אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שער מאשין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט שער מאשין צו רוי:שער מאשין אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (הוספת קישור בינוויקי en:Hair clipper)
 
(3 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = machine razor|דייטש=Gerät zum Schneiden von Haaren|}}
א '''שער מאשין''' איז געאייגענט אפצו[[שערן]] האר, אויף א לייכטע און אומווייטאגליכער שטייגער.
א '''שער מאשין''' איז געאייגענט אפצו[[שערן]] האר, אויף א לייכטע און אומווייטאגליכער שטייגער.


שורה 15: שורה 16:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[en:Hair clipper]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:33, 23 מאי 2024

א שער מאשין איז געאייגענט אפצושערן האר, אויף א לייכטע און אומווייטאגליכער שטייגער.

עס ווערט מיינסטענס גענוצט פאר די האר פון קאפ, בארד, וואנצעס. אבער פאר'ן גאנצן קערפער נוצט מען געווענליך א ראזירער, ווייל ס'איז נאך מער לייכטער ווי א שער מאשין.

א שער-מאשין קען נישט שעדיגן אין קיין שום פאל, לויט'ן שטייגער וויאזוי די שנייד מעסערלעך זענען אויסגעשטעלט. און מ'קען אנשטעלן דעם מאשין אז ס'זאל שערן אויף א ספעציפישע מאס ציפער, לויט ווי נאנט צום הויט מ'וויל שערן די האר. אויף א מילימעטער אדער 'דרייפאכיג נול', ביז נאר-וואס גלאט.

א געווענליכע שער מאשין ווערט גענוצט אויך אפצושערן אנדערע בעלי חיים אויף א היימליכער שטייגער. אויך פאר קליידער, נוצן מאנכע א שער-מאשין, אראפצונעמען צעקראכענע פעדימער.

אמאל ווען ס'נאכנישט געווען קיין עלעקטריע און מעכאניק, האט מען אפערירט א שער-געצייג מיט צוויי שערל'ן און א ספרונזשינע. היינט זענען פארהאנען שער מאשינדלעך, מיט א דראט און שטעקער, וואס מ'שטעקט איין אינעם עלעקטריק קעסטל אין וואנט. און ס'דא וואס ארבעטן מיט באטעריעס. אדער א ווייערלאזער מאשין וואס מ'ברויך אויפלאדן מיט ענערגיע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!