אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:היסטאריע פון אינדיע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "פאראייניק" ב־"פאראייניג")
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
 
(8 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = pre-1947 history of the Indian subcontinent|דייטש=Wikimedia-Geschichts-Artikel|}}
'''אינדיע'ס היסטאריע''' גייט צוריק יארן לאנג. די אינדיאנע פירערשאפט האט כסדר געטוישט הענט ביי לאקאלע מאנארכיעס און הערשער, אינדיע האט א רייכע און קאלירפולע היסטאריע. צוויי אוראלטע שפראכן, [[סאנסקריט]] און [[טאמיל]], שטאמען פון אינדיע.
'''אינדיע'ס היסטאריע''' גייט צוריק יארן לאנג. די אינדיאנע פירערשאפט האט כסדר געטוישט הענט ביי לאקאלע מאנארכיעס און הערשער, אינדיע האט א רייכע און קאלירפולע היסטאריע. צוויי אוראלטע שפראכן, [[סאנסקריט]] און [[טאמיל]], שטאמען פון אינדיע.


שורה 8: שורה 9:
אין 300 פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער מאורישער קייסער [[אשאקא]] אויפגעשטעלט אן אימפעריע וואס האט געהערשט איבער כמעט דעם גאנצן שטח פון היינטיגער אינדיע, און האט פארשפרייט בודהיזם איבער דער אימפעריע.
אין 300 פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער מאורישער קייסער [[אשאקא]] אויפגעשטעלט אן אימפעריע וואס האט געהערשט איבער כמעט דעם גאנצן שטח פון היינטיגער אינדיע, און האט פארשפרייט בודהיזם איבער דער אימפעריע.


פון 1526 האט די [[מאגול אימפעריע|מוגהאל אימפעריע]] געהערשט איבער אינדיע. אין די 1600ער יארן האבן אייראפעישע לענדער אנגעהויבן אינוואדירן אינדיע. אין 1856 האט די [[בריטישע אימפעריע]] געהערשט איבער דעם גרעסטן טייל פון אינדיע.
פון 1526 האט די [[מאגול אימפעריע|מוגהאל אימפעריע]] געהערשט איבער אינדיע. אין די 1600ער יארן האבן אייראפעאישע לענדער אנגעהויבן אינוואדירן אינדיע. אין 1856 האט די [[בריטישע אימפעריע]] געהערשט איבער דעם גרעסטן טייל פון אינדיע.


די [[אייראפע]]ישע אנטדעקונג פון די נייע מאַרשרוט צו אינדיע דורך [[וואשקו דא גאמא]] אין 1498 האט געפירט צו די אָנהייב פון אייראפעישער [[קאלאניאליזם|קאלאניאליזאציע]] פון אינדיע.
די [[אייראפע]]ישע אנטדעקונג פון די נייע מאַרשרוט צו אינדיע דורך [[וואשקו דא גאמא]] אין 1498 האט געפירט צו די אָנהייב פון אייראפעאישער [[קאלאניאליזם|קאלאניאליזאציע]] פון אינדיע.


=== דער פונדזשאב ===
=== דער פונדזשאב ===
[[גורו נאנאק]] איז געווען דער גרינדער פון סיקיזם; זיינע נאכפאלגער ווערן גערופן סיקן. דער קראפט פון די סיקן איז געוואקסן אין צפון־מערב אינדיע, און די סיקן האבן געהערשט דארטן איבער א גרויסן טייל פונעם לאנד. דאס איז געווען די סיק אימפעריע.
[[גורו נאנאק]] איז געווען דער גרינדער פון סיקיזם; זיינע נאכפאלגער ווערן גערופן סיקן. דער קראפט פון די סיקן איז געוואקסן אין צפון־מערב אינדיע, און די סיקן האבן געהערשט דארטן איבער א גרויסן טייל פונעם לאנד. דאס איז געווען די סיק אימפעריע.


ראנדזשיט סינג איז געווען דער מערסט באקאנטער הערשער איבער דער סיק אימפעריע. ער האט פארברייטערט די גרענעצן ביז זי האט באדעקט שטחים פון פונדזשאב, היינטיגער קאשמיר און טיילן פון [[פאקיסטאן]].
ראנדזשיט סינג איז געווען דער מערסט באקאנטער הערשער איבער דער סיק אימפעריע. ער האט פארברייטערט די גרעניצן ביז זי האט באדעקט שטחים פון פונדזשאב, היינטיגער קאשמיר און טיילן פון [[פאקיסטאן]].


