בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,653
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|שטאט אין סלאוואקיי}} | |||
'''הימענע (הומנא)''' (סלאוואקיש: Humenné; אונגאריש: Homonna; דייטש: Homenau) איז א היסטארישע שטאט אין מזרח [[סלאוואקיי]], וואס געפינט זיך אינעם זעמפלינער ראיאן ביי די ברעגעס פון דעם לאבורק טייך. פארן חורבן איז הימענע געווען א בארימטע אידישע קהילה און א תורה-צענטער פאר דעם גאנצן אומגעגנט. | '''הימענע (הומנא)''' (סלאוואקיש: Humenné; אונגאריש: Homonna; דייטש: Homenau) איז א היסטארישע שטאט אין מזרח [[סלאוואקיי]], וואס געפינט זיך אינעם זעמפלינער ראיאן ביי די ברעגעס פון דעם לאבורק טייך. פארן חורבן איז הימענע געווען א בארימטע אידישע קהילה און א תורה-צענטער פאר דעם גאנצן אומגעגנט. | ||
| שורה 5: | שורה 6: | ||
==אידישער קהילה== | ==אידישער קהילה== | ||
[[טעקע:Humenné Synagogue 1.jpg|קליין|שול אין הומנא, ארום תר"ס]] | |||
אידן האבן זיך אנגעהויבן באזעצן אין הימענע שוין ארום יאר ה'ת"נ. אין דעם אידישן [[צענזוס]] פון 1725 (תפ"ה) זענען פארצייכנט צוויי אידישע משפחות אין שטעטל{{הערה|העברעאיש המכלול}}. א דאקומענט פון 1743 (תק"ג) צייגט א קאנטראקט פון א איד משה יעקב וואס האט געדינגען געשעפטן פון א קריסטליכער אלמנה נעבן דעם קריסטליכן פארהויז אין שטאט. | אידן האבן זיך אנגעהויבן באזעצן אין הימענע שוין ארום יאר ה'ת"נ. אין דעם אידישן [[צענזוס]] פון 1725 (תפ"ה) זענען פארצייכנט צוויי אידישע משפחות אין שטעטל{{הערה|העברעאיש המכלול}}. א דאקומענט פון 1743 (תק"ג) צייגט א קאנטראקט פון א איד משה יעקב וואס האט געדינגען געשעפטן פון א קריסטליכער אלמנה נעבן דעם קריסטליכן פארהויז אין שטאט. | ||
| שורה 14: | שורה 16: | ||
• '''רבי פנחס לוריא:''' דער ערשטער רב פון דער קהילה. | • '''רבי פנחס לוריא:''' דער ערשטער רב פון דער קהילה. | ||
• '''רבי יעקב שפירא (ר' יעקעלע חריף'''; נפטר תקפ"ח): ער איז געווען דער ערשטער באקאנטער רב אין דער קהילה און א תלמיד מובהק פון דעם הייליגן | • '''רבי יעקב שפירא (ר' יעקעלע חריף'''; נפטר תקפ"ח): ער איז געווען דער ערשטער באקאנטער רב אין דער קהילה און א תלמיד מובהק פון דעם הייליגן [[רבי מענדלע רימינאווער]]. ער האט מחבר געווען דעם ספר "שופריה דיעקב" אויף תורה און ש"ס. ער האט געבויט די ערשטע גרויסע שול און ארגאניזירט די קהילה. | ||
• רבי אביש אריה שפירא: דער זון פון ר' יעקב, האט געדינט אלס רב אין שטאט. | • '''רבי אביש אריה שפירא:''' דער זון פון ר' יעקב, האט געדינט אלס רב אין שטאט. | ||
• '''רבי יהודה לייבוש ספיר:''' דער מחבר פונעם ספר "שער יהודה", וואס איז געווען אן איידעם ביי ר' יעקב שפירא. ער האט משמש געווען ברבנות פאר 54 יאר און איז געווען באקאנט פאר זיין גאונות אין פלפול. | • '''רבי יהודה לייבוש ספיר:''' דער מחבר פונעם ספר "שער יהודה", וואס איז געווען אן איידעם ביי ר' יעקב שפירא. ער האט משמש געווען ברבנות פאר 54 יאר און איז געווען באקאנט פאר זיין גאונות אין פלפול. | ||
