אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי מנחם כ"ץ פרוסטיץ"
אין תקציר עריכה צייכן: רויע רעדאגירונג |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אונגארישע אידן; צוגעלייגט קאַטעגאָריע:רבני אונגארן דורך HotCat) |
||
| (7 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|צעהלימער רב (תקנ"ה–תרנ"א)}} | |||
[[טעקע:מנחם כץ.jpg|קליין|רבי מנחם כ״ץ-פרוסטיץ פאטאגראפירט אין קעניגליכן פאלאץ אין וויען]] | [[טעקע:מנחם כץ.jpg|קליין|רבי מנחם כ״ץ-פרוסטיץ פאטאגראפירט אין קעניגליכן פאלאץ אין וויען]] | ||
'''רבי מנחם כ"ץ-פּרוסטיץ''' (בערך ה'תקנ"ה – ט"ז אדר א' ה'תרנ"א) איז געווען איינער פון די חשובסטע ארטאדאקסישע רבנים אין אונגארן אינעם 19טן יאָרהונדערט. ער האָט געדינט מער ווי פופציג יאָר אלס רב פון דער קהילה אין [[צעהלים]] (דויטשקרויץ), איינע פון די "[[שבע קהילות]]" אין בורגנלאַנד, און איז געווען פון די נאָנטסטע און גרעסטע תלמידים פונעם [[חתם סופר]]. | |||
==ביאגראפיע== | |||
===יוגנט=== | |||
ר' מנחם איז געבוירן געוואָרן אין פּראָסטיץ (Prostějov), [[מעהרן]], צו זיין פאָטער ר' אליעזר כ"ץ וואַנפריד און זיין מוטער הינדל. ר' אליעזר'ס פאטער איז געקומען פון דער שטאָט וואַנפריד אין העסע-נאַסאַו, דייטשלאַנד קיין פרוסטיץ, וואו ער האט געהייראט אַן אייניקל פונעם באַרימטן פילאַנטראָפּ און שתדלן [[רבי שמשון ווערטהיימער]] פון ווין{{הערה|שטיינער, תולדות, עמ' ד הערה 5}}. | |||
אין זיין יוגנט האָט ער געלערנט ביי זיין פעטער, רבי משה כ"ץ וואַנפריד, וואס איז געווען א ר"מ און א גרויסער עושר אין פּראָסטיץ. רבי מנחם איז געווען באקאנט אלס אן עילוי מיט זעלטענע כשרונות{{הערה|שטיינער, תולדות, עמ' ה}}. | |||
אלס בחור איז ער געפאָרן קיין [[פרעשבורג|פּרעשבורג]] צו לערנען אין דער ישיבה פונעם חתם סופר, וואו ער איז געוואָרן איינער פון זיינע מערסט אויסגעצייכנטע תלמידים. ער האָט געלערנט אין פּרעשבורג צען יאָר, און אפילו נאָך זיין חתונה האָט ער ווייטער געלערנט דאָרט פינף אדער זיבן יאָר{{הערה|שטיינער, עמ' יב און הערה 24}}. ער איז געווען אזוי צוגעבונדן צו זיין רבי'ן, אז ער האט אפגעזאגט שידוכים פון אנדערע שטעט כדי צו קענען בלייבן אין פרעשבורג{{הערה|שטיינער, עמ' ח}}. | |||
רבי מנחם איז געווען אַ באַליבטער תלמיד מובהק פונעם חתם סופר, וועלכער האט אים גערופן "מנח'ל"{{הערה|שטיינער, עמ' ח הערה 12}}. ער פלעגט אים טיטולירן "חכימא דיהודאי" און האט אים דערמאנט אין זיין חידושי ש"ס אלס "תלמידי הבח' המופלג"{{הערה|[https://www.sefaria.org/Chidushei_Chatam_Sofer_on_Bava_Batra.4a.5 חידושי חתם סופר בבא בתרא ד, א]}} און שפעטער אלס "הרבני המופלג"{{הערה|[https://www.sefaria.org/Chidushei_Chatam_Sofer_on_Chullin.30a.2 חידושי חתם סופר חולין ל, א]. זעט אויך דארט [https://www.sefaria.org/Chidushei_Chatam_Sofer_on_Chullin.135a.9 קלד, ב]}}. | |||
