אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שטייער, עסטרייך"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "גרענעצ" ב־"גרעניצ")
ק (דעסקריפציע: שטאט אין עסטרייך)
 
(3 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|שטאט אין עסטרייך}}
{{יישוב
{{יישוב
|נאמען = שטייער
|נאמען = שטייער
שורה 26: שורה 27:


==היסטאריע==
==היסטאריע==
[[קעלטן]] האבן באפעלקערט דער געגנט ארום 600 יאר פאר דער קריסטנטוםקריסטלעכער ציילונג. דער נאמען פון דער שטאט און פונעם טייך "שטייער" שטאמט אורשפרינגליך פון די קעלטן. זייער [[קעניגרייך]] פון [[נאריקום]] איז געווארן א טייל פון דער [[רוימישע אימפעריע|רוימישער אימפעריע]] 15 יאר פאר דער קריסטלעכער ציילונג. א יישוב מיטן נאמען "געסאדונום" ([[לאטיין]]: Gesodunum) איז אנטפלעקט געווארן דורך דעם אור-אלטן געאגראפער קלאודיוס פטאלעמי (Claudius Ptolemy), און לויט פארשידענע אפשאצונגען פלעגט זיך געפינען ערגעץ אין דער געגנט פון שטעייר.  דער רוימישער אייזענער וועג, פלעגט פירן פון [[ערצבערג]] אינאיינעם מיטן ענס טייך צום "קאסטרא פון לאוריאקום" (היינט צו טאגס איז דאס ענס אויף דעם דוניי).
[[קעלטן]] האבן באפעלקערט דער געגנט ארום 600 יאר פאר דער קריסטנטוםקריסטליכער ציילונג. דער נאמען פון דער שטאט און פונעם טייך "שטייער" שטאמט אורשפרינגליך פון די קעלטן. זייער [[קעניגרייך]] פון [[נאריקום]] איז געווארן א טייל פון דער [[רוימישע אימפעריע|רוימישער אימפעריע]] 15 יאר פאר דער קריסטליכער ציילונג. א יישוב מיטן נאמען "געסאדונום" ([[לאטיין]]: Gesodunum) איז אנטפלעקט געווארן דורך דעם אור-אלטן געאגראפער קלאודיוס פטאלעמי (Claudius Ptolemy), און לויט פארשידענע אפשאצונגען פלעגט זיך געפינען ערגעץ אין דער געגנט פון שטעייר.  דער רוימישער אייזענער וועג, פלעגט פירן פון [[ערצבערג]] אינאיינעם מיטן ענס טייך צום "קאסטרא פון לאוריאקום" (היינט צו טאגס איז דאס ענס אויף דעם דוניי).


