אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זייערס"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
||
שורה 13: | שורה 13: | ||
=== אין מענטשלעכע קערפער === | === אין מענטשלעכע קערפער === | ||
זייערסן שפילן וויכטיקע ראלעס אין דעם מענטשלעכן קערפער. דאס זאַלץ־זייערס וואס | זייערסן שפילן וויכטיקע ראלעס אין דעם מענטשלעכן קערפער. דאס זאַלץ־זייערס וואס געפינט זיך אין דעם בויך העלפט פאַרדייאונג דורך איינברעכן גרויסע און קאמפלעקסע עסן־מאלעקולן. [[אמינאזייערס|אמינאזייערסן]] זענען נייטיק כדי די קערפער־געוועבן זאלן וואַקסן און זאלן ווערן פאַרראכטן. נוקלעאישע זייערסן זענן וויכטיק פאר דער פאַבריקאַציע פון DNA און RNA און כדי צו טראנסמיטירן אייגנקייטן צו אפשטאמלינגען דורך גענעס. קארבאנישע זייערס איז וויכטיק צו היטן די גלייכוואָג פון pH אין דעם קערפער. | ||
[[קאַטעגאָריע:כעמישע פארבינדונגען]] | [[קאַטעגאָריע:כעמישע פארבינדונגען]] | ||
{{וויסן-שטומף}} | {{וויסן-שטומף}} |
רעוויזיע פון 15:32, 25 נאוועמבער 2022
א זײערס איז א כעמישע סובסטאנץ וואס רעאגירט מיט א באזע. געוויינלעך האבן זייערסן א זויערן טעם, און זיי רעאגירן מיט געוויסע מעטאלן, למשל קאלציום, און מיט באזעס, למשל נאטריום-קארבאנאט צו שאפן זאלצן. די שטארקייט פון א זייערס ווערט געמאסטן מיט pH, וואס נידעריקער איז שטערקער דאס זייערס.
טאג-טעגליכע ביישפילן פון זייערסן זענען עסיגזייערס (וואס מען טרעפט אין עסיג, א צעפירונג), שוועבל-זייערס (א פליסיקייט, געניצט אין אויטא באטעריעס) און וויין-זייערס (א הארטער קערפער, געניצט ביים באקן). אויך א גאז ווי כלאר-וואסערשטאף קען ווערן א זייערס ווען מען צעלאזט אים אין וואסער. שטארקע זייערסן זענען צעפרעסעוודיק. דער זויערער טעם פון א לימאן קומט פון ציטרישע זייערס.
ס'זענען פאראן עטלעכע וועגן צו שילדערן א זייערס. דער ערשטער וואס האט פרובירט דאס איז געווען דער פראנצויזישער כעמיקער, אנטואן לאוואואזיע, וואס האט באמערקט אז זייערסן אנטהאלטן אקסיגען. פונקט וועגן דעם האט אקסיגען אן אנדער נאמען "זויערשטאף".
ווען א זייערס ווערט געמישט מיטם וואסער, ווערט עס צענומען אין יאנען, דאס הייסט דיסאציאציע: א פאזיטיווער וואסערשטאף יאן +H (פראטאן) ווערט אפגעריסן פונעם זייערס און ווערט פארבונדן מיטן וואסער צו שאפן א הידראניום יאן H3O+. אז מען שרייבט HA פאר אן אלגעמיינעם זייערס, קען מען פארשרייבן דעם פראצעס:
אנווענדונגען פון זייערסן
אין מענטשלעכע קערפער
זייערסן שפילן וויכטיקע ראלעס אין דעם מענטשלעכן קערפער. דאס זאַלץ־זייערס וואס געפינט זיך אין דעם בויך העלפט פאַרדייאונג דורך איינברעכן גרויסע און קאמפלעקסע עסן־מאלעקולן. אמינאזייערסן זענען נייטיק כדי די קערפער־געוועבן זאלן וואַקסן און זאלן ווערן פאַרראכטן. נוקלעאישע זייערסן זענן וויכטיק פאר דער פאַבריקאַציע פון DNA און RNA און כדי צו טראנסמיטירן אייגנקייטן צו אפשטאמלינגען דורך גענעס. קארבאנישע זייערס איז וויכטיק צו היטן די גלייכוואָג פון pH אין דעם קערפער. מוסטער:וויסן-שטומף