רבי מנחם איז אויך געווען פון די געציילטע תלמידים מיט וועמען דער חתם סופר האט געלערנט תורת הנסתר (קבלה), און ער האט אראפגעשריבן פילע קבלה ענינים בשם זיין רבי'ן אין א נאטיץ-ביכל{{הערה|שטיינער, עמ' יב; רבי ישכר שלמה טייכטאל, אם הבנים שמחה, עמ' שד"מ}}. | |||
עס ווערט דערציילט אז רבי מנחם האט זיך אמאל באהאלטן אין צימער פונעם חתם סופר, פון וואו ער האט געזען ווי א הימלישער ליכט האט באגאסן דעם צימער. ער האט זיך אזוי גענומען ציטערן ביז זיין רבי האט אים געפּאקט{{הערה|שטיינער, עמ' יב הערה 23. זעט יום טוב ליפמאן ראקאוו, תולדות וחידושי ח"ב, תשנ"ז, עמ' יב; {{היברובוקס|2=ארחות הסופר|3=59962|מקום הוצאה=לאנדאן|שנת הוצאה=תשע"ז|מו"ל=מכון אוצרות הסופר|עמ=ז–ח}}}}. | |||
===רבנות=== | |||
בערך אין יאָר תקצ"ד איז ער אויפגענומען געוואָרן אַלס רב אין ראַגנדאָרף (Rajka), א שטעטל נאענט צו פרעשבורג, כדי ער זאל קענען ווייטער זיין נאנט צו זיין רבי'ן{{הערה|שטיינער, עמ' יג–יד}}. | |||
ערב סוכות ה'ת"ר האט דער חתם סופר געשיקט א בריוו צו רבי מנחם, בעטנדיג ער זאל קומען אים דערמאנען א געוויסן חידוש אין מסכת סוטה. דער בריוו איז אנגעקומען שפעט, און רבי מנחם איז אנגעקומען קיין פרעשבורג פונקט אין די לעצטע שעה'ן פונעם רבי'ן. נאכדעם וואס ער האט איבערגעזאגט דעם חידוש, האט דער רבי אים געווינקען ער זאל פארלאזן דעם צימער (זייענדיג א כהן), זאגנדיג: "רבי מנחם כ"ץ, גסיסה!". רבי מנחם האט דערציילט אז דער רבי האט געווארט מיט יציאת נשמה ביז ער איז ארויס אין הויף{{הערה|שטיינער, עמ' טו–טז}}. | |||
אין יאָר ת"ר, נאָך דער פּטירה פונעם חתם סופר, איז ער באַשטימט געוואָרן אַלס רב אין צעהלים, וואו ער האט געדינט פאר מער ווי פופציג יאר. ער האָט דאָרט אָנגעפירט מיט אַ חשובע ישיבה וואו עס האבן געלערנט העכער הונדערט תלמידים{{הערה|ר"א פוקס, ישיבות הונגריה בגדלותן ובחורבנן, ח"א, עמ' 579.}}, צווישן זיי באַקאַנטע פונעם קומענדיגן דור, ווי [[רבי משה גרינוואלד|רבי משה גרינוואַלד]], דער "ערוגת הבושם". | |||
אין דער צעהלימער קהילה איז ער געווען באַקאַנט נישט נאָר אַלס אַ גרויסער למדן, נאָר אויך אַלס אַ [[בעל מופת]]. עס ווערט דערציילט אַז בעת אַ [[כאלערע|כאָלערע]] עפּידעמיע האט געבושעוועט אין צעהלים אין יאר תר"ט, האט ער אָרגאַניזירט א "שווארצע חתונה" (א חתונה פון צוויי יתומים) אויפן בית-עולם, און די מגיפה האט זיך אפגעשטעלט{{הערה|שטיינער, כג–כד}}. | |||
===אלס פירער פון דעם אונגארישן אידנטום=== | |||
רבי מנחם האט געהאט א גרויסע חשיבות ביי דעם עסטרייך-אונגארישן קייזער [[פראַנץ יאָזעף דער ערשטער]], ביי וועמען ער איז געווען 13 מאל אויף אן אוידיענץ{{הערה|שטיינער, תולדות, עמ' כט}}. ער איז געווען א טייל פון דער דעלעגאציע פון זיבן רבנים וואס זענען געפארן צום קייזער אפצושאפן דעם פלאן פאר א [[רבנים-סעמינאר]] (תרכ"ד){{הערה|שטיינער, לו–מא}}. | |||
