אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:וויץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 15: שורה 15:
[[קאַטעגאָריע:הומאר]]
[[קאַטעגאָריע:הומאר]]
[[קאַטעגאָריע:לעבנסשטייגער]]
[[קאַטעגאָריע:לעבנסשטייגער]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 15:57, 27 נאוועמבער 2022

א וויץ איז אין קורצען עפעס וואס ברענגט מענטשן צו שמייכלען אדער לאכען. וויצן קענען זיין אין פורעם פון רייד, געזאגט אדער געשריבן, און זיי קענען אויך זיין אין פורעם פון זעהניש, אין בילדער אדער פאָרשפילען.

די גרעסטע דענקער און פארשער פרובירען צו דערגיין פארוואס מ'לאכט אויף א וויץ. ס'מן-הסתם נישט דא בלויז איין סיבה, און ס'קען זיך אויך ווענדן אויף די סארט וויץ.

אינטעלעקטואלע וויצן

אינטעלעקטואלע וויצן ברענגען מיט זיך סורפרייז און חידוש. דאס ברענגט הנאה פארן מוח דורך לערנען עפעס ניי. און דעם כלל גייען אריין ווערטער-שפילען און מעשה-וויצן.

די סארט וויצן פארלאנגען סורפרייז און פארדעם פארלירט עס דעם טעם ווען מ'הערט עס איבער.

סלעפסטיק וויצן

סלעפסטיק וויצן ברענגט געלעכטער דורך זעהן יענעם'ס צרות. לאכן ווי איינער גליטשט זיך אויס, זיך כויכען ווי איינער כאפט א קרעם-לעקעך אין פנים. די הנאה קען קומען פון דאס וואס מ'שפירט זיך גליקליכער פון יענעם, אדער דורך זיך אויסלערנען צו לאכען פון די אייגענע צרות אויך.

די סארט וויצן פארלאנגט נישט אייביג סורפרייז און מ'קען עס איבערקוקען און איבערקוקען און זיך קוילערען פאר געלעכטער אפילו ביים הונדערטסטען מאל.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!