אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי מנחם שלם"

קיין רעדאגירונג באמערקונג
(בס"ד)
צייכן: רויע רעדאגירונג
 
אין תקציר עריכה
(6 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 1: שורה 1:
'''רבי מנחם בן יעקב שלם''', באקאנט אויך ווי '''רבי מנחם אגלער''', איז געווען א אידישער למדן און פילאזאף וואס איז געווען טעטיג אין פּראג אין אנהייב פופצנטן יארהונדערט, ארום יאר ה' קע"ג (1413). ער ווערט אנגעזען דורך עטליכע געלערנטע ווי דער ערשטער אידישער אינטעלעקטואל אין מיטל אלטערליכן אשכנז וואס מען קען אים רופן א "פילאזאף" אָן איבערטרייבן.
{{דעסקריפציע|אריסטאטעלישער פילאזאף אין די ה'ק' יארן פּראג}}
{{אישיות רבנית
| געבורט דאטום = אומבאַקאַנט (בערך 1340–1390)
| געבורט ארט = מעגליך אין צענטראַל-אײראָפּע
| פטירה דאטום = אומבאַקאַנט (נאָך 1413, בערך 1420)
| טעטיגקייט ארט = פּראָג, באָהעמיע (הײנט טשעכיע)
| ידוע בשל = אַריסטאָטעלישער אידישער פילאָזאָף, דיין
| עיסוק = דער פּראָגער קרײז פון געלערנטע
| השקפה דתית = מיימאָנידישער ראַציאָנאַליסט, קעגנער פון קבלה
}}
'''רבי מנחם בן יעקב שלם''', אויך באוואוסט אלס '''רבי מנחם אגלער''' (און אמאל בטעות אנגערופן "ר' מנחם קרא"; געב' בערך ה'ק'–ה'ק"ל; נפ' נאָך ה'קע"ג), איז געווען א למדן און אַריסטאָטעלישער פילאזאף וואס איז געווען טעטיג אין [[פראג|פּראג]] אין שפּעטן 14טן און פריען 15טן יארהונדערט. ער ווערט אנגעזען דורך עטליכע געלערנטע ווי דער ערשטער אידישער אינטעלעקטואל אין מיטל אלטערליכן אשכנז וואס מען קען אים רופן א "פילאזאף" אָן איבערטרייבן.


== ביאגראפיע און אקטיוויטעטן ==
== ביאגראפיע און אקטיוויטעטן ==
רבי מנחם בן יעקב שלם האט געלעבט רוב זיין לעבן אין פּראג, וואו עס זענען ווארשיינליך פארפאסט געווארן זיינע ווערק. ער איז געווען א מיטגליד פון בית דין אין פּראג, צוזאמען מיט [[רבי יום טוב ליפמאן מילהויזן|רבי יום טוב ליפּמאַן מיהלהויזן]] און [[רבי אביגדור קרא]].
די גענויע דאטומס פון זיין געבורט און פטירה זענען אומבאקאנט. אין יאר ה'קע"ג איז ער געווען א דיין אינעם פראגער בית דין צוזאמען מיט [[רבי יום טוב ליפמאן מילהויזן]] און [[רבי אביגדור קרא]]. מען נעמט אן אז זיינע איבערגעבליבענע ספרים האט ער פארפאסט אין פראג. עס איז דא א השערה אז ער איז אמאל געפארן קיין ירושלים און דעריבער האט ער זיך צוגעגעבן דעם נאמען "שלם"{{הערה|אלחנן ריינר, 1984, "בין אשכנז לירושלים : חכמים אשכנזים בא"י לאחר "המוות השחור"", ''שלם'' ד(תשמ"ד): 27–62; ישראל י. יובל, 1989. ''[https://www.academia.edu/7968706/יובל_חכמים_בדורם_המנהיגות_הרוחנית_של_יהודי_גרמניה_בשלהי_ימי_הביניים חכמים בדורם: המנהיגות הרוחנית של יהודי גרמניה בשלהי ימי הביניים]''. ירושלים: מאגנס; Davis 1993}}, כאָטש עס איז מעגליך אַז ער האָט דאָס געירשנט פון זיין פאָטער, רבי יעקב{{הערה|1=Žonca 2021; Visi 2023}}. אין א בריוו-אויסטויש וואס ער האט געהאט מיט [[רבי אברהם קלויזנער]] (דער בעל "מנהגים"), א וויכטיגער רב און פוסק אין וויען סוף 14טן יארהונדערט, ווערט ער אנגערופן "מנחם אגלער". דער נאמען "אגלער" קען ווייזן אז ער שטאמט פון אקוויליע (Aquileia, אין דייטש: אגלאר) אין צפון-מזרח איטאליע{{הערה|[[#קופפר|קופפר 1973]]}}.