ר' מנחם איז געווען פון די פירער פונעם אָרטאָדאָקסישן פאַקציע בעת דעם גרויסן קאָנגרעס פון אונגאַרישן אידנטום אין תרכ"ט און האט געקעמפט קעגן די רעפארם (נעאלאגן) באוועגונג. ער איז געווען דער פאָרזיצער פון דער ערשטער אסיפה פון אָרטאָדאָקסישע רבנים אין בודאַפּעשט אין יאָר תר"ל, וואָס האָט געדינט ווי דער יסוד פאַר דער באַזונדערער אָרטאָדאָקסישער אָרגאַניזאַציע אין אונגארן{{הערה|שטיינער, מה–סח}}. | |||
עס ווערט דערציילט אַז בעת זיין לעצטער אוידיענץ ביים קייזער, ווען ער איז שוין געווען 93 יאָר אַלט, האָט דער קייסער זיך געוואונדערט אויף זיין פרישקייט. ר' מנחם האָט געענטפערט: "{{טערמין|אייל|אויל}} איזט מעהר ניכט דא, אָבער דער {{טערמין|דאָכט|קנויט}} פלאמט נאָך". דער קייסער האָט אַזוי הנאה געהאַט פון דעם ענטפער, אַז ער האָט געהייסן אים פאטאגראפירן און הענגען דאס בילד אין דער קייסערליכער גאַלעריע אין ווין{{הערה|שטיינער, תולדות, עמ' לא אין הערה 49. זעט ראקאוו, תולדות ח"ב, עמ' טז}}. | |||
==פטירה== | |||
{{מציבה| | {{מציבה| | ||
אבן בוכים | אבן בוכים | ||
| שורה 16: | שורה 47: | ||
ת’נ’צ’ב’ה | ת’נ’צ’ב’ה | ||
ושם אמו הינדל}} | ושם אמו הינדל}} | ||
' | ר' מנחם איז נפטר געוואָרן מאנטאג נאַכט, ט"ז אדר א' תרנ"א, אין טיפער עלטער פון 96 יאָר. ער איז באַערדיגט געוואָרן אין צעהלים מיט אַ גרויסער לוי' וואו פילע רבנים פון גאַנץ אונגארן האָבן אים מספּיד געווען. אויף זיין מצבה איז געשריבן אז ער איז געווען אַן "איש אלקים" און "ראש הרבנים במדינתנו". זיין מצבה אויפן בית-עולם אין דויטשקרויץ איז שפּעטער באַנייט געוואָרן דורך זיינע אייניקלעך. | ||
==משפחה== | |||
ר' מנחם האָט חתונה געהאַט מיט הינדל, די טאָכטער פון ר' [[יששכר בער פרענק]], דער שמש און "נאמן" פון דער פּרעשבורגער קהילה. דער חתם סופר אליין האט אויסגענומען דעם שידוך מיט'ן תנאי אז דער שווער זאל אים אויסהאלטן אויף "[[קעסט]]" כדי ער זאל קענען זיצן און לערנען. נאָך איר פריצייטיגע פּטירה האָט ער חתונה געהאט מיט איר שוועסטער ברכה{{הערה|שטיינער, עמ' ט–יא}}. שפעטער אין זיין עלטער (ביי די 85 יאר) האט ער חתונה געהאט א דריטע מאל מיט מרת ראכלה (לבית אדלער), די אלמנה פון ר' ישעיה צאלשאן{{הערה|[https://www.dirshu.co.il/wp-content/uploads/2024/02/טו-אדר-א-כא-אדר-א.pdf גליון יומא בהילולא, תצוה תשפ"ד]. זעט ראקאוו, תולדות ח"ב, עמ' כ}}. ער האָט איבערגעלאָזט פינף זין און צוויי טעכטער: | |||
* ר' שמואל מאיר כ"ץ (תק"צ–תרל"ה{{הערה|קהלת צעהלים, עמ' 142}}), מחבר ספר "שם משמואל". | |||
* יוסף כ"ץ (תקצ"א–){{הערה|קהלת צעהלים, עמ' 142}}. | |||
== | |||
ר' מנחם האָט חתונה געהאַט מיט הינדל, די טאָכטער פון ר' [[יששכר בער פרענק]], דער שמש און "נאמן" פון דער פּרעשבורגער קהילה. נאָך איר פּטירה האָט ער חתונה | |||
* ר' שמואל מאיר כ"ץ (תק"צ–תרל"ה), מחבר ספר "שם משמואל". | |||
* יוסף כ"ץ (תקצ"א–). | |||
* רבי גרשון כ"ץ (תר"א–תר"ס), איידעם פון רבי יצחק אונגאר. | * רבי גרשון כ"ץ (תר"א–תר"ס), איידעם פון רבי יצחק אונגאר. | ||
