אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער:שווערמער/פראבעס"
ק (הגהה) צייכן: צוריקגעשטעלט |
ק (הגהה) |
||
(4 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{אויסצוג|אגרת השבת|הינטערגרונט|מוסטערן=-ציטוט|רעפערענצן=לא|הוט=כן}} | |||
{{קאפיטלינק|אגרת השבת|הינטערגרונט|דיק=כן}} | |||
{{ | |||
| | |||
| | |||
}} |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 19:28, 25 יאנואר 2023
- אויסצוג פון – אגרת השבת § הינטערגרונט[רעדאַגירט]
דער אבן עזרא איז אריבער א שטורמיש לעבן וואס האט געברענגט דערצו אז ער איז אלץ געווען אונטערוועגנס, גייענדיג פון איין לאנד צום צווייטן. אין יעדן ארט וואו ער איז אנגעקומען האט ער מרביץ תורה געווען פאר תלמידים, און געשריבן חיבורים אויף פארשידענע מקצועות התורה. זיין ערשטע וואנדערונג האט פאסירט אין דער תקופה ווען די מוסולמענער האבן געשטעלט א ווידערשטאנד און איבערגענומען די מאכט אין שפאניע, צווינגנדיג אים צו פארלאזן זיין געבורט-שטאט טאלעדא, פון וואו ער איז אנגעקומען קיין רוים, איטאליע.
א צייט שפעטער איז ער ווייטער געגאנגען צו דער שטאט לוקא, פון דארט האט ער פארגעזעצט קיין מאנטובה, און ווייטער קיין וויראנא, שטעט וועלכע געפינען זיך אין איטאליע. פון דארט האט ער זיך אריבערגעצויגן צו דער שטאט בעדרש (היינט באקאנט אלס בזייא) אין פראנקרייך. שפעטער איז ער ווייטער געגאנגען קיין נארבונא, און קיין רודוס, אין דרום פראנקרייך.
דעם לעצטן דאקומענטירטן ציל זיינע איז געווען אריבערפארנדיג דעם ים פון פראנקרייך קיין ענגלאנד, וואו ער האט זיך פלאצירט אין דער הויפטשטאט לאנדאן. בערך אין ד'תתקי"ח איז דער אבן עזרא אנגעקומען קיין ענגלאנד. אין יענע יארן – איידער די גזירת גירוש אויף די ארטיגע אידן – איז ענגלאנד געווען באוואוינט מיט טויזנטע אידישע פאמיליעס, צווישן זיי אסאך ראשונים און בעלי תוספות. איבערהויפט אין לאנדאן וועלכע מ'האט דאן גערופן לונדרי"ש, וואו דער אבן עזרא איז אנגעקומען.
רבי אברהם זוסמאן, וועלכער איז געווען א שוחט אין לאנדאן מיט איבער הונדערט פופציג יאר צוריק, שרייבט אין זיין ספר 'זכור לאברהם':
ביז'ן היינטיגן טאג געפינט זיך אין לאנדאן א גרויסער הויף מיט אסאך הייזער וואס רופט זיך 'אבן עזרא סקווער', אויפ'ן נאמען פונעם 'אבן עזרא', און עס איז דא א קבלה אז אויף דעם ארט האט געוואוינט דער אבן עזרא זייענדיג אין לאנדאן, און איך האב שוין זייער אסאך מאל באזוכט דאס ארט.
אין לאנדאן האט דער אבן עזרא פארגעזעצט צו מרביץ תורה זיין פאר תלמידים. אויך האט ער דארט געשריבן א ספעציעלן חיבור "יסוד מורא", וואו ער רעכנט אויס די שרשים פון די מצוות און זייער צאל. ביים ענדע שרייבט ער: "אני אברהם הספרדי ב"ר מאיר הספרדי הנקרא אבן עזרא, החילותי לחבר זה הספר ולכותבו בעיר לונדרי"ש באי אינגלטיריא (-ענגלאנד) בירח תמוז, ונשלם בירח אב סוף ד' שבועות, שנת תשע מאות ושמונה עשר שנה (ד'תתקי"ח) לבריאת העולם".
דער אבן עזרא איז מעיד אויף זיך אינעם ספר: "דער אויבערשטער אליין ווייסט אז איך האב נישט פארפאסט דעם ספר כדי צו ווייזן מיין קלוגשאפט, אז עס זענען מיר אנטפלעקט געווארן סודות התורה מיט וועלכע איך קען זיך שטאלצירן, אדער צו אפענטפערן אויף די פריערדיגע, ווייל איך ווייס אז זיי זענען געווען גרעסערע חכמים און גרעסערע יראי ה' ווי מיר, און אויך אין דעם דור זענען דא אסאך וואס זענען גרעסערע חכמים פון מיר. נאר איך האב דאס פארפאסט לכבוד א נדיב וועלכער האט געלערנט ביי מיר אין די ספרים וואס איך האב פארפאסט, און פון גרויס ליבע צו אים האב איך אים געשריבן א ספעציעלן חיבור אויף דעם מנין המצוות, ווייל איך האב געזען אז ער איז א מענטש וואס האט ליב דעם אמת, און ער איז א גרויסער ירא שמים".
אין א געוויסן שיר וואס דער אבן עזרא האט פארפאסט, טרעפן מיר דעם נאמען פונעם נדיב. דאס איז געווען 'רבי יוסף בן רבי יעקב' פונעם שטאט מודוויל.