[[טעקע:Schloss Lamberg.jpg|קליין|לינקס|דער לאמבערג שלאס]]
[[טעקע:Schloss Lamberg.jpg|קליין|לינקס|דער לאמבערג שלאס]]
שורה 36: שורה 37:
שטייער, וואס איז שוין אנגערופן געווארן א שטאט דעמאלטס, האט פארלוירן איר הויכן שטאנד אלס א "הערצאגישע הויפטקווארטיר", אבער טראצדעם האט זי זיך פעסט געהאלטן און געהיטן איר סטאטוס פון אן אייזענער שטאט. אונטער דער הערשאפט פון דער באבענבערגער הויז, דער ווירטשאפטליכער צושטאנד פון דער שטאט האט זיך צימליך אנטוויקלט, און הויפטזעכלעך האבן זיי געהייכט די אינדוסטריע פון שמידעריי . נאך דער אויסשטארבונג פון דער באבענבערגער דינאסטיע אין יאר 1246, שטייער צוזאמען מיט דער עסטרייכישער הערצאגשאפט, זענען איינגענומען געווארן דורך אטאקאר דעם צווייטן, וועלכער איז געווען דער קעניג פון [[בעהמען]], און שפעטער האט זיי איבערגענומען דער [[האפסבורגער הויז]] אין הויפט פון רודאלף דעם ערשטן, קעניג פון [[דייטשלאנד]], פאלגנדיג זיין זיג אין דער "מארשפעלד" שלאכט (דייטשיש: Marchfeld schlacht) אין יאר 1278. די פריוויליעגיעס און האנדל רעכטן פון דער שטאט, זענען באשטעטיגט געווארן דורך רודאלף'ס זון, קעניג אלבערט דער ערשטער אין 1287, און די בירגערס האבן שטארק הנאה געהאט פונעם הויכן שטאנד פון שטייער וואס האט זיך ערווארבן א נאמען פון א וויכטיגן און א בארימטן צענטער פון האנדל אין אייזן אומעטום אין דער [[הייליגע רוימישע אימפעריע|הייליגער רוימישער אימפעריע]], און הויפטזעכלעך אין דער רעפובליק פון [[ווענעציע]].
שטייער, וואס איז שוין אנגערופן געווארן א שטאט דעמאלטס, האט פארלוירן איר הויכן שטאנד אלס א "הערצאגישע הויפטקווארטיר", אבער טראצדעם האט זי זיך פעסט געהאלטן און געהיטן איר סטאטוס פון אן אייזענער שטאט. אונטער דער הערשאפט פון דער באבענבערגער הויז, דער ווירטשאפטליכער צושטאנד פון דער שטאט האט זיך צימליך אנטוויקלט, און הויפטזעכלעך האבן זיי געהייכט די אינדוסטריע פון שמידעריי . נאך דער אויסשטארבונג פון דער באבענבערגער דינאסטיע אין יאר 1246, שטייער צוזאמען מיט דער עסטרייכישער הערצאגשאפט, זענען איינגענומען געווארן דורך אטאקאר דעם צווייטן, וועלכער איז געווען דער קעניג פון [[בעהמען]], און שפעטער האט זיי איבערגענומען דער [[האפסבורגער הויז]] אין הויפט פון רודאלף דעם ערשטן, קעניג פון [[דייטשלאנד]], פאלגנדיג זיין זיג אין דער "מארשפעלד" שלאכט (דייטשיש: Marchfeld schlacht) אין יאר 1278. די פריוויליעגיעס און האנדל רעכטן פון דער שטאט, זענען באשטעטיגט געווארן דורך רודאלף'ס זון, קעניג אלבערט דער ערשטער אין 1287, און די בירגערס האבן שטארק הנאה געהאט פונעם הויכן שטאנד פון שטייער וואס האט זיך ערווארבן א נאמען פון א וויכטיגן און א בארימטן צענטער פון האנדל אין אייזן אומעטום אין דער [[הייליגע רוימישע אימפעריע|הייליגער רוימישער אימפעריע]], און הויפטזעכלעך אין דער רעפובליק פון [[ווענעציע]].