* רבי משה כ"ץ (תר"ב–), רב אין נייטרא. | * רבי משה כ"ץ (תר"ב–), רב אין נייטרא. | ||
| שורה 52: | שורה 59: | ||
* רבקה, די ווייב פון ר' שמעון חיים פעלנער, רב אין בעלעד. | * רבקה, די ווייב פון ר' שמעון חיים פעלנער, רב אין בעלעד. | ||
צווישן זיינע באקאנטע אייניקלעך | צווישן זיינע באקאנטע אייניקלעך איז [[רבי מרדכי ראטנבערג]], רב פון אנטווערפן. זיין אייניקל נחמה איז געווען די פרוי פון [[רבי ישכר שלמה טייכטאל]], מחבר פון "אם הבנים שמחה". זיין אור-אייניקל רבי אליהו כ"ץ איז געווען דער רב פון באר שבע. | ||
==ביבליאגראפיע== | ==ביבליאגראפיע== | ||
*טוביה יואל שטיינער, [https://tablet.otzar.org/#/exKotar/23768 תולדות וחידושי רבי מנחם כ"ץ פרוסטיץ], בני ברק תש"נ (דריי בענדער) | *טוביה יואל שטיינער און יום טוב ליפמאן ראקאוו, '''[https://tablet.otzar.org/#/exKotar/23768 תולדות וחידושי רבי מנחם כ"ץ פרוסטיץ]''', בני ברק תש"נ (דריי בענדער) | ||
*{{אוצר החכמה|משה אלכסנדר זושא קינסטליכער - שלמה יהודה הכהן שפיצר|קהלת צעהלים וחכמיה|147936|page=132|שנת הוצאה=תש"ס|עמ=133–146}} | *{{אוצר החכמה|משה אלכסנדר זושא קינסטליכער - שלמה יהודה הכהן שפיצר|קהלת צעהלים וחכמיה|147936|page=132|שנת הוצאה=תש"ס|עמ=133–146}} | ||
* | |||
==דרויסנדיגע לינקס== | |||
*{{אייוועלט|11908|ר' בער פרענק מפרעשבורג וחתנו ר' מנחם כ"ץ מצעהלים}} | |||
*[https://toladot.blogspot.com/2011/02/blog-post_19.html תולדות ושורשים - עצי משפחה: רבי מנחם כץ פרוסטיץ - מאה ועשרים שנה לפטירתו] | *[https://toladot.blogspot.com/2011/02/blog-post_19.html תולדות ושורשים - עצי משפחה: רבי מנחם כץ פרוסטיץ - מאה ועשרים שנה לפטירתו] | ||
*{{ | *[https://beinenu.com/sites/default/files/alonim/20_20_73.pdf זיינע תולדות אין גליון דברי תורה, תצוה תשע"ג] | ||
*{{לינק|אדרעס=https://der-transkribierer.at/bagatellen/katz-prossnitz-menachem-23-februar-1891/|שרייבער=Johannes Reiss|קעפל=Katz-Prossnitz (Wannfried) Joachim (Menachem) – 23. Februar 1891|זייטל=Der Transkribierer|דאטום=7 Iyyar 5785}} | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
| שורה 69: | שורה 75: | ||
[[ק:צעהלים]] | [[ק:צעהלים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ארטאדאקסישע רבנים]] | |||
[[קאַטעגאָריע:רבני אונגארן]] | |||
[[he:רבי מנחם כץ]] | [[he:רבי מנחם כץ]] | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 22:30, 18 פעברואר 2026
רבי מנחם כ"ץ-פּרוסטיץ (בערך ה'תקנ"ה – ט"ז אדר א' ה'תרנ"א) איז געווען איינער פון די חשובסטע ארטאדאקסישע רבנים אין אונגארן אינעם 19טן יאָרהונדערט. ער האָט געדינט מער ווי פופציג יאָר אלס רב פון דער קהילה אין צעהלים (דויטשקרויץ), איינע פון די "שבע קהילות" אין בורגנלאַנד, און איז געווען פון די נאָנטסטע און גרעסטע תלמידים פונעם חתם סופר.