די סיקן האבן געקעמפט עטלעכע מאל קעגן דעם בריטישן ראַזש. ביים לעבן פון מאהאראדזשא ראנדזשיט סינג האבן די בריטישע נישט געקענט אריבערגיין דעם טייך סוטלעזש. אבער נאך זיין טויט זענען די סיקן געווארן צעטיילט און די בריטישע האבן ענדלעך איבערגענומען דעם גאנצן פונדזשאב.
די סיקן האבן געקעמפט עטליכע מאל קעגן דעם בריטישן ראַזש. ביים לעבן פון מאהאראדזשא ראנדזשיט סינג האבן די בריטישע נישט געקענט אריבערגיין דעם טייך סוטלעזש. אבער נאך זיין טויט זענען די סיקן געווארן צעטיילט און די בריטישע האבן ענדלעך איבערגענומען דעם גאנצן פונדזשאב.


== בריטישע הערשאפט אין אינדיע ==
== בריטישע הערשאפט אין אינדיע ==
שורה 61: שורה 62:
[[קאַטעגאָריע:אינדיע]]
[[קאַטעגאָריע:אינדיע]]
[[קאַטעגאָריע:היסטאריע|אינדיע]]
[[קאַטעגאָריע:היסטאריע|אינדיע]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:היסטוריה של תת-היבשת ההודית]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 15:34, 26 אקטאבער 2023

אינדיע'ס היסטאריע גייט צוריק יארן לאנג. די אינדיאנע פירערשאפט האט כסדר געטוישט הענט ביי לאקאלע מאנארכיעס און הערשער, אינדיע האט א רייכע און קאלירפולע היסטאריע. צוויי אוראלטע שפראכן, סאנסקריט און טאמיל, שטאמען פון אינדיע.

שטח פון דער מאוריער אימפעריע. אין העל בלוי ווערט געוויזן די אימפעריע, אין טונקל בלוי די געגנטן וואס האבן געשאפן מיט איר א בונד

אין יאר 321 פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער ערשטער מאוריער קייסער, טשאנדראגופטא געגרינדעט די מאוריער דינאסטיע מיטן הילף פון טשאנאקיע. דער מערסטער טייל פונעם אונטער־קאנטינענט איז געווארן פאראייניגט צום ערשטן מאל אונטער איין הערשאפט. די אימפעריע האט זיך פארברייטערט נאך ווען די גריכן און פערסן האבן צוריקגעצויגן פונעם ראיאן.

טשאנדראגופטאס זון, בינדוסארא, האט ווייטער פארברייטערט די אימפעריע כמעט צו גאנץ היינטיגער אינדיע.

אין 300 פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער מאורישער קייסער אשאקא אויפגעשטעלט אן אימפעריע וואס האט געהערשט איבער כמעט דעם גאנצן שטח פון היינטיגער אינדיע, און האט פארשפרייט בודהיזם איבער דער אימפעריע.

פון 1526 האט די מוגהאל אימפעריע געהערשט איבער אינדיע. אין די 1600ער יארן האבן אייראפעאישע לענדער אנגעהויבן אינוואדירן אינדיע. אין 1856 האט די בריטישע אימפעריע געהערשט איבער דעם גרעסטן טייל פון אינדיע.

די אייראפעישע אנטדעקונג פון די נייע מאַרשרוט צו אינדיע דורך וואשקו דא גאמא אין 1498 האט געפירט צו די אָנהייב פון אייראפעאישער קאלאניאליזאציע פון אינדיע.

דער פונדזשאב

גורו נאנאק איז געווען דער גרינדער פון סיקיזם; זיינע נאכפאלגער ווערן גערופן סיקן. דער קראפט פון די סיקן איז געוואקסן אין צפון־מערב אינדיע, און די סיקן האבן געהערשט דארטן איבער א גרויסן טייל פונעם לאנד. דאס איז געווען די סיק אימפעריע.

