אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דער קליינער פרינץ"
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 23: | שורה 23: | ||
[[קאטעגאריע:קינדער ביכער]] | [[קאטעגאריע:קינדער ביכער]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 14:27, 27 נאוועמבער 2022
דער קליינער פּרינץ (פראנצויזיש: Le Petit Prince; ערשט פאַרעפנטלעכט אין 1943) איז דאָס סאַמע באַרימטע בוך פונעם פראנצויזישן פּילאָט און שרײַבער אנטואן דע סענט-עקזופערי.
כאָטש עס איז געשריבן און אילוסטרירט ווי אַ קינדער בוך פאַרמאָגט "דער קליינער פּרינץ" אַ סך ערנסטע געדאַנקען וועגן לעבן און ליבע, וואָס מאַכן עס ניט אַזוי קלאָר צי ס'איז טאַקע א קינדער בוך. די ווידמונג "פאַר לעאָן ווערט, ווען ער איז געווען אַ יונג קינד" ווינקט אַז דאָס בוך איז אַ מין נאָסטאַלגישער דענקמאָל פון די דערוואַקסענע לייענער, און נישט דווקא פאר קינדער.
די געשיכטע איז וועגן אַן אויסגעטראַכטער פּאַסירונג אין וואס דער דערציילער (סענט-עקזופּערי) געפינט זיך אַרײַנגעזעצט אינעם מדבר סאַהאַראַ נאָך אַ פּראָבלעם מיט זײַן עראָפּלאַן, וואו ער געפינט אַ מאָדנע קינד - דעם קליינעם פּרינץ, דעם הויפּט כאַראַקטער. אין זייערע שמועסן אַנטדעקט דער שרײַבער זײַן אָנשױונג װעגן דער אומלאָגיקייט וואָס מענטשן אָפט דעמאָנסטרירן, און די פּשוטע אַקסיאָמען וואָס דערוואַקסענער אָפט פאַרגעסן. סענט-עקזופּערי איז טאַקע געווען אַ פּילאָט און האָט געלאַנדעט אַן עמערגענץ לאַנדונג אינעם סאַהאַראַ. שפּעטער איז ער אומגעקומען ווען זײַן עראָפּלאן האָט געקראַכט אין די צווייטע וועלט-מלחמה.
די מאָלערײַען אינעם בוך וואָס אילוסטרירן דעם קליינעם פּרינץ און די הויפּט דערשײַנונגען זענען געצייכנט געוואָרן דורך דעם שרײַבער אַליין און געבן דעם בוך א באזונדערן כאַראַקטער.
יידישע אויסגאבע
דאָס בוך איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף יידיש פון שלמה לערמאַן, און איז ערשט פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין 2000.[1]
וועבלינקען
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!