אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלף בית"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
 
(3 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = alphabet of Hebrew, Yiddish, Judaeo-Spanish, and other languages|העב=שיטת כתב שמית|דייטש=Alphabet der hebräischen Sprache|}}
'''אַלף־בית''' איז דער נאָמען פון די [[לשון קודש|לשון־קודשדיקע]] אותיות באַזירט אויף די ערשטע צוויי אותיות (דהיינו: [[אַלף]] און [[בית]]). מיטן דאָזיקער שריפט שרייבט מען [[לשון קודש|לשון־קודש]], [[יידיש]], [[העברעאיש]], [[לאַדינאָ]] (דזשודעזמאָ), [[אַראַמיש]] (ביי [[איד]]ן) און אַנדערע שפּראַכן וואָס אידן באַניצן אָדער האָבן באַניצט.
'''אַלף־בית''' איז דער נאָמען פון די [[לשון קודש|לשון־קודשדיקע]] אותיות באַזירט אויף די ערשטע צוויי אותיות (דהיינו: [[אַלף]] און [[בית]]). מיטן דאָזיקער שריפט שרייבט מען [[לשון קודש|לשון־קודש]], [[יידיש]], [[העברעאיש]], [[לאַדינאָ]] (דזשודעזמאָ), [[אַראַמיש]] (ביי [[איד]]ן) און אַנדערע שפּראַכן וואָס אידן באַניצן אָדער האָבן באַניצט.


שורה 162: שורה 163:
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:אלפבית עברי]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:15, 26 אקטאבער 2023

אַלף־בית איז דער נאָמען פון די לשון־קודשדיקע אותיות באַזירט אויף די ערשטע צוויי אותיות (דהיינו: אַלף און בית). מיטן דאָזיקער שריפט שרייבט מען לשון־קודש, יידיש, העברעאיש, לאַדינאָ (דזשודעזמאָ), אַראַמיש (ביי אידן) און אַנדערע שפּראַכן וואָס אידן באַניצן אָדער האָבן באַניצט.

העברעאישער אַלף־בית

אין לשון־קודש און מאָדערנעם העברעאיש ניצט מען די פאלגנדע אותיות (סוף־פאָרמען (סופיות) ווערן געשריבן פאַר געהעריקע אותיות):

אלף בית גימל דלת הא וו זין חית טית יוד כף
א ב ג ד ה ו ז ח ט י כ
ך
למד מם נון סמך עין פא צדי קוף ריש שין תיו
ל מ נ ס ע פ צ ק ר ש ת
ם ן ף ץ

מתחילה זענען אלע אותיות געווען אין לשון־קודש קאָנסאָנאַנטן, דאָס הייסט אַז ער האָט אַ קאָנסאָנאַנט שריפט. אין אַ שרייבונג מיט פּינטעלעך באַניצט מען די סיסטעם פון נקודות צו באַצייכענען וואָקאַלן. פונדעסטוועגן, קענען עטליכע אותיות (אמות קריאה) שפּילן אויך די ראָלעס פון וואָקאַלן, דער עיקר, וואָס איז אינעם פולן כוח אַנטוויקלט געוואָרן אין כתיב מלא אויסלייג־סיסטעם פון מאָדערנעם העברעאיש.

ס'איז דאָ אויך פּינטלעך, וואָס צייכענען ענדערונגען אין קלאַנגען פון קאָנסאָנאַנטן: דגש, רפה און דאָס שׂין־פּינטל.

די אותיות אין יידיש

ווייטערע אינפאָרמאַציע: יידישע אויסלייגן

פאַר יידיש ניצט מען בדרך־כלל די גלייכע אותיות. דער הויפּט אונטערשייד איז אָבער אַז טייל אותיות אין יידיש באַצייכענען בלויז וואָקאַלן, אַזוי ווי ביי אַנדערע אייראָפּעאישע שפּראַכן. לויט דער טראַדיציע און דעם רוב פון אָפיציעלע אויסלייג סיסטעמען שרייבט מען די ווערטער פונעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט אַזוי ווי אין לשון־קודש. די כולל'דיקע סיסטעם איז אַזאַ (מיט דער פולער ריי פון דגשים, רפות און אַנדערע פּינטלעך פאַר בולטקייט, וועלכע ווערן אָבער נישט באניצט אין אַלע אויסלייגן):

אות נאָמען ראָמאַניזאַציע
לויט ייוואָ
פאַרשפּרייטע
אַרויסרעדן
א
אַ
אָ
שטומער אַלף
פּתח־אַלף
קמץ־אַלף

a
o

[a]
[ɔ] אָדער [ʊ]
בּ
ב
בּית
בית
b
v
[b]
[v]
ג גימל g געווענליך [g]
ד דלת d [d]
ה הא h [h]
ו
(וּ)
וואָוו
מלופּם־וואָוו[1]
u
[ʊ] אָדער [ɪ]
ז זיין z [z]
ח חית kh [x]
ט טית t [t]
י
(יִ)
יוד
חיריק־יוד
i און y
i
[ɪ] און [j]
[ɪ]
כּ
כ
ך
כּף
כף
לאַנגער כף
k
kh
kh
[k]
[x]
[x]
ל למד l [l]
מ
ם
מם
שלאָס מם
m
[m]
נ
ן
נון
לאַנגער נון
n
[n], צו מאָל [m]
ס סמך s [s]
ע עין e [e] אָדער [eɪ]
פּ
פ
ף
פּא
פא
לאַנגער פא
p
f
f
[p]
[f]
[f]
צ
ץ
צדיק
לאַנגער צדיק
ts
[ʦ]
ק קוף k [k]
ר ריש r [ʁ], [ʀ] אָדער ענליכע
ש
שׂ
שין
שׂין
sh
s
[ʃ]
[s]
תּ
תֿ
תּוו
תֿוו
t
s
[t]
[s]
אות־קאָמבינאַציעס
וו צוויי וואָוון v [v]
וי וואָוו־יוד oy [ɔɪ] אָדער [eɪ], [ɔː]
יי צוויי יודן ey [eɪ] אָדער [aɪ]
יי פּתח צוויי יודן ay [aɪ] אָדער [aː]
דז דלת־זיין dz [dz]
דזש דלת־זיין־שין dzh [dʒ]
זש זיין־שין zh [ʒ]
טש טית־שין tsh [tʃ]

די אותיות בֿ, ח, כּ, שׂ, תּ און תֿ ווערן באַניצט בלויז אין ווערטער פון סעמיטישן אָפּשטאַם. די קאָמבינאַציעס וו, יי, יי און וי שרייבט מען צומאָל אַלץ דיגראַפן (ליגאַטורן): וו, יי, יי און וי.

אידישקייט

לויט דעם יידישן רעליגיעזן בקיאות האָט גאָט באַשאַפן די וועלט מיט די אותיות.

די תורה איז געשריבן מיט א"ב, און אויב פעלט נאָר איין אות, טאָר מען לויט דער הלכה נישט מאַכן קיין ברכה ביים עולה זיין.

רעפערענצן

  1. ביי ייווא: מלופּן־וואָוו

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!