אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קאנצענזוס"
ק (החלפת טקסט – "לעכער" ב־"ליכער") |
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט רוי:קאנסענסוס צו רוי:קאנצענזוס) |
||
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 00:04, 18 אפריל 2023
קאנסענסוס האט צוויי הויפט באנוצטע מיינונגען.
איינע איז א כלליתדיגער אפמאך צווישן מיטגלידער פון א געוויסער גרופע וואס קומען צו א געמיינזאמער הסכמה איבער אן ענין, דורך די פראצעס וואס איטליכער טוט אויסאיבן זיין אייגענער אויסשלוסליכער בעלות איבער די אנדערע בנוגע די באשלוסען און אויף איר נאפאלגענדע אקציע.
דאס ווארט קאנסענסוס קומט פונעם לאטייניש ווארט קאם מיינענדיג מיט אדער צוזאמן מיט, און דאס אנדערע האלב ווארט איז פון די שורש סענטייער מיינענדיג צו טראכטן אדער שפירן. קומט אויס אז דאס ווארט קאנסענסוס מיינט אין עטימאלאגיע צו טראכטן און שפירן צוזאמן.
די צווייטע מיינונג איז ווי א טעאריע און פראקטיק פון צאמנעמען און קומען טאקע צו איין ביינאזאמער הסכמה צווישן די גרופע אידיווידיאלן (פאר מער אינפארמאציע וויאזוי עס ארבייט די צווייטער מיינונג דערפון זעט קאנסענוס באשלוס-מאכן).
צו דערגרייכן קאנסענסוס פארלאנגט זיך אן ערענסטער אפהאנדלונג פון יעדן איינציגן מיינונג פון איטליכער מיטגליד פון דער גרופע.
איינמאל א באשלוס איז געמאכט געווארן איז וויכטיג צו זיך פארלאזן אויף ווייטערדיגע באשלוסן בנוגע איר נאכפאלגענדע אקציע.
אין די געאייגנטער פאל זענען די דאזיגע וואס ווילן עפעס טאן א נייער זאך אדער אנדערשט, הערן אויס די דאזיגע וואס זענען אין די אפאזיציע, ווייל זיי רעכענען אויף די פאקט אז די ארויסקומענדער דעבאטע וועט בארייכערן זייערע פארזענישן און אזוי ארום פארבעסערן די קאנסענסוס. אין טעאריע, אקציע אן א רעזעלאציע פון די באטראכטע אפאזיציע מיינונגן וועט זיין זייער זעלטן, און ווערן געטאן מיט די אויפמערקזאמקייט נישט צו באדראען די קשר מיטן די מיעוט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!