אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אויפן פריפעטשיק"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(7 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = Yiddish song|העב=שיר עממי ביידיש|}} | |||
'''אויפן פריפעטשיק''' איז א ליד וואס דער דיכטער [[מארק ווארשאווסקי]] האט קאמפאזירט און געשריבן אין סוף פונעם [[19טער י"ה|19טן יארהונדערט]]. דאס ליד דערציילט וועגן א ווארעמען [[חדר]], וואו א פייער ברענט אינעם פריפעטשיק און דער [[מלמד]] לערנט די קינדער דעם [[אלף בית]]. | '''אויפן פריפעטשיק''' איז א ליד וואס דער דיכטער [[מארק ווארשאווסקי]] האט קאמפאזירט און געשריבן אין סוף פונעם [[19טער י"ה|19טן יארהונדערט]]. דאס ליד דערציילט וועגן א ווארעמען [[חדר]], וואו א פייער ברענט אינעם פריפעטשיק און דער [[מלמד]] לערנט די קינדער דעם [[אלף בית]]. | ||
שורה 30: | שורה 31: | ||
ווען איר וועט, קינדער, עלטער ווערן, | ווען איר וועט, קינדער, עלטער ווערן, | ||
וועט איר אליין פארשטיין, | וועט איר אליין פארשטיין, | ||
וויפיל אין די אותיות ליגן טרערן | |||
און | און וויפיל געוויין... | ||
אז איר וועט, קינדער, דעם גלות שלעפן, | אז איר וועט, קינדער, דעם גלות שלעפן, | ||
שורה 38: | שורה 39: | ||
קוקט אין זיי אריין.}} | קוקט אין זיי אריין.}} | ||
== | == דרויסנדיגע לינקס == | ||
* פון די ערשטע רעקארדירונגען פונעם ליד, אין 1918, געזונגען דורך נחום קוסטער [http://faujsa.fau.edu/jsa/playone.php?id=503627-A יידישע מוזיק ארכיוו] [[טעקע:Crystal Clear app knotify.png|16x16px|קלאנג טעקע]] | * פון די ערשטע רעקארדירונגען פונעם ליד, אין 1918, געזונגען דורך נחום קוסטער [http://faujsa.fau.edu/jsa/playone.php?id=503627-A יידישע מוזיק ארכיוו] [[טעקע:Crystal Clear app knotify.png|16x16px|קלאנג טעקע]] | ||
*[http://www.chasidisk.com/songdetail.asp?song_id=949&search=no דאס ליד ביי "חסידיסק"] | *[http://www.chasidisk.com/songdetail.asp?song_id=949&search=no דאס ליד ביי "חסידיסק"] | ||
שורה 47: | שורה 48: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:אויפן פריפעטשיק]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:49, 8 יולי 2024
אויפן פריפעטשיק איז א ליד וואס דער דיכטער מארק ווארשאווסקי האט קאמפאזירט און געשריבן אין סוף פונעם 19טן יארהונדערט. דאס ליד דערציילט וועגן א ווארעמען חדר, וואו א פייער ברענט אינעם פריפעטשיק און דער מלמד לערנט די קינדער דעם אלף בית.
דאס ליד איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין 1901 אין ווארשאווסקיס בוך "יידישע פאלקסלידער מיט נאטן". עס איז געווען דאס מערסט באקאנטע ליד פון ווארשאווסקי און איז גיך געווארן א סימבאל פון לעבן אין דעם יידישן שטעטל אין מזרח אייראפע. אין דעם ליד הערט מען ווי דער מלמד לערנט די קינדער דעם אלף בית אויפן טראדיציאנעלן שטייגער, יעדן אות מיט די פינטלעך.
מען הערט דאס ליד ביים סוף פון סטיווען ספילבערגס פילם "שינדלערס ליסטע".
די ווערטער
אויפן פריפעטשיק ברענט א פייערל
און אין שטוב איז הייס,
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
דעם אלף־בית.
רעפריין:
געדענקט זשע, קינדערלעך, געדענקט זשע טייערע,
וואס איר לערנט דא;
זאגט זשע נאך א מאל, און טאקע נאך א מאל:
קמץ־אלף: אָ!
לערנט, קינדער, מיט גרויס חשק,
אזוי זאג איך אייך אן;
ווער ס'וועט גיכער פון אייך קענען עברי,
דער באקומט א פאן.
לערנט, קינדער, האט נישט מורא,
יעדער אנהייב איז שווער;
גליקלעך איז דער איד לערנט תורה,
וואס דארפן מיר נאך מער?
ווען איר וועט, קינדער, עלטער ווערן,
וועט איר אליין פארשטיין,
וויפיל אין די אותיות ליגן טרערן
און וויפיל געוויין...
אז איר וועט, קינדער, דעם גלות שלעפן,
אויסגעמוטשעט זיין,
זאלט איר פון די אותיות כוח שעפן,
קוקט אין זיי אריין.
דרויסנדיגע לינקס
- פון די ערשטע רעקארדירונגען פונעם ליד, אין 1918, געזונגען דורך נחום קוסטער יידישע מוזיק ארכיוו
- דאס ליד ביי "חסידיסק"
- מעלאדיע
- Free sheet music version for classical guitar
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!