ר' מנחם האט קארעספּאנדירט מיט [[רבי אברהם קלויזנער]], א פירנדער רבנישער אויטאריטעט פון דער נידער־עסטרייכישער שולע אין די לעצטע צענדליגער יארן פונעם פערצנטן יארהונדערט. ר' אברהם האט געבעטן ר' מנחם'ען פאר שריפטליכע אינסטרוקציעס וועגן די "טיפע סודות… וואס א מענטש דארף וויסן" בנוגע די הויפּט פּרינציפּן פון ג־טליכער איינהייט. ר' אברהמ'ס פראגע איז ארויסגעקומען פון זיין באגעגעניש מיט סתירה'דיגע סטעיטמענטס אין פארשידענע טעקסטן וועגן דער נאטור פון דער פאָרעם פון ג־ט וואס איז אנטפּלעקט געווארן צו נביאים. ער האט ציטירט [[רב סעדיה גאון]], רמב"ם, דעם מחבר פון "שיר היחוד", און [[רבי אברהם אבן עזרא]] (וואס האבן געהאלטן אז די זעאונגען זענען באשאפן און אומקערפּערליך) פונאיינזייט, און פון אנדער זייט די מער ליטעראלע און אנטראָפּאָמאָרפישע אינטערפּרעטאציעס פון רבי אלחנן בן יקר פון לאנדאן און [[רבי משה תקו]], צוויי אשכנזישע תלמידי חכמים פון דרייצנטן יארהונדערט{{הערה|קופפר א, לדמותה התרבותית של יהדות אשכנז וחכמיה במאות הי״ד-הט״ו, תרביץ, 42, תשלג, ז' 134–135.}}.
ר' מנחם שלם און זיין חבר, ר' אביגדור קרא, האבן זיך גערופן איינער דעם צווייטן "מיין ברודער" אין זייערע כתבים. דער אויסדרוק ווייזט אויף א נאנטע באציאונג, אבער מען טאר דאס נישט נעמען כפשוטו: למעשה האבן זיי געהאט אנדערע טאטעס און עס איז נישטא קיין שום סיבה צו גלייבן אז זיי זענען געווען משפחה. פונדעסטוועגן, צוליב דעם טיטול, האבן געוויסע היינטיגע היסטאריקער אים בטעות גערופן "מנחם קרא", טראץ דעם וואס דער נאמען ווערט נישט געברענגט אין קיין שום פריערדיגער מקור.


==פילאזאפישע מיינונגען און ווערק==
אין איינע פון זיינע שריפטן דערמאנט ר' מנחם חזיונות וואס ער האט בייגעוואוינט בשעת ער איז געזעצן אין תפיסה ביי די קריסטן. ליידער ווייסט מען נישט מער איבער דעם אינצידענט{{הערה|זעט [[#קופפר|קופפר 1973]]}}.
איינע פון רבי מנחם שלם'ס הויפּט ווערק איז א סופּערקאמענטאר (א פירוש אויף א פירוש) אויף [[משה נרבוני]]'ס פירוש אויף רמב"ם'ס [[מורה נבוכים]]. נרבוני'ס קאמענטאר איז פארענדיגט געווארן אין סאָריאַ, שפּאניע אין 1362. ר' מנחם'ס שריפטן און הערות אויף כתבי־יד שפּיגלען אפּ די שטעלונגען און פּראקטיקן וואס זענען פארבונדן מיטן שטודירן דעם "מורה נבוכים".