• '''רבי משה גרינוואלד (דער "ערוגת הבשם"):''' ער האט געדינט אלס רב אין הומנא צווישן די יארן תרמ"ג-תרמ"ז ( | • '''רבי משה גרינוואלד (דער "ערוגת הבשם"):''' ער האט געדינט אלס רב אין הומנא צווישן די יארן תרמ"ג-תרמ"ז (1883–1887) און דארט אויפגעשטעלט א גרויסע ישיבה וואו הונדערטער בחורים האבן געלערנט. שפעטער איז ער געווארן רב אין קליינווארדיין און חוסט. | ||
• '''רבי דוד יהודה לייב זאלצער:''' א תלמיד פונעם כתב סופר און א שוואגער פונעם ירושלימ'ער רב [[רבי יוסף חיים זאנענפעלד]]. | • '''רבי דוד יהודה לייב זאלצער:''' א תלמיד פונעם כתב סופר און א שוואגער פונעם ירושלימ'ער רב [[רבי יוסף חיים זאנענפעלד]]. | ||
| שורה 28: | שורה 30: | ||
• '''רבי חיים יהודה הערמאן עהרנרייך הי"ד:''' (אומגעקומען אין חורבן, תש"ב) דער לעצטער רב פון דער שטאט. ער איז געווען א בארימטער תלמיד חכם און א גרויסער חוקר און האט ארויסגעגעבן דעם תורה-זשורנאל "אוצר החיים". | • '''רבי חיים יהודה הערמאן עהרנרייך הי"ד:''' (אומגעקומען אין חורבן, תש"ב) דער לעצטער רב פון דער שטאט. ער איז געווען א בארימטער תלמיד חכם און א גרויסער חוקר און האט ארויסגעגעבן דעם תורה-זשורנאל "אוצר החיים". | ||
אנדערע וויכטיגע פערזענליכקייטן זענען ר' שרגא פייבל מענדלאוויטש, דער גרינדער פון תורה ודעת אין אמעריקע, וואס איז געבוירן אין הומנא, און ר' מנחם מענדל כהנא, וואס האט געדינט אלס מו"ץ און ר"מ אין שטאט פאר'ן קריג. אין יאר תרפ"ה (1925) האט דער סאטמארער רבי, רבי יואל טייטלבוים זצ"ל, באזוכט אין שטאט אויף א שבת. | אנדערע וויכטיגע פערזענליכקייטן זענען ר' [[רבי שרגא פייבל מענדלאוויטש|שרגא פייבל מענדלאוויטש]], דער גרינדער פון תורה ודעת אין אמעריקע, וואס איז געבוירן אין הומנא, און ר' מנחם מענדל כהנא, וואס האט געדינט אלס מו"ץ און ר"מ אין שטאט פאר'ן קריג. אין יאר תרפ"ה (1925) האט דער סאטמארער רבי, רבי יואל טייטלבוים זצ"ל, באזוכט אין שטאט אויף א שבת. | ||
==מוסדות און אידישע אינסיטוציעס== | ==מוסדות און אידישע אינסיטוציעס== | ||
די שטאט האט פארמאגט פילע בתי מדרשים און חברות: | די שטאט האט פארמאגט פילע בתי מדרשים און חברות: | ||
• '''שולן:''' די ערשטע שול איז געבויט געווארן אין 1792 (אדער 1797) מיט מאטעריאל פון א חרוב'ע קירכע | • '''שולן:''' די ערשטע שול איז געבויט געווארן אין 1792 (אדער 1797) מיט מאטעריאל פון א חרוב'ע קירכע און א שטרויענעם דאך. אין 1830 איז אויפגעשטעלט געווארן א נייע שול. פארן קריג זענען געווען דריי הויפט שולן: די ארטאדאקסישע, די חסידישע, און א מאדערנע-ארטאדאקסישע (וואס טייל האבן גערופן קאנסערוואטיוו). אין 1930 איז געבויט געווארן א פראכטפולע נייע שול לויט דעם פלאן פון דעם ארכיטעקט אייגען בארקאני. | ||
• '''חינוך:''' אין 1835 איז געעפנט געווארן א תלמוד תורה פאר ארימע קינדער. אין 1856 איז געעפנט געווארן אן אידישע פאלקס-שול, די ערשטע אין גאנץ מזרח סלאוואקיי. | • '''חינוך:''' אין 1835 איז געעפנט געווארן א תלמוד תורה פאר ארימע קינדער. אין 1856 איז געעפנט געווארן אן אידישע פאלקס-שול, די ערשטע אין גאנץ מזרח סלאוואקיי. | ||
• ''' | • '''חסד:''' עס האבן פונקציאנירט חברות ווי "ביקור חולים", "תומכי עניים", "פועלי צדק", "אגודת נשים", און א באזונדערע "חברת הסנדק" צו העלפן ארימע משפחות ביי ברית'ן. | ||
