אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם יהושע העשיל פרידמאן"

ק (החלפות, קאטעגאריע, הרב>רבי, החלפות)
ק (החלפת טקסט – "[[דוב בער פון מעזריטש" ב־"[[רבי דוב בער פון מעזריטש")
 
(4 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 3: שורה 3:
==אפשטאם==
==אפשטאם==


'''רבי אברהם יהושע העשיל''' איז געבוירן [[כ"ט טבת|ערב ראש חודש שבט]] [[ה'תרי"ח]] <ref>''נר ישראל בערכו, א.ל.ג. ה'תרכ"א''</ref>, צו זיין פאטער '''[[רבי יצחק פרידמאן (בוהוש) (א)|יצחק פרידמאן]]''' פון [[באהוש]], א זון פון [[רבי שלום יוסף פרידמאן]] פון [[סאדיגורא]], א זון פון [[רבי ישראל פון רוזשין|רבי ישראל פרידמאן]] פון [[רוזשין]], א זון פון [[רבי שלום שכנא פון פראהבישט|רבי שלום שכנא]], פון [[פראהבישטש]], א זון פון [[רבי אברהם המלאך]], דער חסד לאברהם, א זון פון רבי דוב בער, דער [[דוב בער פון מעזריטש|מעזריטשער מגיד]]. און צו זיין מוטער מרת '''שיינא רחל''' א טאכטער פון '''רבי דוד האגער''' פון [[זאבלאטאוו]].
'''רבי אברהם יהושע העשיל''' איז געבוירן [[כ"ט טבת|ערב ראש חודש שבט]] [[ה'תרי"ח]] <ref>''נר ישראל בערכו, א.ל.ג. ה'תרכ"א''</ref>, צו זיין פאטער '''[[רבי יצחק פרידמאן (בוהוש) (א)|רבי יצחק פרידמאן]]''' פון [[באהוש]], א זון פון [[רבי שלום יוסף פרידמאן]] פון [[סאדיגורא]], א זון פון [[רבי ישראל פון רוזשין|רבי ישראל פרידמאן]] פון [[רוזשין]], א זון פון [[רבי שלום שכנא פון פראהבישט|רבי שלום שכנא]], פון [[פראהבישטש]], א זון פון [[רבי אברהם המלאך]], דער חסד לאברהם, א זון פון רבי דוב בער, דער [[רבי דוב בער פון מעזריטש|מעזריטשער מגיד]]. און צו זיין מוטער מרת '''שיינא רחל''' א טאכטער פון '''רבי דוד האגער''' פון [[זאבלאטאוו]].


==רבנות==
==רבנות==
שורה 28: שורה 28:


==זעט אויך==
==זעט אויך==
* [[באהוש (הויף)]]
* [[באהוש (חסידות)]]
* [[רוזשין (הויף)]]
* [[רוזשין (חסידות)]]


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
שורה 41: שורה 41:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:אברהם יהושע השיל פרידמן]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 16:30, 14 דעצעמבער 2023

רבי אברהם יהושע העשיל פרידמאן זצ"ל (כ"ט טבת ה'תרי"ח - ט"ו אלול ה'ת"ש), פון אדזשאד און גאלאץ.

אפשטאם

רבי אברהם יהושע העשיל איז געבוירן ערב ראש חודש שבט ה'תרי"ח [1], צו זיין פאטער רבי יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון רבי שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון רבי ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון רבי שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון רבי אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון רבי דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל א טאכטער פון רבי דוד האגער פון זאבלאטאוו.

רבנות

נאך זיין חתונה איז רבי אברהם יהושע העשיל געבליבן וואוינען אין שטעפינעשט ביי זיין שוואגער, שפעטער האט ער זיך צוריק געצויגן קיין באהוש נעבען פאטער. נאך זיין פאטער'ס פטירה - י' אלול ה'תרנ"ו - האט ער זיך באזעצט אין אדזשאד און ער האט דארט אויפגעשטעלט זיין הויף, ביי די ערשטע וועלט קריג איז ער אנטלאפען קיין גאלאץ, און איז דארט פארבליבען.

רבי אברהם יהושע העשיל איז געווען באוואוסט אלס העכערער מענטש, הונדערטער מענטשן זענען געהאלפן געווארן פון זיינע ברכות. זיין קידוש פרייטאג-צונאכטס איז געווען גאר דערהויבן, פון גרויס קאכעניש איז כמעט נישט געבליבן קיין וויין אין בעכער, נאך קידוש האט מען געמוזט צוגיסן ס'זאל זיין וואס צו טרינקען.

רבי אברהם יהושע העשיל איז געווען א לעבעדיגער מוסר ספר אין פארנעמן פּיין מיט ליבשאפט (יסורים באהבה), א איד וואס האט זיך קיינמאל נישט באקלאגט, כאטש ער איז געזעצן אכטצן מאל שבעה רח"ל אין זיין לעבען.

הסתלקות

רבי אברהם יהושע העשיל איז נפטר געווארן ט"ו אלול ה'ת"ש, און ליגט אין גאלאץ.

פאמיליע

רבי אברהם יהושע העשיל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת בת-שבע (ד' מנחם אב ה'תרי"ט - ערב ראש חודש ניסן ה'תרמ"ז), א טאכטער פון רבי מנחם נחום פרידמאן, פון שטעפינעשט. זייערע קינדער:

בזיווג שני האט רבי אברהם יהושע העשיל געהייראט מרת פעריל א טאכטער פון רבי זלמן הורינשטיין, אן אייניקל פון סמיכת חכמים. זייערע קינדער:

  • רבי יצחק פרידמאן, פון פאריז.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (3)
  1. נר ישראל בערכו, א.ל.ג. ה'תרכ"א
  2. נר ישראל איז מסופק אין דעם דאטום אין פון וועלכען זיווג ער איז

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!