ראנדזשיט סינג איז געווען דער מערסט באקאנטער הערשער איבער דער סיק אימפעריע. ער האט פארברייטערט די גרעניצן ביז זי האט באדעקט שטחים פון פונדזשאב, היינטיגער קאשמיר און טיילן פון פאקיסטאן.

די סיקן האבן געקעמפט עטליכע מאל קעגן דעם בריטישן ראַזש. ביים לעבן פון מאהאראדזשא ראנדזשיט סינג האבן די בריטישע נישט געקענט אריבערגיין דעם טייך סוטלעזש. אבער נאך זיין טויט זענען די סיקן געווארן צעטיילט און די בריטישע האבן ענדלעך איבערגענומען דעם גאנצן פונדזשאב.

בריטישע הערשאפט אין אינדיע

אין 1858 למספרם האט די בריטישע אימפעריע איבערגענומען די פירערשאפט אין אינדיע מיט געוואלד אלץ נאך א רינגל אין די מאדערענע פיודעליזם באקאנט אלץ קאלאניאליזם, ענגלאנד האט זיך אריינגעריקט אין שוואכע לענדער און זיי באראבעוועט די נאטורליכע אוצרות און פארשקלאפט די לאקאלע באפעלקערונג און געלייגט אויף זיי ביטערע שטייערן, אפגערעדט פון דעם אז די לאקאלס האבן נישט געהאט דאס מינדעסטע רעכט זיך אליינס צו גאווערנערן.

די ענגלישע אקופאציעס איז נישט געווען בלויז ווייסע קאלער גניבה'ס, די ענגלענדער האבן געמארדעוועט און מיט געוואלד אינטערדריקט יעדע מינדעסטע קעגנערשאפט, היסטאריקער האבן א חשבון פון 35 מיליאן מענטשן וועמען די ענגלענדער האבן געהארגעט במשך די עפאכע ווען זיי האבן מיט געוואלד רעגירט איבער אינדיע, עקסטער איז דא א חשבון פון 45 טריליאן דאללער וואס ענגלאנד האט בא'גזל'ט פון אינדיע במשך די יארן וואס זי האט איר אקופירט. אין די פריע 1600 יארן האט זיך פארמירט די ענגלישע איסט אינדיע קאמפאני וועלכע איז די מאכטפולסטע קאמפעני וואס איז נאר געווען אין היסטאריע, זי האט ציביסלעך אויסגעקויפט שטחים אויף שטחים פון אינדיע ביז אין יאר 1858 ווען ענגלאנד האט מיט געוואלד אפיציעל איבערגענומען אינדיע פאר א צירקע פון כמעט 100 יאר ביז 1947 ווען ענגלאנד האט "געגעבן" זעלבסטשטענדיגקייט פאר אינדיע.

אין 1869 למספרם איז געבוירן דער אינדיאנער העלד מאהאטמא גאנדהי, ער האט שטודירט געזעצן אין לאנדאן, ענגלאנד און איז שפעטער געווארן דער פרייהייטס אקטיוויסט וועלכע האט געפירט צו די זעלבסטשטענדיגקייט פון אינדיע.

די ארגינעלע גרעניץ צווישן כינע און אינדיע איז געשריבן געווארן אין די פריע 1900 יארן דורך ענגלאנד און אן עגרימענט צווישן טיבעט וועלכע איז בעצם געווען דאן א טשייניזע פאפעט סטעיט און טשיינע, די טשייניזע האבן עס אבער קיינמאל נישט אקצעפטירט, פשוט זיי זענען ניטאמאל גערופן געווארן צום קאנפערענץ ווען די גרעניצן זענען "באשלאסן" געווארן, די אגרימענט איז געווען פשוט און פראסט דיקטירט ביי ענגלאנד און אין די אויגן פון אונזער אלעמען באקאנטן סעלפיש ענגלאנד איז עס געווען א דאן-דיעל.

