אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בוקאווסק"
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 25: | שורה 25: | ||
[[קאַטעגאָריע:גאליציע]] | [[קאַטעגאָריע:גאליציע]] | ||
[[קאטעגאריע:אידישע יישובים אין אייראפע]] | [[קאטעגאריע:אידישע יישובים אין אייראפע]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 02:10, 27 נאוועמבער 2022
בוקאווסק איז א דארף אין מערב־גאליציע וואס איז געווען ביז צום צווייטער וועלט קריג א יידיש שטעטל.
געשיכטע
דער ערשטער אדמו"ר פון בוקאווסק איז געווען הרב מאיר יהודה שפירא (ה'תר"ו - י"ט תשרי ה'תרס"ח) וואס האט געהאט די דינאווער חסידים מיט זיך. נאך אים האט זיין זון הרב דוד שפירא (ה' שבט ה'תרל"ז - כ"ט שבט ה'תרפ"ד) איבערגענומען , און נאך אים זיין איידעם הרב משה טייטלבוים, וואס האט ווייטער געפריט די דינאווער חסידים אין בוקאווסק. ער איז געווען א געראטענער בעל תפלה און בעל מנגן.[1] אבער די טיטעל בוקאווסקער רבי האט געירש'נט ר' דוד'לס עלסטער זון, הרב אלטר ראובן שפירא פון סאניק הי"ד.[2]
כדי צו פארמיידן מחלוקת עס איז אויך געווען א "רב" וואס האט משמש צאנזער חסידים[1]. אין תרכ"ד איז רבי שלמה האלבערשטאם (הײַנט באוואוסט אלס באבאווער רב) געווארן רב אין בוקאווסק, ביז" תרל"ט. שפעטער האט מען גענומען אלס רב רבי חיים פינטער (דער פאטער פון ר' שמואל שמעלקע פינטער פון לאנדאן). בשעת דעם ערשטן וועלט קריג איז גאליציע געווען דער פראנט צווישן עסטרייך און רוסלאנד און אסאך יידן זענען אנטלאפן קיין ווין, די הויפטשטאט. נאכ'ן קריג איז דער רב געבליבן אין ווין און זײַן זון רבי אברהם פינטער איז געווארן רב.
צווישן די חסידישע שטיבלעך אין בוקאווסק זענען געווען א צאנזער שטיבל, א דינאווער שטיבל, א סאדיגורער שטיבל ווי אויך א שטיבל וואס האט געהייסן נאך רבי מענדעלע פון רימאנאוו.
אין די חורבן יארן פון אייראפע האבן די דײַטשע רשעים אויפגעשטעלט אין בוקאווסק א „באזונדערער לאגער" ווו אהין מ'האט געפירט די איבערגעבליבענע יידן פון סאניק, לינסק און דאבראמיל.
וועבלינק
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!