ער האט געהאט א טיפן אינטערעס אין רמב"ם'ס פילאזאפיע, און זיין ארבעט גיט אונז א פארשטענדעניש פון דער ראלע פון פילאזאפיע אין שפּעט מיטל־עלטערליכן אשכנז'ישער קולטור. ער ווערט באטראכט ווי איינער פון די הויפּט פיגורן וואס זענען געווען פארנומען מיטן פארשפּרייטן פילאזאפישע קענטעניס אין פופצנטן יארהונדערט אשכנז, לויט [[אפרים קופפער|אפרים קופּפער]]'ס ארטיקל וואס איז פּובליקירט געווארן אין 1972. אבער קופּפער'ס טעזיס איז ברייט אנגעצווייפלט און קריטיקירט געווארן.
==זיינע חיבורים און מחשבה==
ר' מנחם שלם האט איבערגעלאזט פיר עיקר חיבורים: 1) "כתב היחוד ודרך החיים" א פילאזאפישער זאמלונג וואס באהאנדלט קלאסישע טעמעס פון דער מיטל-אלטערליכער אידישער פילאזאפיע, ווי למשל שלימות השכל, נבואה, און הוכחות אויף מציאות הבורא און איבער [[השארת הנפש]]{{הערה|אוניווערזיטעט פון אקספארד, [[באדלעיאן ביבליאטעק]], MS Opp. 585; [https://www.nli.org.il/en/manuscripts/NNL_ALEPH990000687110205171/NLI The Palatina Library, Cod. Parm. 2478 (רל"ד)];  [https://www.nli.org.il/en/manuscripts/NNL_ALEPH990000691170205171/NLI The Russian State Library Ms. Guenzburg 275 Turin National University Library Ms. A VI 34 F47583]}}; 2) א סעריע הגהות אויף [[משה נרבוני]]'ס פירוש אויפן "[[מורה נבוכים]]" פונעם רמב"ם (עס אנטהאלט אויך ר' מנחם'ס הגהות אויף [[אל-גאזאלי]]"כונות הפילוסופים" (مقاصد الفلاسفة), א טעקסט וואס איז געווארן פּאפּולער צווישן אידישע געלערנטע אינעם פערצנטן יארהונדערט אלס א גוטע זאמלונג פון פארשידענע פילאזאפישע מיינונגען){{הערה|1=אוניווערזיטעט פון אקספארד, באדלעיאן ביבליאטעק, MS Opp. 573}}; 3) א בריוו צו ר' אברהם קלויזנער, רב פון וויען, איבער עניני פילאזאפיע און אמונה; און 4) א פראגמענט פון א ויכוח קעגן דער קריסטליכער גלויבן פונעם "דריי-אייניגקייט"{{הערה|זעט [[#קופפר|קופפר 1973]]; תלמג' 1980; חנא שמרוק, 1981, "[https://bookreader.nli.org.il/NliBookViewer/?ie_pid=IE45651522#page/n0/mode/2up למאמרו של א. תלמג']" '''קרית ספר''' נו (תשמ"א): 549; פאר אנדערע, קלענערע חיבורים, זעט אפרים תלמג', "מכתבי ר' אביגדור קרא ור' מנחם שלם", אין הגות ומעשה: ספר זכרון לשמעון ראבידוביץ במלאת עשרים וחמש שנים למותו, תשמ"ג, עו. אברהם גרינבוים און Alfred Ivry, עמ' 43–52. תל אביב: טשעריקאווער.}}.


ר' מנחם שלם האט זיך פארנומען מיט א קאנצענטרירטן שטודירן פון פילאזאפישע טעקסטן סיי פון אידישן און סיי פון נישט-אידישן אריגין, איינשליסנדיג די ווערק פון [[אריסטו]] און זיינע שפּעטערדיגע קאמענטאטארן. ער האט געלערנט די טעקסטן אין העברעאישע איבערזעצונגען וואס זענען פּראדוצירט געווארן צענדליגער יארן פריער, מערסטנס אין [[פּראווענצע|פּראָווענס]]. ער האט דיסקוטירט פילאזאפישע עקזעגעזע מיט אנדערע און געפּרואווט צו דעפינירן די באציאונג צווישן פילאזאפישער און וויסנשאפטלעכער קענטעניס פונאיינזייט, און די קענטעניס וואס איז באקומען דורך אידישע מסורה, איינשליסנדיג די מיסטישע און סודות'דיגע מסורה באקאנט אלס קבלה, פון אנדער זייט. ער איז אויך געווען אינטערעסירט אין פארשפּרייטן פילאזאפישע קענטעניס צו זיינע צייטלער. ער האט אפילו געשריבן טעקסטן וואס זענען געווידמעט צו דעטאלירטע ערקלערונג פון פילאזאפישע מאטיוון און צו אויספארשן די באציאונג צווישן אריסטאָטעלישער פילאזאפיע און טראדיציאנעלער אידישער רעליגיעזער פּראקטיק.
פיל פון זיין מחשבה האט זיך געדרייט ארום די כוחות פון די כוכבים ומזלות וואס מישן זיך אריין אין דער וועלט ("עולם השפל"). מצד אחד האט ר' מנחם געהאלטן אז די באוועגונג פון די הימלישע קערפערס שאפן השפעות אויף א מעכאנישן וועג; מצד שני האט ער געגלייבט אז די "רוחות" פון די כוכבים האבן א סימפאטיע צו מענטשן, ספעציעל צו פילאזאפן, און זיי ווארענען זיי פון סכנות דורך חלומות און מראות{{הערה|Visi, Tamás. 2009. The emergence of philosophy in Ashkenazic contexts – The case of Czech lands in the early fifteenth century. In ''Science and philosophy in Ashkenazi culture: Rejection, toleration, and accommodation'', ed. Gad Freudenthal, 13–315. in ''Simon Dubnow Institute Yearbook'' 8 (2009): 213–243.}}.