אין דער [[13טן י"ה|13טן יארהונדערט]] און אויכעט אין דעם [[14טער י"ה|14טן]], איז שטייער געווען א הויפטקווארטיר פון דער קריסטלעכער וואלדענסערער באוועגונג, און א פלאץ וואו די טרויעריג בארימטע אינקוויזיטארן ימ"ש אין הויפט פונעם קאטוילישען רשע פעטרוס צוויקער, האבן גע'רודפ'ט, געפיינינגט און געמיטשעט מענטשן. דערצו די פראטעסטאנטישע רעפארמאציע האט זיך בליץ שנעל אומגעשפרייט צווישן די בירגער אין יאר 1525, און די הערן פון דעם האפסבורגער הויז האבן זיך אנטקעגנגעשטעלט דורך דער אנטקעגנדיגער רעפארמאציע. דער ווירטשאפטליכער צושטאנד האט זיך שטארק און היפש פארערגערט, ווען דער אייזן האנדל האט זיך צוברעקלט געווארן, ווען די עסטרייכישע עסטרייך איז דערלאנגט געווארן צום הערצאג פון בייערן מאקסימיליאן דער ערשטער. דורך די [[נאפאלעאן באנאפארטע|נאפאלעאנישע]] מלחמות און שלאכטן, איז די שטאט איינגענומען געווארן עטליכע מאל דורך די [[פראנקרייך|פראנצויזישע]] מאכטן.
אין דער [[13טן י"ה|13טן יארהונדערט]] און אויכעט אין דעם [[14טער י"ה|14טן]], איז שטייער געווען א הויפטקווארטיר פון דער קריסטליכער וואלדענסערער באוועגונג, און א פלאץ וואו די טרויעריג בארימטע אינקוויזיטארן ימ"ש אין הויפט פונעם קאטוילישען רשע פעטרוס צוויקער, האבן גע'רודפ'ט, געפיינינגט און געמיטשעט מענטשן. דערצו די פראטעסטאנטישע רעפארמאציע האט זיך בליץ שנעל אומגעשפרייט צווישן די בירגער אין יאר 1525, און די הערן פון דעם האפסבורגער הויז האבן זיך אנטקעגנגעשטעלט דורך דער אנטקעגנדיגער רעפארמאציע. דער ווירטשאפטליכער צושטאנד האט זיך שטארק און היפש פארערגערט, ווען דער אייזן האנדל האט זיך צוברעקלט געווארן, ווען די עסטרייכישע עסטרייך איז דערלאנגט געווארן צום הערצאג פון בייערן מאקסימיליאן דער ערשטער. דורך די [[נאפאלעאן באנאפארטע|נאפאלעאנישע]] מלחמות און שלאכטן, איז די שטאט איינגענומען געווארן עטליכע מאל דורך די [[פראנקרייך|פראנצויזישע]] מאכטן.


אין דער [[צווייטע וועלט קריג|צווייטער וועלט קריג]], איז שטייער, איבערהויפט אלס א וויכטיגער צענטראלער אינדוסטריעלער צענטער אין עסטרייך, האט געליטן פון שווערע שאדנס און פארלוסטן. דער ערשטער אנגריף איז געווען אין [[23סטן פעברואר|23 פעברואר]] [[1944]] דורך דעם אמעריקאנישער לופט מיליטער אלס "דער גרויסער וואך" פלאן ([[ענגליש]]: The big week), דער אמעריקאנישער אנגריף האט זיך געענדיגט מיט 15 טויטע און 55 פארוואונדעטע מענטשן. א טאג נאכדעם אום [[24סטן פעברואר]], זענען געשטארבן 212 מענטשן און 371 זענען פארוואונדעט געווארן. דורך דער גאנצער קריג העכער ווי 1,000 באמבעס זענען אפגעווארפן געווארן אויף דער שטאט. 112 געביידעס זענען צעשמעטערט און פארניכטעט געווארן אינגאנצן און 400 געביידעס זענען שווער באשעדיגט געווארן.
אין דער [[צווייטע וועלט קריג|צווייטער וועלט קריג]], איז שטייער, איבערהויפט אלס א וויכטיגער צענטראלער אינדוסטריעלער צענטער אין עסטרייך, האט געליטן פון שווערע שאדנס און פארלוסטן. דער ערשטער אנגריף איז געווען אין [[23סטן פעברואר|23 פעברואר]] [[1944]] דורך דעם אמעריקאנישער לופט מיליטער אלס "דער גרויסער וואך" פלאן ([[ענגליש]]: The big week), דער אמעריקאנישער אנגריף האט זיך געענדיגט מיט 15 טויטע און 55 פארוואונדעטע מענטשן. א טאג נאכדעם אום [[24סטן פעברואר]], זענען געשטארבן 212 מענטשן און 371 זענען פארוואונדעט געווארן. דורך דער גאנצער קריג העכער ווי 1,000 באמבעס זענען אפגעווארפן געווארן אויף דער שטאט. 112 געביידעס זענען צעשמעטערט און פארניכטעט געווארן אינגאנצן און 400 געביידעס זענען שווער באשעדיגט געווארן.
שורה 43: שורה 44:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:שטייר]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 02:52, 20 אקטאבער 2023