ביאגראפיע
יוגנט
ר' מנחם איז געבוירן געוואָרן אין פּראָסטיץ (Prostějov), מעהרן, צו זיין פאָטער ר' אליעזר כ"ץ וואַנפריד און זיין מוטער הינדל. ר' אליעזר'ס פאטער איז געקומען פון דער שטאָט וואַנפריד אין העסע-נאַסאַו, דייטשלאַנד קיין פרוסטיץ, וואו ער האט געהייראט אַן אייניקל פונעם באַרימטן פילאַנטראָפּ און שתדלן רבי שמשון ווערטהיימער פון ווין[1]. אין זיין יוגנט האָט ער געלערנט ביי זיין פעטער, רבי משה כ"ץ וואַנפריד, וואס איז געווען א ר"מ און א גרויסער עושר אין פּראָסטיץ. רבי מנחם איז געווען באקאנט אלס אן עילוי מיט זעלטענע כשרונות[2].
אלס בחור איז ער געפאָרן קיין פּרעשבורג צו לערנען אין דער ישיבה פונעם חתם סופר, וואו ער איז געוואָרן איינער פון זיינע מערסט אויסגעצייכנטע תלמידים. ער האָט געלערנט אין פּרעשבורג צען יאָר, און אפילו נאָך זיין חתונה האָט ער ווייטער געלערנט דאָרט פינף אדער זיבן יאָר[3]. ער איז געווען אזוי צוגעבונדן צו זיין רבי'ן, אז ער האט אפגעזאגט שידוכים פון אנדערע שטעט כדי צו קענען בלייבן אין פרעשבורג[4].
רבי מנחם איז געווען אַ באַליבטער תלמיד מובהק פונעם חתם סופר, וועלכער האט אים גערופן "מנח'ל"[5]. ער פלעגט אים טיטולירן "חכימא דיהודאי" און האט אים דערמאנט אין זיין חידושי ש"ס אלס "תלמידי הבח' המופלג"[6] און שפעטער אלס "הרבני המופלג"[7].
רבי מנחם איז אויך געווען פון די געציילטע תלמידים מיט וועמען דער חתם סופר האט געלערנט תורת הנסתר (קבלה), און ער האט אראפגעשריבן פילע קבלה ענינים בשם זיין רבי'ן אין א נאטיץ-ביכל[8]. עס ווערט דערציילט אז רבי מנחם האט זיך אמאל באהאלטן אין צימער פונעם חתם סופר, פון וואו ער האט געזען ווי א הימלישער ליכט האט באגאסן דעם צימער. ער האט זיך אזוי גענומען ציטערן ביז זיין רבי האט אים געפּאקט[9].
רבנות
בערך אין יאָר תקצ"ד איז ער אויפגענומען געוואָרן אַלס רב אין ראַגנדאָרף (Rajka), א שטעטל נאענט צו פרעשבורג, כדי ער זאל קענען ווייטער זיין נאנט צו זיין רבי'ן[10]. ערב סוכות ה'ת"ר האט דער חתם סופר געשיקט א בריוו צו רבי מנחם, בעטנדיג ער זאל קומען אים דערמאנען א געוויסן חידוש אין מסכת סוטה. דער בריוו איז אנגעקומען שפעט, און רבי מנחם איז אנגעקומען קיין פרעשבורג פונקט אין די לעצטע שעה'ן פונעם רבי'ן. נאכדעם וואס ער האט איבערגעזאגט דעם חידוש, האט דער רבי אים געווינקען ער זאל פארלאזן דעם צימער (זייענדיג א כהן), זאגנדיג: "רבי מנחם כ"ץ, גסיסה!". רבי מנחם האט דערציילט אז דער רבי האט געווארט מיט יציאת נשמה ביז ער איז ארויס אין הויף[11].