טיבעט געפאלט אויף די מאפע דרום פון טשיינע ביים גרעניץ פון אינדיע. ווי געשריבן אינדיע האט באקומען איר זעלבסטשטענדיגקייט פון ענגלאנד אין 1947 למספרם, צוזאמען מיט איר זעלבסטשטענדיגקייט האט אינדיע געירשנט די טערעטאריע געפעכט מיט טשיינע, די אנגעצויגנקייט איז פילפאכיג פארערגערט געווארן ווען טשיינע האט אפיציעל אנעקסירט טיבעט אין 1951 למספרם און דערמיט זיך געטראפן גרעניצן מיט אינדיע און גאווערנערן ממש די גאנצע טערעטאריעס וועלכע זענען שוין געווען שנוי במחלוקת דורך טשיינע פון פריערט.

אין 1954 למספרם האבן אינדיע און טשיינע געסיינט אויף אן אגרימענט צו רעספעקטירן איינער דעם צווייטנס טערעטאריעס און פארמערן האנדל צווישן די צוויי לענדער. דאס האט אנגעהאלטן ביז 1960 למספרם וואס דאן האט אויסגעבראכן אן אויפשטאנד אין טיבעט אין וועלכע די אויפשטענדלער האבן פארלאנגט זעלבסטשטענדיגקייט פון טשיינע, די אינדיאנער פרעימיער מיניסטער דזשאוואהארלאל נעהרו וועלכע איז אגב געווען דער ערשטער אינדיאנער פריים מיניסטער נאך פון 47' האט פאליטיש געשטיצט די אויפשטענדלער דורכן זיי ארייננעמען אין לאנד.

דער דאלאי לאמא דער פערצנטע איז געווען דער טיבעטער גייסטליכע פירער, טיבעט פראקטיצירט די טיבעט-בודהיזם רעליגיע וועלכע איז אפיציעל אן אפצווייג פון די הינדו רעליגיע, די טיבעטער זייענדיג רעליגיעז האבן אים פארשמייליגט, די 1960'ער אויפשטאנד אין טיבעט איז געקומען נאך יארן אינטערדריקונג פון טשיינע קעגן די בודהיסטן, טשיינע האט דאן אפיציעל אינוואדירט טיבעט און מיט געוואלד אינטערדריקט די אויפשטאנד. סווערט געגלויבט אז טשיינע האט שוין זינט דאן אויסגעהארגעט אין טיבעט 1.2 מיליאן איינוואוינער וועלכע איז כמעט א פיפטל פון דאס לאנדס באפעלקערונג און אזוי אויכעט האבן די טשייניזער חרוב געמאכט איבער 6 טויזנט בודהיסטישע טעמפלס אין א ציל אויסציראטן דער טיבעטער אימאפהענגיקע קולטור און רעליגיע.

דער דאלעי לאמא איז דאן געווען געצווינגען צו אנטלויפן קיין אינדיע צוזאמען מיט נאך 150 טויזנט טיבעטער וועלכע האבן זיך באזעצט אין אינדיע און ביזן היינטיגן טאג האלט זיך אויף א גלות רעגירונג אין אינדיע אין א געגנט הימאקאל פארדעש מיט א ריזן פאפולאציע פון טיבעטער פליטים. די אינדיאנער גאווערנמענט האלט אויכעט אויף ריזן סקולס און פרייע עדזשוקעישאן צענטערן פאר די טיבעטער פליטים וואס דאס אלעס רעגט געפערליך אויף טשיינע און ווערט מצד שני אויסגעלויבט דורך די וועלט. די סיבה דערצו איז דוכט זיך מיר ווארשיינליך א רעליגיעזע, בודהיזם קומט פון הינדואיזם און זיי זעהען זיך אויג צו אויג, הגם די טיבעטער זענען ענדערש טשייניזע ווי אינדיאנער. נאך א סיבה וואס מקען אנגעבן פאר אינדיעס שטיצע צו טיבעט איז פון איר אייגענע עקספיריענס וואס זי האט מיט קאלאניאליזם, אינדיע האלט אז סאיז פאנדעמענטאל Wראנג צו דיקטירן א פרעמדע לאנד און קולטור מיט געצוואנג און הגם אינדיע האט בעצם געוואלט אנהאלטן פריינטליכע באציאונגען מיט טשיינע איז דאס אבער געווען א עפעס וואס זי האט נישט געקענט אזוי אדורכלאזן, די אקופאציע פון טיבעט איז נאך איין זאך אבער די רציחה'דיגע אינטערדריקונגען איז שוין געווען צופיל.

