד אדר, און ביי די שטעט וואס זענען מוקפות חומה מימות יהושע בן נון, אינעם טאג פון שושן פורים - ט"ו אדר. די מצוה דארף געטון ווערן דווקא בייטאג[8][6]. טייל זענען מהדר דאס אויסצופירן איידער מען עסט די סעודה[9].

טעמים

אין די אחרונים ווערן פאָרגעשטעלט צוויי הויפּט טעמים פאַר'ן מתקן זיין די מצוה פון משלוח מנות:

  • אין ספר מנות הלוי[10] שרייבט רבי שלמה אלקבץ אז דער טעם איז צו פארמערן פריינדשאפט צווישן אידן אין קעגנזאץ צו המן'ס ווערטער[11]: "ישנו עם אחד מפוזר ומפורד"[12].
  • אין ספר תרומת הדשן שטייט אז דער טעם איז צו פארזיכערן אז יעדער האט עסן פאר די יום-טוב'דיגע סעודה, אויך די ארעמעלייט וואס שעמען זיך צו בעטן צדקה[13].

אין די ספרי אחרונים ווערן געברענגט פארשידענע דינים וואס זענען געוואנדן אין די צוויי טעמים. למשל, די פוסקים שרייבן אז איינער וואס האט געשיקט פאר זיין חבר אנאנים, אז זיין חבר ווייסט נישט פון וועם ער האט באקומען דעם משלוח, לויט די דעות אז דער טעם איז צו פארמערן אהבה ורעות קומט אויס אז ער האט דערמיט נישט מקיים געווען זיין פליכט[14].

אין אנדערע קאנטעקסטן

משלוח מנות ווערט אויך דערמאנט אין אנדערע פעלער. ווען די אידן פון בבל זענען ארויף קיין ארץ ישראל מיט עזרא הסופר, האט ער זיי געזאגט אום ראש השנה צו שיקן "מנות לאין נכון לו", ד.ה. פאר אזעלכע וואס קענען זיך נישט ערלויבן צו צושטעלן די יום טוב סעודה:

ויאמר להם: לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים ושִלחו מנות לאין נכון לו כי קדוש היום לאדונינו... וילכו כל העם לאכול ולשתות ולשלח מנות ולעשות שמחה גדולה כי הבינו בדברים אשר הודיעו להם

יענער משלוח מנות איז טאקע פונדאמענטאל אנדערש, ווייל דאס איז נישט געווען ווי דער פורימ'דיגער משלוח מנות וואס איז "איש לרעהו", נאר ספעציעל געוואנדן "לאין נכון לו", אז די ארעמעלייט זאלן האבן צום עסן. דאך, ווילנדיג ארויסברענגען דעם אויבנדערמאנטן טעם אז דער משלוח מנות פון פורים איז אויך צו פארזיכערן די באדערפענישן פון סעודת פורים פאר די וואס קענען זיך נישט ערלויבן - ברענגען די פוסקים דעם פסוק אלס ראיה[15].

ליינט מער

  • מאיר ראפעלד, "משלוח מנות בפורים: גלגולי נוסח ונוהגים", אין: דניאל שפרבר, מנהגי ישראל: מקורות ותולדות, זעקסטער באנד, ירושלים: מוסד הרב קוק, תשנ"ח, זייטן רכ"ז–רמ"א; איבערגעדרוקט אין: מאיר ראפעלד, נתיבי מאיר: אסופת מאמרים, מרכז שפירא: תשע"ג, זייטן 210–224.
  • הרב ישראל דנדרוביץ, "בשר לא מבושל - האם קרוי מנה (אויף די ווערטערליכע אפטייטש פון מנה בלשון המקרא ובלשון חכמים)", אין: אור ישראל, גיליון עא, תשרי תשע"ו, עמודים: קעח-קפח.

דרויסנדיגע לינקס

די טעמים פאר משלוח מנות:

רעפערענצן

  1. זעט מגילה ב, א
  2. "משלוח מנות" - לשון רבים - כאטש צוויי, "איש לרעהו" - יחיד. רב יוסף אין נאמען פון ברייתא, אין מגילה ז, א
  3. משנה תורה לרמב"ם, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ב', הלכה ט"ו
  4. משנה תורה לרמב"ם, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ב', הלכה י"ז
  5. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרצ"ה, סעיף ד' משנה ברורה כ'
  6. 6.0 6.1 רמ"א, אורח חיים, סימן תרצ"ה, סעיף ד'
  7. חזון עובדיה פורים עמוד קמג
  8. רא"ש על מגילה, א', ז'
  9. לקט יושר, הלכות פורים בסימני הדרשה. זעט אויך אז נדברו, חלק ששי סימן ס"ה אז עס איז אן איסור זיך צו וואשן צו א סעודה איידער מען האט אויסגעפירט די מצוה
  10. רבי שלמה אלקבץ, "ד"ה והנך רואה", מנות הלוי, פירוש אויף מגילת אסתר, ט, יז אין נאמען פון רבי יהודה בן שושן
  11. אסתר ג, ח
  12. זעט אויך מהר"ל, "אור חדש", ט, כב; אויך דער ב"ח, אורח חיים, סימן תרצ"ה, שרייבט: "טעם משלוח מנות הוא כדי שיהא שמח ושש עם אוהביו וריעיו ולהשכין ביניהם אהבה ואחוה וריעות". זעט אויך ריטב"א, מגילה ז, א, וואו עס איז משמע אז עס איז צוליב דין שמחה.
  13. תרומת הדשן, חלק א', סימן קי"א
  14. פאר נאך נפקא מינה'ס זעט אין שו"ת חתם סופר חלק א', סימן קצ"ו; אין שו"ת שרידי אש, ירושלים, תשנ"ט, חלק א', סימן ס"א; און אויך א שמועס אויפ'ן אוצר החכמה פאָרום.
  15. ילקוט יוסף, אורח חיים, סימן תרצ"ה

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער