אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יוסף חיים זאנענפעלד"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
ק (החלפת טקסט – "״" ב־""") |
||
שורה 5: | שורה 5: | ||
== ביאגראפיע == | == ביאגראפיע == | ||
ער איז געבוירן געווארן ו׳ כסלו | ער איז געבוירן געווארן ו׳ כסלו תר"ט אין דעם שטעטל [[ווערבוי]], [[קעניגרייך פון אונגארן]] (היינט [[סלאוואקיי]]) צו זיין פאטער הרב אברהם שלמה זאנענפעלד און זיין מוטער זאלדא. ער האט געלערט ביי גדולי התורה ווי דער [[אברהם שמואל בנימין סופר|כתב סופר]], זון פונעם [[משה סופר|חתם סופר]], און רבי [[חיים הערש מאנהיימער]]. אין יאר [[ה'תרל"ג|תרל"ג]] ([[1873]]) [[עלייה לארץ ישראל|איז ער ארויף]] אין [[ארץ ישראל]] צוזאמען מיט זיין רבי׳ן, הרב [[אברהם שאג-צוועבנער]], א תלמיד פונעם חתם סופר, און האט זיך באזעצט אין דער [[ירושלים אלטשטאט]]. ער איז געווארן נאנט מיט הרב [[יהושע לייב דיסקין]] און זיין זון, הרב [[יצחק ירוחם דיסקין]]. ער איז געווען טעטיג אינעם [[יישוב הישן]] און האט געגרינדט דעם "[[אונגארישע הייזער]]" פערטל. צוזאמען מיט הרב דיסקין האט ער אויפגעשטעלט אין יאר [[ה'תרל"ח|תרל"ח]] ([[1878]]) דעם "בית הדין של החוגים היראים". | ||
עס איז דא א [[ווידעא קליפ]] ווי ער טרעפט זיך מיט [[הרב קוק]] ביים ענגלישען באהערדע. | עס איז דא א [[ווידעא קליפ]] ווי ער טרעפט זיך מיט [[הרב קוק]] ביים ענגלישען באהערדע. |
רעוויזיע פון 03:41, 23 נאוועמבער 2022
הרב יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל ( ו' כסלו תר"ט, 1טן דעצעמבער 1848 – י"ט אדר ב' ה'תרצ"ב) איז געווען דער גאב"ד פון דער עדה החרדית , באוואוסט אלס פייערדיגער קנאי און א גרויסער לוחם אקעגן ציונות.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן ו׳ כסלו תר"ט אין דעם שטעטל ווערבוי, קעניגרייך פון אונגארן (היינט סלאוואקיי) צו זיין פאטער הרב אברהם שלמה זאנענפעלד און זיין מוטער זאלדא. ער האט געלערט ביי גדולי התורה ווי דער כתב סופר, זון פונעם חתם סופר, און רבי חיים הערש מאנהיימער. אין יאר תרל"ג (1873) איז ער ארויף אין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין רבי׳ן, הרב אברהם שאג-צוועבנער, א תלמיד פונעם חתם סופר, און האט זיך באזעצט אין דער ירושלים אלטשטאט. ער איז געווארן נאנט מיט הרב יהושע לייב דיסקין און זיין זון, הרב יצחק ירוחם דיסקין. ער איז געווען טעטיג אינעם יישוב הישן און האט געגרינדט דעם "אונגארישע הייזער" פערטל. צוזאמען מיט הרב דיסקין האט ער אויפגעשטעלט אין יאר תרל"ח (1878) דעם "בית הדין של החוגים היראים".
עס איז דא א ווידעא קליפ ווי ער טרעפט זיך מיט הרב קוק ביים ענגלישען באהערדע.
בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט חילא (אייבעשוץ), די שוויגער פון רבי חיים זאב פינקל.