אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דזשעב בוש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 33: שורה 33:
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]]
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]]
[[קאַטעגאָריע:באנקירן]]
[[קאַטעגאָריע:באנקירן]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 12:41, 27 נאוועמבער 2022

דזשעב בוש

דזשאן עליס "דזשעב" בוש סיניער (ענגליש: John Ellis "Jeb" Bush Sr ,געבוירן דעם 11טן פעברואר 1953) איז אַן אמעריקאנער ביזנעסמאן און פּאָליטיקער, וואס האט געדינט ווי דער 43סטער גובערנאטאר פון פלארידע פון 1999 ביז 2007.

זיין צונאמען זשעב (Jeb) איז פון די ראשי תיבות פון זיין נאמען דזשאן עליס בוש (Jhon Elis Bush)

ביאגראפיע

דזשעב בוש איז געבוירן אין מידלאנד טעקסאס און ווען ער איז אלט געווען 6 יאר האט זיך זיין משפחה אריבערגעצויגן צו היוסטן, טעקסאס. ער איז דער צווייטער זון פונעם 41סטן פרעזידענט דזשארזש ה. וו. בוש און באַרבאַראַ בוש, און דער יונגערער ברודער פונעם 43טן פרעזידענט דזשארדזש וו. בוש. ער האט שטודירט אין פיליפס אַקאַדעמיע אין ענדאווער, מאסאטשוסעטס, און האט אויך שטודירט אין דעם אוניווערסיטעט פון טעקסאַס, וואו ער האט באקומען א דיפלאם אויף לאטיין־אמעריקאנישע עניינים. אין 1980 האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין פלארידע און אנגעהויבן א קאַריערע אין ריעל עסטעיט דיוועלאפמענט.

אין 1974 האט בוש געהייראט קאָלומבאַ גאַללאָ און זיי האבן געהאט דריי קינדער צוזאמען:

  • דזשארזש פ.
  • נאָעלע
  • דזשעב דזשוניער

פאליטישע טעטיקייטן

גובערנאטאר פון פלארידע

אין 1994, איז בוש געלאפן דער ערשטער מאל פאַר אָפיס, ער האט דעמאלטס פארלוירן די וואַלן פאַר דעם דעמאלטדיגען גובערנאטאר לאטאן טשילעס מיט ווייניגער ווי צוויי פּראָצענט. בוש איז ווידער געלאָפן אין 1998 און האט באזיגט דעם לוטענאַנט גובערנאטאר באַדי מאַקיי מיט 55 פּראָצענט פון די שטימען. ער איז געלאָפן פאַר ווידערווילונג אין 2002, און האט באזיגט ביל מאַקברייד מיט 56 פּראָצענט, און איז געווארן דער ערשטער רעפובליקאַנער גובערנאטאר צו געווינען צוויי-טערמינען אין פלארידע'ס רעגירונג.


2016 פרעזידענטליכע וואלן

קאמפיין לאגא פון דזשעב פאר פרעזידענט

בוש איז א געוועזענער קאנדידאט אין די פרעזידענטליכע פריימעריס פון דער רעפובליקאנער פארטיי אין די וואלן פון 2016. ער האט פארלוירן די פריימעריס צו דאנאלד טראמפ וואס האט דערנאך באזיגט דעם דעמאקראטישן קאנדידאט, הילערי קלינטאן.

טראמפ האט ביי די פריימעריס אראפגעמאלן בוש אלץ א ווייניג ענערגיע קאַנדידאַט, און האט אים אויך אראפגעריסען צוליב דער איראקער מלחמה וואס זיין ברודער איז אריין.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!