שטייער
Blick ueber die Steyrer Altstadt.jpg
א בליק אויף דער אלטשטאט
מדינה / טעריטאָריע Flag of Austria.svg עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 48°02′N 14°25′E / 48.033°N 14.417°E / 48.033; 14.417 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
בירגערמייסטער געראלד האקער
שטח 26.54 קוואדראט ק"מ
הייך 310 מעטער

 ‑ אין שטאָט

38,324‏  (שטייענדיג 2017)

שטייער (דייטשיש: Steyr), איז א שטאט אינעם פעדעראלן לאנד אויבער עסטרייך אין עסטרייך. זי געפינט זיך אין א פלאץ וואו די טייכן "שטייער" און "ענס" (דייטשיש: Enns) הארמאניזירן זיך צוזאמען. איר באפעלקערונג ציילט אפ מער ווי 38,000 איינוואוינערס און זי ווערט פארעכנט אלס איינע פון די גרעסטע שטעט אין גאנץ עסטרייך. דער הארמאניזירונג ארט פון ביידע אויבנדערמאנטע טייכן איז אן אטראקטיווער פלאץ פאר טוריסטן, און העכער דעם שטייט דער "לאמבערג" שלאס (דייטשיש: Schloß Lamberg) וואס פלעגט געהערן צו דער באבענבערגער פאמיליע, און סאנקט מיקאעל קירכע.

געאגראפיע

די שטאט געפינט זיך אין דעם טראונפירטל באצירק (דייטשיש: Traunviertel), צוזאמען מיט די צוויי טייכן - "שטייער" און "ענס" וואס פליסן דורך אים, און וועלכע טרעפן זיך צולעצט אונטער דעם "לאמבערג" שלאס און סאנקט מיקאעל קירכע. דורך עטליכע יארהונדערטן האט די שטאט געליטן פון שרעקליכע פארפלייצונגען, און איינער פון די ערגסטע פארפלייצונגען האט פאסירט גראדע נישט לאנג צוריק, אין אויגוסט 2002. פון דער דרומ'דיגער זייט פון דער שטאט דערהייבט זיך א פרעכטיגע רייע פון קליינע בערגלעך וועלכע קריכן ארויף צו א גרויסן הייך און ציען זיך ארויס צו דער אויבער-עסטרייכישע אנפאנג פון די אלפן בערג. פון דער צפונ'דיגער זייט די בערגלעך קוילערן זיך אראפ צו דער ריכטונג פונעם שטעטל "ענס" און פונעם דוניי טייך, אין דעם זעלבן פלאץ וואו דער מוניציפאליטעטישער געגנט גרעניצט זיך מיטן פעדעראלן לאנד נידער-עסטרייך. שטייער איז אן אור-אלטער שטאט מיט מאדערנע באקוועמליכקייטן, וואס צייגט פאר אירע פילצאליגע באזוכער און טוריסטן איר רייכע ירושה פון קולטור און ארכיטעקטור אזוי ווי וויען און פילע אנדערע היסטארישע שטעט אין עסטרייך וועלכע האבן זיך אויפגעהיטן אויף אן אויסערגעווענליכן אופן. די שטאט האט געפייערט איר 1,000 געבורטסטאג און גרינדונג אין יאר 1980, נאכדעם וואס זי האט אונטערגעגאנגען א באדייטליכע אויסריכטונג און אויפריכטונג פון אירע היסטארישער ארכיטעקטור, און וואס האבן איר פארוואנדלט אין איינער פון די אויפגעהיטנסטע היסטארישע שטעט אין גאנץ עסטרייך. דער בארימטער שטאט'ס צענטער איז אויפגעבויט געווארן ארום דעם "שטאטפלאץ" סקווער (דייטשיש: Stadtplatz), און איז אויכעט אדורכגעגאנגען א מאסיוון אויסריכטונג נאך דער צווייטער וועלט קריג. איינער פון די מער באקאנטע שטיקלעך פון ארכיטעקטור איז דער "בומערלהויז" (דייטשיש: Bummerlhaus), וועלכער ווערט פארעכנט אלס איינע פון די מער מערקווערדיגע ביישפילן פון גאטישע אריכטעקטור אין טערמינען פון גרייס אין גאנץ צענטראלער אייראפע.

