אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:נארד ריין-וועסטפאליע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:28, 22 נאוועמבער 2022

נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע
Nordrhein-Westfalen
פאן נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע
הערב נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע
פאָן הערב
אָרט פון נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע
שפּראַכן סטאַנדאַרט דײַטשיש, נידערדײטש
הויפּטשטאָט דיסלדאָרף
גרינדונג דאַטום 23סטן אױגוסט 1946
שטח 34,088.01 קוואַדראַט ק״מ
באַפעלקערונג צאָל 17,845
באַפעלקערונג געדיכטקייט 523 איינוואוינערס אַ קוואַדראַט ק״ם
פרעמיער מיניסטער האַנעלארע קראַפֿט
אָפיציעלער קאָד DE-NW
וועב זייט www.nrw.de

נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע, אדער צפון רײן־װעסטפֿאַליע (דייטש: Nordrhein-Westfalen, נידערדייטש: Noordrhien-Westfalen) איז אַ דײַטשלענדיש לאַנד, װאָס געפֿינט זיך אין מערבֿ־דײַטשלאַנד. די הױפּטשטאָט איז דיסלדאָרף. דאָס לאַנד האָט די גרעסטע באַפֿעלקערונג צװישן אלע דײַטשע לענדער מיט 17,878,000 אײַנװױנערס. דער שטח איז 34,088.01 ק״װ ק״ם: דאָס פֿיר־גרעסטע לאַנד, אָבער מײנסט געדיכט באַװױנט. דאָס לאַנד איז באַגרינדעט געװאָרן אין 1946 װי אַ סכום פֿון פֿריערדיקע פּרײסישע פּראָװינצן רײנלאַנד (נאָר די צפֿונדיקע טײל) און װעסטפֿאַליע.

באַפֿעלקערונג

דאָס האַרץ פֿונעם לאַנד איז די רור געגנט, װאָס איז מיט אירע 5,172,745 מיליאָן אײַנװױנערס די מערסטן באַפֿעלקערטע שטאָט־אַגלאָמעראַציע אין דײַטשלאַנד. פֿונדעסטװעגן, די צװײ גרעסטע שטעט קעלן (די פֿירט גרעסטע שטאָט אין דער מלוכה) און דיסלדאָרף (די הױפּטשטאָט) געהערן צו אירע אײגענע געביטן. די צען גרעסטע שטעט זענען די פֿאָלגנדיקע:

פּאָזיציע נאָמען באַפֿעלקערונג, צאָל 2010 שטח, ק״װ ק״ם געדיכטקײט, אַ ק״װ ק״ם
1 קעלן 1,000,660 405.15 2,470
2 דיסלדאָרף 586,564 217.01 2,703
3 דאָרטמונד 580,688 280.37 2,071
4 עסן 575,027 210.38 2,733
5 דיסבורג 501,564 232.81 2,154
6 באָכום 385,626 145.43 2,652
7 װוּפּערטאַל 359,237 168.37 2,134
8 בילעפֿעלד 326,925 257.83 1,268
9 באָן 312,818 141.22 2,215
10 מינסטער 270,868 302.91 894



מוסטער:אייראפע-געא-שטומף