אין יאָר ת"ר, נאָך דער פּטירה פונעם חתם סופר, איז ער באַשטימט געוואָרן אַלס רב אין צעהלים, וואו ער האט געדינט פאר מער ווי פופציג יאר. ער האָט דאָרט אָנגעפירט מיט אַ חשובע ישיבה וואו עס האבן געלערנט העכער הונדערט תלמידים[12], צווישן זיי באַקאַנטע פונעם קומענדיגן דור, ווי רבי משה גרינוואַלד, דער "ערוגת הבושם".
אין דער צעהלימער קהילה איז ער געווען באַקאַנט נישט נאָר אַלס אַ גרויסער למדן, נאָר אויך אַלס אַ בעל מופת. עס ווערט דערציילט אַז בעת אַ כאָלערע עפּידעמיע האט געבושעוועט אין צעהלים אין יאר תר"ט, האט ער אָרגאַניזירט א "שווארצע חתונה" (א חתונה פון צוויי יתומים) אויפן בית-עולם, און די מגיפה האט זיך אפגעשטעלט[13].
אלס פירער פון דעם אונגארישן אידנטום
רבי מנחם האט געהאט א גרויסע חשיבות ביי דעם עסטרייך-אונגארישן קייזער פראַנץ יאָזעף דער ערשטער, ביי וועמען ער איז געווען 13 מאל אויף אן אוידיענץ[14]. ער איז געווען א טייל פון דער דעלעגאציע פון זיבן רבנים וואס זענען געפארן צום קייזער אפצושאפן דעם פלאן פאר א רבנים-סעמינאר (תרכ"ד)[15].
ר' מנחם איז געווען פון די פירער פונעם אָרטאָדאָקסישן פאַקציע בעת דעם גרויסן קאָנגרעס פון אונגאַרישן אידנטום אין תרכ"ט און האט געקעמפט קעגן די רעפארם (נעאלאגן) באוועגונג. ער איז געווען דער פאָרזיצער פון דער ערשטער אסיפה פון אָרטאָדאָקסישע רבנים אין בודאַפּעשט אין יאָר תר"ל, וואָס האָט געדינט ווי דער יסוד פאַר דער באַזונדערער אָרטאָדאָקסישער אָרגאַניזאַציע אין אונגארן[16].
עס ווערט דערציילט אַז בעת זיין לעצטער אוידיענץ ביים קייזער, ווען ער איז שוין געווען 93 יאָר אַלט, האָט דער קייסער זיך געוואונדערט אויף זיין פרישקייט. ר' מנחם האָט געענטפערט: "אייל איזט מעהר ניכט דא, אָבער דער דאָכט פלאמט נאָך". דער קייסער האָט אַזוי הנאה געהאַט פון דעם ענטפער, אַז ער האָט געהייסן אים פאטאגראפירן און הענגען דאס בילד אין דער קייסערליכער גאַלעריע אין ווין[17].
פטירה
נוסח פון זיין מציבה
|
|---|
|
אבן בוכים |
ר' מנחם איז נפטר געוואָרן מאנטאג נאַכט, ט"ז אדר א' תרנ"א, אין טיפער עלטער פון 96 יאָר. ער איז באַערדיגט געוואָרן אין צעהלים מיט אַ גרויסער לוי' וואו פילע רבנים פון גאַנץ אונגארן האָבן אים מספּיד געווען. אויף זיין מצבה איז געשריבן אז ער איז געווען אַן "איש אלקים" און "ראש הרבנים במדינתנו". זיין מצבה אויפן בית-עולם אין דויטשקרויץ איז שפּעטער באַנייט געוואָרן דורך זיינע אייניקלעך.
משפחה
ר' מנחם האָט חתונה געהאַט מיט הינדל, די טאָכטער פון ר' יששכר בער פרענק, דער שמש און "נאמן" פון דער פּרעשבורגער קהילה. דער חתם סופר אליין האט אויסגענומען דעם שידוך מיט'ן תנאי אז דער שווער זאל אים אויסהאלטן אויף "קעסט" כדי ער זאל קענען זיצן און לערנען. נאָך איר פריצייטיגע פּטירה האָט ער חתונה געהאט מיט איר שוועסטער ברכה[18]. שפעטער אין זיין עלטער (ביי די 85 יאר) האט ער חתונה געהאט א דריטע מאל מיט מרת ראכלה (לבית אדלער), די אלמנה פון ר' ישעיה צאלשאן[19]. ער האָט איבערגעלאָזט פינף זין און צוויי טעכטער:
- ר' שמואל מאיר כ"ץ (תק"צ–תרל"ה[20]), מחבר ספר "שם משמואל".