דער אינדיאנער פרעימיער מיניסטער פערזענליך איז געווען היסטאריש אויסגעשפראכן קעגן די מערב וועלט נאכדעם וואס אינדיע פערזענליך האט געליטן יארן לאנג פון ענגלאנדס פיודעליזם אמביציעס איבער די וועלט און האט זיך אין אלגעמיין געזעהן היבש אויג צו אויג מיט די קאמוניסטישע וועלט אפילו מיט טשיינע, מער איבער די "אנטי מערב-וועלט" חלק זעענדיג די מערב וועלט ווי אומ'יושר'דיגע סעלפיש אקופאנטן, יעצט אבער מיט די טיבעטער אנגעצויגנקייט צוזאמען מיט די גרעניץ אנגעצויגנקייט מיט טשיינע האבן די שוין אלטע געפעכטן ביים טשיינע-אינדיאנער גרעניץ אנגעהויבן זיך דערקייקלען און אינדיע האט אנגעהויבן איינזאמלען וואפן, אינדיע האט פרובירט צו פארהאנדלען מיט די מערב וועלט איבער אפקויפן וואפן אבער די מערב וועלט האט איר צוריקגעוויזן אירע פארלאנגען באטראכטנדיג אינדיע ווי א קאמוניסט אליאירטע לאנד, דאן האט זיך אינדיע געוואנדן צו די סאוויעטישע יוניאן וועלכע האט זיך געפרייט צו אנקניפן באציאונגען מיט אינדיע און חרוב מאכן א פאטענציאלע מערב וועלט אליאנץ און אינדיע האט דאן געשלאסן אן אגרימענט מיט די סאוויעט יוניאן איבער איינקויפן וואפנס, אבער די דאזיגע פריינטשאפט איז געגאנגען אסאך ווייטער ווי דעם. סטאלין ימ"ש האט בעצם געקוקט אויף אינדיע מיט א קרום אויג אין איר חושד געווען אין זיין צו קאפיטאליסטיש, למעשה נאך סטאלינס טויט אין די 50'ער יארן האבן די באציאונגען צווישן רוסלאנד און אינדיע געווארן וואס אמאל מער אנגעווארימט און ביי די יעצטיגע פוינט איז רוסלאנד געווען דער וואס האט אויסגעשטאטעט אינדיע מיט איר קריטיש וויכטיגע געברויך פאר דעפענס וואפנס.

טשיינע האט באשלאסן צו אדורכפירן א פלוצלינגדיגע סורפרייז אינוואזיע אויף די דיספיוטעט טערעטאריעס ביי די טשייניזע אינדיאנע גרעניץ. מיט אן ארמיי ארום 40 טויזנט סאלדאטן האט טשיינע פלוצלינג אינוואדירט די דאזיגע טערעטאריעס און איבערגענומען א שיינע חלק דערפון כאפנדיג אינדיע אין טאטאלע סורפרייז, אינדיע האט האט נישט געהאט דארטן ביים גרעניץ מער ווי אפאר טויזנט טרופן גרייט. טשיינע ווידעראום איז נישט געווען זיכער אין אינדיעס קעיפעבילטיס און האט נישט געוואלט ווערן פארכאפט אין א לאנג טערמיניגע מלחמה זייענדיג אומזיכער אויב זיי קענען ארויסקומען א זיגער, טשיינע האט גאנץ שנעל געסיינט מיט אינדיע א וואפן שטילשטאנד נישט וועלנדיג ציען איר מזל עד הסוף. די דאזיגע מלחמה האט געדויערט א קארגע צוויי חדשים און האט זיך געענדיגט מיט א וואפן שטילשטאנד וואו טשיינע האט פארכאפט א שיינע פראצענט פון די דיספיוטעט טערעטאריעס ביי די טשייניזע אינדיאנער גרעניץ.