זיינע מוסטערן פון פילאזאפישן שטודיום זענען געווען באאיינפלוסט דורך די סודות'דיגע איבערגעבונג פון מיסטישע טעקסטן, ווי אויך דורך די אקומולאטיווע, גלאָס-אריענטירטע מעטאדן פון הלכה'דיגן שטודיום. ענליך צו זייער טראדיציאנעלן צוגאנג צו אויטאריטעטיווע טעקסטן פון אידישן רעליגיעזן געזעץ, האבן אשכנז'ישע געלערנטע וואס זענען געווען אינטערעסירט אין פילאזאפישן שטודיום קאנצענטרירט אויף א קליין צאל פון קאַנאָנישע טעקסטן וואס זענען פּראדוצירט געוואָרן דורך אנערקענטע אויטאריטעטן ווי רמב"ם און זיינע שפּעטערדיגע מפרשים, און האבן פארשפּרייט די טעקסטן צוזאמען מיט קאָמענטאַרן וואס ערקלערן און בארייכערן זייער אינהאלט.
ר' מנחם האט געגלייבט אז א דביקות פונעם מענטשליכן שכל אינעם "שכל הפועל" (Active Intellect) איז מעגליך, און אז אזא דביקות, איינמאל עס קומט צושטאנד, שיצט דעם מענטש פון שעדליכע השפעות פון די מזלות. אזוי ארום, דורך יאגן זיך נאך שכליות'דיגע שלימות, קען א מענטש זיך ראטעווען פונעם גורל וואס איז באשטימט געווארן דורך די הימלישע באוועגונגען. גייענדיג אין די פוס-טריט פון דער רמב"ם-טראדיציע, האט שלם געטענה'ט אז דאס לערנען ספרי פילאזאפיע קען ברענגען דעם מענטש צו דער אויסלייזנדער שלימות השכל; פון דער אנדערער זייט, אנדערש ווי זיינע חברים ר' יו"ט מילהויזן און ר' אביגדור קרא, האט ער געהאלטן אז לימוד הקבלה איז גארנישט ווערט (עפ"ל). ר' מנחם האט פארדאמט דאס גלייבן אין [[גלגול]] הנשמות אלס א טעות. ר' מנחם האט אויך געטענה'ט אז "משיח" און "אליהו הנביא" האבן "אלעגארישע" (משל-ארטיגע) באדייטן: משיח איז א משל אויף דעם אויסלייזנדן דביקות פונעם מענטשליכן שכל אינעם שכל הפועל, און אליהו איז א רמז אויף דער גייסטיגער-שכליות'דיגער אנטוויקלונג וואס קומט פאר דעם{{הערה|1=Visi 2011}}.


ער האט באוויזן וויכטיגע מאטיוון וואס קומען ווידער ארויף אין זיינע שריפטן. אין איינע פון זיינע הגהות אויף דעם "מורה נבוכים" האט ער אויך אנגעוויזן אויף א באזונדערן מאמר וואס ער האט געשריבן וועגן השגחה פרטית.
==זיין לעגאַט==
 