- יוסף כ"ץ (תקצ"א–)[21].
- רבי גרשון כ"ץ (תר"א–תר"ס), איידעם פון רבי יצחק אונגאר.
- רבי משה כ"ץ (תר"ב–), רב אין נייטרא.
- ר' מרדכי כ"ץ (–תרס"ג), פון גאלאנטא.
- הינדל, די ווייב פון ר' שמעון סג"ל שפּיצער, און בזיווג שני פון ר' מנחם'ס ממלא-מקום אין צעהלים, רבי דוד פרידמאַן[22].
- רבקה, די ווייב פון ר' שמעון חיים פעלנער, רב אין בעלעד.
צווישן זיינע באקאנטע אייניקלעך איז רבי מרדכי ראטנבערג, רב פון אנטווערפן. זיין אייניקל נחמה איז געווען די פרוי פון רבי ישכר שלמה טייכטאל, מחבר פון "אם הבנים שמחה". זיין אור-אייניקל רבי אליהו כ"ץ איז געווען דער רב פון באר שבע.
ביבליאגראפיע
- טוביה יואל שטיינער און יום טוב ליפמאן ראקאוו, תולדות וחידושי רבי מנחם כ"ץ פרוסטיץ, בני ברק תש"נ (דריי בענדער)
- משה אלכסנדר זושא קינסטליכער - שלמה יהודה הכהן שפיצר, קהלת צעהלים וחכמיה, תש"ס, עמ' 133–146 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
דרויסנדיגע לינקס
- "ר' בער פרענק מפרעשבורג וחתנו ר' מנחם כ"ץ מצעהלים", אשכול אויף אייוועלט
- תולדות ושורשים - עצי משפחה: רבי מנחם כץ פרוסטיץ - מאה ועשרים שנה לפטירתו
- זיינע תולדות אין גליון דברי תורה, תצוה תשע"ג
- Johannes Reiss, Katz-Prossnitz (Wannfried) Joachim (Menachem) – 23. Februar 1891, Der Transkribierer, 7 Iyyar 5785
רעפערענצן
- ↑ שטיינער, תולדות, עמ' ד הערה 5.
- ↑ שטיינער, תולדות, עמ' ה.
- ↑ שטיינער, עמ' יב און הערה 24.
- ↑ שטיינער, עמ' ח.
- ↑ שטיינער, עמ' ח הערה 12.
- ↑ חידושי חתם סופר בבא בתרא ד, א.
- ↑ חידושי חתם סופר חולין ל, א. זעט אויך דארט קלד, ב.
- ↑ שטיינער, עמ' יב; רבי ישכר שלמה טייכטאל, אם הבנים שמחה, עמ' שד"מ.
- ↑ שטיינער, עמ' יב הערה 23. זעט יום טוב ליפמאן ראקאוו, תולדות וחידושי ח"ב, תשנ"ז, עמ' יב; ארחות הסופר, לאנדאן: מכון אוצרות הסופר, תשע"ז, עמ' ז–ח.
- ↑ שטיינער, עמ' יג–יד.
- ↑ שטיינער, עמ' טו–טז.
- ↑ ר"א פוקס, ישיבות הונגריה בגדלותן ובחורבנן, ח"א, עמ' 579.
- ↑ שטיינער, כג–כד.
- ↑ שטיינער, תולדות, עמ' כט.
- ↑ שטיינער, לו–מא.
- ↑ שטיינער, מה–סח.
- ↑ שטיינער, תולדות, עמ' לא אין הערה 49. זעט ראקאוו, תולדות ח"ב, עמ' טז.
- ↑ שטיינער, עמ' ט–יא.
- ↑ גליון יומא בהילולא, תצוה תשפ"ד. זעט ראקאוו, תולדות ח"ב, עמ' כ.
- ↑ קהלת צעהלים, עמ' 142.
- ↑ קהלת צעהלים, עמ' 142.
- ↑ רבי דוד פרידמן מצעהלים, אויף "אישי ישראל"
