אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:געפילטע פיש"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
[[טעקע:Gefilta Fish.jpg|קליין|250px|געפילטע פיש מיט [[כריין]]]] | [[טעקע:Gefilta Fish.jpg|קליין|250px|געפילטע פיש מיט [[כריין]]]] | ||
[[טעקע:Gefilte Fish.jpg|קליין|250px| | [[טעקע:Gefilte Fish.jpg|קליין|250px|געפילטע פיש: אַ גאַנצער פיש וואס איז אנגעפילט]] | ||
''' | '''געפילטע [[פיש|פיש]]''' זענען פיש וואס מ'האט אנגעפילט; די פילונג מאכט מען פון געמאלענע פיש. היימישע געפילטע פיש זענען געוויינטלעך [[קארפ]] אדער [[לעשט]]; אמאל פלעג מען פילן אויך [[העכט]]. | ||
די פילונג קען ווערן געמישט מיט אייער און [[ציבל]] און א ביסל פעפער. מ'דארף אויך אריינגעבן א ביסל [[מצה מעל]] אז עס זאל זיך האלטן צוזאמען, און צעמאלענע [[מאנדל]]ען געבן א גוטן געשמאק. פוילישע און גאליציאנער יידן זענען געוואוינט צו קאכן די פיש זיס, מיט [[צוקער]], אבער ליטווישע קאכן די פיש אן צוקער. | די פילונג קען ווערן געמישט מיט אייער און [[ציבל]] און א ביסל פעפער. מ'דארף אויך אריינגעבן א ביסל [[מצה מעל]] אז עס זאל זיך האלטן צוזאמען, און צעמאלענע [[מאנדל]]ען געבן א גוטן געשמאק. פוילישע און גאליציאנער יידן זענען געוואוינט צו קאכן די פיש זיס, מיט [[צוקער]], אבער ליטווישע קאכן די פיש אן צוקער. | ||
שורה 9: | שורה 9: | ||
עס איז אַ "[[מנהג ישראל|מנהג ישׂראל]]" דאָס צו עסן ביי די [[שבת]]דיגע סעודות און ביי אנדערע [[סעודת מצוה|סעודות מצוה]]. טייל מענטשן שמירן די פיש מיט [[כריין]], אַרומנעמען מיט [[חלה]], און אַראָפּשלינגען גאַנצערהײט. | עס איז אַ "[[מנהג ישראל|מנהג ישׂראל]]" דאָס צו עסן ביי די [[שבת]]דיגע סעודות און ביי אנדערע [[סעודת מצוה|סעודות מצוה]]. טייל מענטשן שמירן די פיש מיט [[כריין]], אַרומנעמען מיט [[חלה]], און אַראָפּשלינגען גאַנצערהײט. | ||
פאַלשע געפילטע פיש, לכּבֿוד [[פסח|פּסח]], װערט געמאַכט פון [[פלייש|פלײש]] און געגעסן אין געװיסע קרייזן װוּ מ'עסט נישט קיין פיש אום פּסח. | |||
== ליד == | == ליד == |
רעוויזיע פון 08:11, 25 נאוועמבער 2022
געפילטע פיש זענען פיש וואס מ'האט אנגעפילט; די פילונג מאכט מען פון געמאלענע פיש. היימישע געפילטע פיש זענען געוויינטלעך קארפ אדער לעשט; אמאל פלעג מען פילן אויך העכט.
די פילונג קען ווערן געמישט מיט אייער און ציבל און א ביסל פעפער. מ'דארף אויך אריינגעבן א ביסל מצה מעל אז עס זאל זיך האלטן צוזאמען, און צעמאלענע מאנדלען געבן א גוטן געשמאק. פוילישע און גאליציאנער יידן זענען געוואוינט צו קאכן די פיש זיס, מיט צוקער, אבער ליטווישע קאכן די פיש אן צוקער.
היינטיגע צייטן מאכן א סאך די געמאלענע פיש און מ'קאכט דאס אליין.
עס איז אַ "מנהג ישׂראל" דאָס צו עסן ביי די שבתדיגע סעודות און ביי אנדערע סעודות מצוה. טייל מענטשן שמירן די פיש מיט כריין, אַרומנעמען מיט חלה, און אַראָפּשלינגען גאַנצערהײט.
פאַלשע געפילטע פיש, לכּבֿוד פּסח, װערט געמאַכט פון פלײש און געגעסן אין געװיסע קרייזן װוּ מ'עסט נישט קיין פיש אום פּסח.
ליד
אַ ליד געשריבן דורך איזידאר ליליען גייט אזוי[1]:
זאָגט וואס עסן אידן מיט גרויס חשק,
ביי יענעם צי ביי זיך אַליין אין שטוב
ס'איז פּאַרעווע. ניט מילכיקס און ניט פליישיקס,
נאר אַ מַאכל וואס אַ יעדער איד האט ליב.
זאָגט וואס איז אַ יעדער פרויס אַמביציע
מי האט עס ליב, מי ווייסט טאקע פאר וואס,
ס'איז אַ אידיש מַאכל מיט טראַדיצייע
און יעדן ערב שבת עסט מען דאס,
געפילטע פיש, געפילטע פיש.
ס'איז אַ מַאכל האט וואס טויזנט טעמען
כ'האָב צו ערשט פאַרזוכט דאס בייַ מייַן מאַמען.
איז עס טייַער, איז עס וואויל,
א מַאכל פאר דעם פאָלק ישראל,
עסנדיק צעגייט עס זיך אין מויל.
אוי, די געפילטע פיש זיי זענען אידיש.
מי קומט פון שול, מי שטעלט זיך מאַכן קידוש,
אין שטוב איז שיין און ריין און פריש,
מי זעצט זיך צום געדעקטן טיש
און מען דערלאַנגט געפילטע פיש.
געפילטע פיש, געפילטע פיש.
דער אונגער האט ליב גוליאַש מיט פּאַפּריקע,
דער פּאָליאַק האט ליב ביגאָוס פלייש מיט ברויט,
בייַ דעם רוס איז רויטער באָרשט דער עיקר,
און דער יעקע האט ליב קליסע מיט קרויט.
א מאַמעליגע גלייַכן די רומענער
און דער גרוזינער האט ליב אַ שאַשליק,
נאר וואס גוט איז ווייסן זיי ניט קיינער,
און אדרבה אידן, זאָגט מיר וואס איז גוט?
געפילטע פיש, געפילטע פיש.