אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פלאכטע"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (added Category:מאטעמאטיק using HotCat) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:35, 22 נאוועמבער 2022
אין מאטעמאטיק איז א פלאַכטע א טאפאלאגישער רוים וואס לאקאל איז ענלעך צו אן אויקלידישן רוים לעבן יעדן פונקט.
איין־דימענסיאנעלע פלאכטעס שליסן איין שטריכן און קרייזן, אבער נישט קיין פיגור אכט, וואס האט א קנופ און דארט איז נישט ענלעך צו אן אויקלידישן 1-רוים. א צוויי־דימענסיאנעלע פלאכטע ווערט גערופן אן אייבערפלאך. ביישפילן שליסן איין דעם פלוין, דעם קיילעך און דעם טארוס, אבער אויך דאס קליין־פלעשל.
דער באגריף פון א פלאכטע איז צענטראל צו פילע טיילן פון געאמעטריע און מאדערנעם מאטעמאטישן פיזיק, ווייל זי דערמעגלעכט באשרייבן קאמפליצירטע סטרוקטורן מיט די אייגנשאפטן פון אויקלידישן רוים.