רוב פון שלם'ס ווערק זענען פארבליבן אין כתבי-יד ביזן היינטיגן טאג. איין איינצלנער סופר, ירוחם בן שלמה פישל, האט איבערגעשריבן רוב פון די רעלעוואנטע כתבי-יד אין דער צווייטער העלפט פונעם 15טן יארהונדערט אין קליין-פוילן{{הערה|מלאכי בית-אריה, 1981, "[https://bookreader.nli.org.il/NliBookViewer/?ie_pid=IE45651537#page/n0/mode/2up הערה להערתו של ח' שמרוק למאמרו של א. תלמג']". קרית ספר נו, תשמ"א: 750.}}. שלם ווערט ציטירט אין א רבנישן ויכוח איבער די מעגליכקייט פון גלגול נשמות אין יאר 1466 אין קאנדיע, [[כרתי]]{{הערה|[[#קופפר|קופפר 1973]]; אויף דער ויכוח זעלבסט, זעט Ogren, Brian. 2009. ''Renaissance and rebirth: Reincarnation in early modern Italian Kabbalah''. Leiden/Boston: Brill.}}. צי זיינע ווערק האבן געהאט א השפעה אויף די אידישע דענקער פונעם 16טן יארהונדערט, אדער צי מען קען רעדן פון א קייט פון "אידישער ראציאנאליזם" (חקירה) ביי די אשכנזישע אידן סוף מיטל-אלטער, איז א דעבאטירטע פראגע ביי די פארשער{{הערה|1=זעט [[#קופפר|קופפר 1973]]; Davis 1993; Fishman, David. 1997. Rabbi Moshe Isserles and the study of science among Polish rabbis. ''Science in Context'' 10(1997): 571–588; Reiner, Elchanan. 1997. The attitude of Ashkenazi society to the new science in the sixteenth century. ''Science in Context'' 10(1997): 589–603; Visi 2011}}.
==קאנטעקסט אין אַשכּנזישער קולטור==
די רבנישע קולטור אין בעהמען האט אנגעהויבן צו פאלן פון מיטעלן דרייצנטן יארהונדערט ווייטער. אבער א קליינע גרופּע פון אידישע לייענער און געלערנטע וואס זענען געווען אינטערעסירט אין אריסטאָטעלישער פילאזאפיע, בפארט דורך דער מיטלונג פון רמב"ם, איז אנטשטאנען אין פּראג ארום דער ווענדונג פון פופצנטן יארהונדערט.
 
אין אלגעמיין, האבן מיטל־עלטערליכע אשכנזישע אידן מערסטנס געפעלט צוטריט צו פילאזאפישע שריפטן ווי דער "מורה נבוכים", אדער זענען זיי געווען אומאינטערעסירט. פילאזאפיע איז אפט מאל אנגעזען געווארן אלס א געפאר פאר אידישער רעליגיעזקייט.
 
טראץ דעם כללית'דיגן קאנטעקסט, זענען ר' מנחם'ס קאלעגן אינעם פּראגער בית דין אויך געווען פארנומען מיט אינטעלעקטועלע אונטערנעמונגען וואס האבן אנגערירט פילאזאפיע. ר' יום טוב ליפּמאן מילהויזן, א מיטגליד פונעם זעלבן בית דין ווי ר' מנחם שלם און ר' אביגדור קרא, האט אויך שטודירט רמב"ם'דיגע פילאזאפישע טעקסטן. מילהויזן האט אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון דאקטרינע אין אידישקייט. מילהויזן האט געשריבן א פירוש אויף קבלה וואס איז געווען א רעאקציע צו ר' מנחם שלם, מיטן נאמען "קודש הילולים", געשריבן אין פארעם פון א לאנגן בריוו געשריבן צו ר' מנחם. ר' אביגדור האט געשריבן א ווערק מיטן נאמען "אבן ספיר" וואס האט געפּרואווט צו פארגלייכן סתירות צווישן קבלה און פילאזאפיע. ר' אביגדור האט אויך געשריבן א פּיוט אויף די דרייצן עיקרי אמונה.
 
==איבערגעבונג און אפּקלייב פון זיינע ווערק==
די איבערלעבענע כתבי־יד פון ר' מנחם שלם'ס ווערק זענען רעלאטיוו ווייניג באמערקט געווארן ביז לעצטנס. צוויי כתבי־יד וואס אנטהאלטן א גרויסן טייל פון ר' מנחם'ס ווערק, נעמליך א זאמלונג פון פארשידענע פילאזאפישע טעקסטן (אוניווערזיטעט פון אקספארד, [[באדלעיאן ביבליאטעק]], MS Opp. 585) און א קאפּיע פון נרבוני'ס קאמענטאר אויפן "מורה נבוכים" מיט הגהות פון ר' מנחם (אוניווערזיטעט פון אקספארד, באדלעיאן ביבליאטעק, MS Opp. 573), זענען געשריבן געווארן דורך דעם זעלבן שרייבער, ירוחם בן שלמה פישל. דער כתב־יד MS Oxford, Bodleian Library, Opp. 585 איז אפּגעשריבן געווארן צווישן 1465 און 1467 אין די שטעטלעך יאראסלאוו (Jarosław) און סאנדאמיערז (Sandomierz). אויסער נרבוני'ס קאמענטאר מיט ר' מנחם'ס הגהות, אנטהאלט עס אויך ר' מנחם'ס הגהות אויף [[אל-גאזאלי]]'ס "כונות הפילוסופים" (مقاصد الفلاسفة), א טעקסט וואס איז געווארן פּאפּולער צווישן אידישע געלערנטע אינעם פערצנטן יארהונדערט אלס א גוטע זאמלונג פון פארשידענע פילאזאפישע מיינונגען.
 