א בליק אויף דער שטאט פונעם ברעג פון דעם טייך

היסטאריע

קעלטן האבן באפעלקערט דער געגנט ארום 600 יאר פאר דער קריסטנטוםקריסטליכער ציילונג. דער נאמען פון דער שטאט און פונעם טייך "שטייער" שטאמט אורשפרינגליך פון די קעלטן. זייער קעניגרייך פון נאריקום איז געווארן א טייל פון דער רוימישער אימפעריע 15 יאר פאר דער קריסטליכער ציילונג. א יישוב מיטן נאמען "געסאדונום" (לאטיין: Gesodunum) איז אנטפלעקט געווארן דורך דעם אור-אלטן געאגראפער קלאודיוס פטאלעמי (Claudius Ptolemy), און לויט פארשידענע אפשאצונגען פלעגט זיך געפינען ערגעץ אין דער געגנט פון שטעייר. דער רוימישער אייזענער וועג, פלעגט פירן פון ערצבערג אינאיינעם מיטן ענס טייך צום "קאסטרא פון לאוריאקום" (היינט צו טאגס איז דאס ענס אויף דעם דוניי).

דער לאמבערג שלאס

אין דעם זעקסטן יארהונדערט האבן בייערישע זידלערס אנגעהויבן זיך אריינצוציען אין דער געגנט, וועלכע דער בייערישער הערצאג טאסילו דער דריטער האט דערלאנגט פארן דערנעבנדיגן "קרעמסמונסטער אבעי קלויסטער אין יאר 777. דורך דער עפאכע פון די אונגארישע אינוואזיעס אין אייראפע, א פעסטונג איז אויפגעשטעלט געווארן העכער דעם שטייער טייך דורך די ארטיגע טראונגאו גראפן (Traungau), און איז דערמאנט צום ערשטן מאל אלס "שטייערבורג" (דייטשיש: Styraburg). פון יאר 1055 איז דער "שטייער שלאס" צוזאמען מיטן "מארש פונעם שטייערמארק" זענען באהערשט געווארן דורך דער אריסטאקראטישער פאמיליע אטאקאר. די אטאקארס האבן קאנטראלירט די אייזן מינעס אין ערצבערג און האבן געמאכט זייער וואוין-ארט שטעייר פאר א צענטער פון מיטל-אלטער קולטור.

אין יאר 1180 האט דער קייזער פרעדריק בארבאראסא דערלאנגט פארן "מארגראווע" (טיטול פאר געוויסע קאמאנדירן אין דעם רוימישן מיליטער) אטאקאר דער פערטער דעם טיטול "הערצאג פון שטיריע", אבער טראצדעם, די אטאקארס דינאסטיע איז פארטיליגט געווארן נאך זיין טויט אין 1192, צוליב דעם אז ער האט נישט איבערגעלאזט נאך זיך אפשטאמלינגען. לויט פארשידענע באווייזן, זענען זיינע לענדער אריבערגעפירט געווארן צו דער באבענבערגער פאמיליע.

