אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סערגיי אייזנשטיין"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:31, 22 נאוועמבער 2022
סערגיי מיכאילוביטש אייזנשטיין (רוסיש: Сергей Михайлович Эйзенштейн; 23סטן יאנואר 1898 - 11טן פעברואר 1948) איז געווען א סאוועטישער רעזשיסאר, באקאנט בעיקר פון זיינע פילמען "פאנצערשיף פאטעמקין" און "אקטאבער", אלע ביידע באזירט אויף אמתע מעשיות. די פילמען האבן געהאט א גרויסע השפעה אויף שפעטערע רעזשיסערן.
לעבנסגעשיכטע
אייזנשטיין איז געבוירן געווארן אין ריגע צו א יידיש-דייטשישן פאטער וואס האט זיך געשמדט און איז געווען דער שטאט ארכיטעקט, און צו א מוטער פון א רוסישן אפשטאם אין א משפחה פון הענדלער. ביי זיינע 14 יאר האבן זיך זיינע עלטערן געגט, און סרגיי איז געבליבן מיט זיין פאטער. פון 1915- 1918 האט ער שטודירט אין דעם אנשטאלט פאר ציווילער אינזשעניריע אין פעטראגראד.