• '''בית החיים:''' דער אידישער בית החיים אין הימענע ווערט פארערעכנט אלס דער עלטסטער און גרעסטער אין גאנץ סלאוואקיי. די עלטסטע מצבות זענען נאך פון יאר תקל"ב (1772). | • '''בית החיים:''' דער אידישער בית החיים אין הימענע ווערט פארערעכנט אלס דער עלטסטער און גרעסטער אין גאנץ סלאוואקיי. די עלטסטע מצבות זענען נאך פון יאר תקל"ב (1772). | ||
| שורה 45: | שורה 47: | ||
==דער חורבן== | ==דער חורבן== | ||
נאך דער גרינדונג פון דער סלאוואקישער מדינה אונטער דעם דייטשן איינפלוס אין 1939 | נאך דער גרינדונג פון דער אויטאנאמישער סלאוואקישער מדינה אונטער דעם דייטשן איינפלוס אין 1939 האט זיך שטארק פארערגערט דער מצב פון די אידן. אין 1941 זענען איינגעפירט געווארן גזירות קעגן אידן ("אידישער קאדעקס"; Židovský kódex), אידישע געשעפטן זענען קאנפיסקירט געווארן ("אריאניזירט") און אידישע קינדער זענען ארויסגעווארפן געווארן פון די פובליק שולעס. | ||
אין מערץ 1942 האבן זיך אנגעהויבן די דעפארטאציעס קיין פוילן; יונגע מיידלעך און בחורים זענען געשיקט געווארן קיין אוישוויץ און מיידאנעק. די ערשטע טראנספארט פון סלאוואקיי קיין אוישוויץ (26סטן מערץ 1942) האט אנטהאלטן הונדערטער יונגע מיידלעך פון הומנא. אין מאי 1942 זענען רוב אידן פון שטאט פארזאמלט געווארן אין דער אלטער שול און דעפארטירט געווארן אין צוויי גרויסע טראנספארטן קיין רייאוויעץ (Rejowiec) און סאביבאר אין פוילן. פילע זענען דערהרגעט געווארן אין סאביבאר און בעלזשיץ. א קליינע צאָל אידן, בערך 400, וואס זענען געווען "עקאנאמיש וויכטיג" זענען געבליבן מיט "שוץ-פאפירן" ביז 1944, ווען רוב פון זיי זענען אויך פארטריבן געווארן. בערך 2,000 אידן פון הומנא זענען אומגעקומען דורך די נאציס. | |||
==נאך דער מלחמה== | ==נאך דער מלחמה== | ||
נאך דער באפרייאונג אין 1945 זענען בערך 150-200 איבערלעבער צוריקגעקומען קיין הומנא. זיי האבן פרובירט צוריק אויפצושטעלן די קהילה, אבער דאס לעבן איז געווען שווער צוליב אנטיסעמיטיזם און די נייע קאמוניסטישע רעזשים. א באנדע פון אוקראינישע נאציאנאליסטן (באנדערעוויצעס) האבן דערמארדעט אידן אין דעם דערבייאיגן דארף קאלבאסא ביים סוף פון 1945. אין די יארן 1948–1949 האבן רוב פון איבערלעבער עמיגרירט קיין ארץ ישראל אדער אמעריקע. | |||
די צוויי גרויסע שולן זענען חרוב געווארן דורך דער קאמוניסטישער מאכט אין די 1970ער יארן. היינט צוטאגס געפינט זיך אין הומנא דער אלטער יידישער בית עולם, וואס ווערט פארערעכנט אלס איינער פון די גרעסטע אין סלאוואקיי, און דארט ליגן פילע רבנים און חשובע אידן. עסקנים האבן געארבעט איבער די יארן צו רענאווירן און היטן דעם בית עולם{{הערה|1=https://hfpjc.com/uploads/bulletiens/yiddish/pdf/1514505559827-337.%2008-07-2016.pdf}}. א מאנומענט צום אנדענק פון די קדושי הומנא שטייט היינט אין שטאט{{הערה|https://www.shtetlinks.jewishgen.org/humenne/humenne.htm}}. | |||
==דרויסנדיגע לינקס== | |||
*{{קהילה לינקס|humenne/humenne.htm}} | |||
*[https://cja.huji.ac.il/browser.php?mode=set&id=52991 Jewish cemetery in Humenné, Slovakia] – Center for Jewish Art | |||
*{{דף שער בספרייה הלאומית|987007564618305171|הומנה (סלובקיה)}} | |||
== רעפערענצן == | |||
{{רעפערענצן}} | |||
[[he:הומנה]] | |||
רעדאגירונגען