שטייער, וואס איז שוין אנגערופן געווארן א שטאט דעמאלטס, האט פארלוירן איר הויכן שטאנד אלס א "הערצאגישע הויפטקווארטיר", אבער טראצדעם האט זי זיך פעסט געהאלטן און געהיטן איר סטאטוס פון אן אייזענער שטאט. אונטער דער הערשאפט פון דער באבענבערגער הויז, דער ווירטשאפטליכער צושטאנד פון דער שטאט האט זיך צימליך אנטוויקלט, און הויפטזעכלעך האבן זיי געהייכט די אינדוסטריע פון שמידעריי . נאך דער אויסשטארבונג פון דער באבענבערגער דינאסטיע אין יאר 1246, שטייער צוזאמען מיט דער עסטרייכישער הערצאגשאפט, זענען איינגענומען געווארן דורך אטאקאר דעם צווייטן, וועלכער איז געווען דער קעניג פון בעהמען, און שפעטער האט זיי איבערגענומען דער האפסבורגער הויז אין הויפט פון רודאלף דעם ערשטן, קעניג פון דייטשלאנד, פאלגנדיג זיין זיג אין דער "מארשפעלד" שלאכט (דייטשיש: Marchfeld schlacht) אין יאר 1278. די פריוויליעגיעס און האנדל רעכטן פון דער שטאט, זענען באשטעטיגט געווארן דורך רודאלף'ס זון, קעניג אלבערט דער ערשטער אין 1287, און די בירגערס האבן שטארק הנאה געהאט פונעם הויכן שטאנד פון שטייער וואס האט זיך ערווארבן א נאמען פון א וויכטיגן און א בארימטן צענטער פון האנדל אין אייזן אומעטום אין דער הייליגער רוימישער אימפעריע, און הויפטזעכלעך אין דער רעפובליק פון ווענעציע.

אין דער 13טן יארהונדערט און אויכעט אין דעם 14טן, איז שטייער געווען א הויפטקווארטיר פון דער קריסטליכער וואלדענסערער באוועגונג, און א פלאץ וואו די טרויעריג בארימטע אינקוויזיטארן ימ"ש אין הויפט פונעם קאטוילישען רשע פעטרוס צוויקער, האבן גע'רודפ'ט, געפיינינגט און געמיטשעט מענטשן. דערצו די פראטעסטאנטישע רעפארמאציע האט זיך בליץ שנעל אומגעשפרייט צווישן די בירגער אין יאר 1525, און די הערן פון דעם האפסבורגער הויז האבן זיך אנטקעגנגעשטעלט דורך דער אנטקעגנדיגער רעפארמאציע. דער ווירטשאפטליכער צושטאנד האט זיך שטארק און היפש פארערגערט, ווען דער אייזן האנדל האט זיך צוברעקלט געווארן, ווען די עסטרייכישע עסטרייך איז דערלאנגט געווארן צום הערצאג פון בייערן מאקסימיליאן דער ערשטער. דורך די נאפאלעאנישע מלחמות און שלאכטן, איז די שטאט איינגענומען געווארן עטליכע מאל דורך די פראנצויזישע מאכטן.

אין דער צווייטער וועלט קריג, איז שטייער, איבערהויפט אלס א וויכטיגער צענטראלער אינדוסטריעלער צענטער אין עסטרייך, האט געליטן פון שווערע שאדנס און פארלוסטן. דער ערשטער אנגריף איז געווען אין 23 פעברואר 1944 דורך דעם אמעריקאנישער לופט מיליטער אלס "דער גרויסער וואך" פלאן (ענגליש: The big week), דער אמעריקאנישער אנגריף האט זיך געענדיגט מיט 15 טויטע און 55 פארוואונדעטע מענטשן. א טאג נאכדעם אום 24סטן פעברואר, זענען געשטארבן 212 מענטשן און 371 זענען פארוואונדעט געווארן. דורך דער גאנצער קריג העכער ווי 1,000 באמבעס זענען אפגעווארפן געווארן אויף דער שטאט. 112 געביידעס זענען צעשמעטערט און פארניכטעט געווארן אינגאנצן און 400 געביידעס זענען שווער באשעדיגט געווארן.

פאנאראמיש בילד פון דער אלטשטאט מיט דעם לעמבערג שלאס אין דעם ווינטער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!