די דאזיגע מלחמה האט געדינט פאר אינדיע אלץ א וועיק-אפ קאלל אז סאיז צייט זי זאל זיך איינהאנדלען דעם אטאם, פארשטייט זיך אז אמעריקע און אייראפע האבן פרובירט וואס אימער זיי קענען אוועקציהאלטן פון אינדיע די מעגליכקייט פון פארשאפן דעם אטאם, ווייל נאר איך מעג, און יא, יעצט איז רוסלאנד ווידעראמאל געווען דער וואס האט געהאלפן אינדיע טעכנעלאגיש און מאטריאליסטיש פארשאפן דעם אטאם. אין 1967 למספרם האט אינדיע אנגעהויבן איר אטאם פראיעקט און אין 74' האט אינדיע סוקסעספול געטעסט און אריינגעלייגט אין באניץ איר ערשטע נוקלעארע באמבע.


אינדיע אונטער די ענגלישע איז באשטאנען פון די היינטיגע בענגלאדעש אינדיע און פאקיסטאן, פאקיסטאן איז אויבן צו די לינקס/מערב פון אינדיע און בענגלאדעש איז אויבן צו די רעכטס/מזרח פון אינדיע.

די אינדיאנער פאלק באשטייט אין אלגעמיין פון די הינדו עטניסיטעט וועלכע פראקטיצירן די הינדו רעליגיע און אזוי אויכעט די בודהיסט רעליגיע, ווי געשריבן פריער בודהיזם איז אן אפצווייג פון הינדואיזם. למעשה דורכאויס די יארן האט די איסלאמישע רעליגיע שטארק געשלאגן ווארצלען אין אינדיע און דורכאויס א לאנגע תקופה איז אינדיע געווארן רעגירט דורך אן איסלאמישע מאנארכיע וואס דאס האט איבערגעלאזט די אינדיאנער באפעלקערונג רעליגיעז ציטיילט, א ריזן גרויסע באפעלקערונג הינדו אפשטאמיגע האבן געטוישט רעליגיע צו איסלאם וואס דאס באדייט טעכניש אז די אינדיאנער פאלק איז אין פראקטיק געווארן ציטיילט. עקסטער וואס די מזרח/צפון פון אינדיע איז באשטאנען פון בענגלאדאשי רעדנדע וועלכע זענען מיט די צייט געווארן חוץ זייער עטנישע פארשידנארטיגקייט אויכעט געווארן ע"פ רוב מוסלאמענער.

ווען דער אינדיאנער פרייהייטס קעמפער מאהאטמא גאנדהי, א הינדו, האט אנגעדרייט מארטשן און קאמפיינט פאר א פרייע אינדיע האט דאס אויפגעברענגט די גרויסע אינערליכע ציטיילונג פון אינדיע גופא, די מוסלאמענער האבן געשפירט באדרויעט און אז מוועט זיך נישט רעכנען מיט זיי אדער זיי גאר אינטערדריקן, דאס האט געפירט ענגלאנד צו די באשלוס צו ציטיילן אינדיע אין צווייען, א הינדו'ער אינדיע און א מוסלאמענער אינדיע, איינס וועט הייסן אינדיע און דאס צווייטע וועט הייסן פאקיסטאן.

אינדיע איז דאן געווען ציטיילט אין 565 פראווינצן מיט קעניגליכע פירער אויף יעדן פראווינץ און מהאט זיי כאילו געגעבן די מעגליכקייט צו אויסקלייבן וואו אהין זיי ווילן אנגעהערן. למעשה גערעדט איז נישט שייך צו מאכן איין שטאט פאקיסטאן און איין שטאט אינדיע.. מקען נישט צישפליטערן איין לאנד אריין אינעם צווייטן, געבליבן איז אז די שטחים פון היינטיגע בענגלאדעש וועלכע געפאלט גאנץ אויבן צו מזרח אינדיע און פאקיסטאן וועלכע געפאלט גאנץ אויבן צו מערב אינדיע וועלן גרינדן א פאראייניגטע לאנד גערופן פאקיסטאן, וכך הוה, אינדיע איז געשרימפן אין שטח.

מאהאמאטא גאנדהי האט כנראה נישט צופיל פארשטאנען צו פאליטיק, ער האט זיך אויפגעפירט קאפיטאליסטיש און קאמפיינט פאר קאפיטאליזם און זיך פאררופן אלץ א סאושעליסט. דער ערשטער פרעימיער מיניסטער דזשאוואהארלאל נעהרו איז געווען א פארברענטער סאושעליסט און היבש אנטי רעליגיע און זיין טאכטער אינדירא גאנדהי (גארנישט מיט מאהאמאטא) וועלכע האט איבערגענומען די פרעימיער מיניסטארשאפט אין אינדיע האט טאקע אין 1976 אפיציעל אלץ טייל פון גרעסערע קאנסטיטוציענאלע טויש געביטן די אפיציעל נאמען פון די אינדיאנער גאווערנמענט צו "אימאפהענגיקע סאציאליסט סעקולער דעמאקראטיק רעפאבליק",

ווען א לאנד איז אקופירט און באאיינפלוסט פון דערויסנדיגע פירט דאס צו עקסטרעמע נאציאנאליזם, מזוכט כאילו אויף די אייגענע אידענטיטעט, גאנדהי איז לויט אלע ווארשיינליכקייטן געווען א ראסיסט, ער האט געהאלטן די אינדיאנער אלץ א סופעריער ראסע און האט זייער אראפגעקוקט די אפריקאנער הגם ער איז געווען זייער פרידליך און פרידן איז געווען זיין מאטא אבער ער האט בעצם נישט מסכים געווען צו א ציטיילטע אינדיע, נוסח פאטריאט, די ראציאנאל דערינטער איז געווען אז פאקיסטאן און אינדיע זענען איינס און די זעלבע עטניסיטעט. ער האט אנגעוויזן אז אינטער די בריטישע קאנטראל האט מען זיך זייער שיין צאמגעלעבט אין גוטן מיט די מוסלאמענער הינדו'ס און ספעלט נישט אויס צו צישפלעטערן דאס לאנד, הגם די דאזיגע לאגיק איז סאם האו נישט חל ביי די טשייניזע-אינדיאנער גרעניץ וואו זאכן זענען פונקט פארקערט, דארטן וואוינען עטנישע טשייניזער און פראקטיצירן בודהיזם.. א קשיא אויף א מעשה.

אלענפאלס, אינדיע איז ציטיילט געווארן אין צוויי, פון ביידע זייטן האט מען אראפגעשניטן שטחים וועלכע האט צוזאמען פארקערפערט פאקיסטאן, אויף ביידע זייטן פון אינדיע האבן געוואוינט א ריזן מוסלאמענער באפעלקערונג, די מזרח חלק פון פאקיסטאן האט אין 1971 רעוואלטירט קעגן פאקיסטאן און געגרינדעט זייער איינגענע לאנד בענגלאדעש. בשעת די גרינדונג פון די צוויי לענדער אינדיע און פאקיסטאן איז פארגעקומען די גרעסטע מאסן ארויסוואנדערונג פונעם יאר הונדערט, ארום 15 מיליאן מענטשן זענען געווארן דיספלעיסט, ארום 7 און אהאלב מיליאן מוסלאמענער האבן גענומען דעם וואנדער שטעקן אוועק פון אינדיע און נאך ארום אזויפיל הינדוס האבן פארלאזט די פאקיסטאנער טערעטאריע.

בעצם איז אינטערעסאנט צו וויסן איז אין אינדיע רעדט מען די הינדי שפראך און אין פאקיסטאן רעדט מען אורדו, אינ'אמת'ן אריין זענען די צוויי בעצם כמעט די זעלבע שפראך מיט ממש קליינליכע שנויים אזש סאיז כמעט נישט דא נאך צוויי שפראכן, אזוי צו זאגן, אויף דער וועלט וועלכע ענדלען אזוי שטארק. אינדיע וועלכע פראקטיצירט די הינדו רעליגיע באניצט זיך מיט די אלטמאדישע מאמע שפראך פון הינדו גערופן סאנסקריט און זיי ניצן יענע שריפט אלץ די אפיציעל שריפט פאר הינדי ווידעראום פאקיסטאן וועלכע איז באאיינפלוסט געווארן דורך די איסלאמישע וועלט שרייבט זייער שפראך אורדו אין פערסישע אראבישע אותיות. בקיצור, סאיז אלעס איין שפראך נאר מיט אנדערע אותיות געוואנדן אין די רעליגיעזע בוכער מיט וואס זיי באניצן זיך. אגב, הינדי ווערט געשריבן פון לינקס אויף רעכטס און אורדו ווערט געשריבן פון רעכטס אויף לינקס נוסח מיטל מזרח.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!