צוויי טעקסטן איבערגעזעצט אויף רוטעניש פון העברעיש, נעמליך יוהאנעס דע סאַקראָבאָסקאָ'ס "De sphaera" און רמב"ם'ס "מאמר ההגיון", זענען איינגעשלאסן אין ר' יהודה בן יעקב'ס כתב־יד וואס אנטהאלט ר' מנחם'ס הגהות אויף נרבוני. אל-גאזאלי'ס "כונות הפילוסופים", וואס איז אויך טיילווייז איבערגעזעצט געווארן אויף רוטעניש פון העברעאיש מיטן נאמען "די בוך גערופן לאגיק" (Logika of the Judaizers), געפינט זיך אין ירוחם בן שלמה'ס אקספארד כתב־יד מיט ר' מנחם'ס קאמענטארן. לויט משה טויבע, האט דער סלאווישער איבערזעצער פון דער "לאגיק" ווארשיינליך גענוצט א "זייער נאנטן אור-עלטערן" פון דעם אקספארד כתב־יד אלס זיין מאדעל. דער איבערזעצער איז געווען א געלערנטער איד מיט אן אימפּאזאנטער קענטעניס פון מיטל־עלטערליכער פילאזאפיע, וועלכער האט אפט צוגעלייגט ערקלערונגען אין זיין איבערזעצונג.
 
בשעת דער אינטערעס אינעם שטודירן דעם "מורה נבוכים", באגלייט מיט סודות'דיגע קאָמענטאַרן און אנדערע פילאזאפישע טעקסטן, איז געווען טעטיג אין די געגנטן מזרח פון פּראג, אין קליין פּוילן, במהלך פופצנטן יארהונדערט, לויט די איבערלעבענע כתבי־יד, איז אויך דא באווייז אז זיין איינפלוס אויף דער "הויפּטשטראם" אשכנזישער קולטור איז געווען פיל מער באַגרענעצט ווי קופּפער האט פארגעשלאגן.


==ביבליאגראפיע==
==ביבליאגראפיע==
*אפרים קופפר, "לדמותה התרבותית של יהודות אשכנז וחכמיה במאות הי״ד-הט״ו", תרביץ מב (תשל"ב-תשל״ג), עמ' 147-113.
*{{אנקער|קופפר|אפרים קופפר, 1973, "לדמותה התרבותית של יהודות אשכנז וחכמיה במאות הי״ד-הט״ו", '''תרביץ''' מב (תשל"ב-תשל״ג), עמ' 147-113.}}
*אפרים תלמג', 1980, ויכוח אנטי נוצרי במזרח אירופה בסגנון הפולמוס בספרד – כ"י יחיד, '''קרית ספר''' נו (תשמ"א): 369–372.
*הרב יהודה זייבלד, "[https://imhm.blogspot.com/2022/03/blog-post.html פירוש יוסף המשכיל למורה נבוכים – חוג קראי של לומדי מורה נבוכים ומפרשיו בביזנטיון]", גילוי מילתא בעלמא, מאי 5, 2022
*הרב יהודה זייבלד, "[https://imhm.blogspot.com/2022/03/blog-post.html פירוש יוסף המשכיל למורה נבוכים – חוג קראי של לומדי מורה נבוכים ומפרשיו בביזנטיון]", גילוי מילתא בעלמא, מאי 5, 2022
*Milan Žonca, "[https://publications.cuni.cz/bitstream/handle/20.500.14178/1844/169694653139751.pdf Menaḥem ben Jacob Shalem and the Study of Philosophy in Late Medieval Prague]", ''Studying the Arts in Late Medieval Bohemia: Production, Reception and Transmission of Knowledge'', ed. by Ota Pavlíček, Turnhout, 2021 (Studia Artistarum, 48), p. 27–47
*Davis, Joseph M. 1993. Philosophy, dogma, and exegesis in medieval Ashkenazic Judaism: The evidence of ''Sefer Hadrat Qodesh''. ''Association for Jewish Studies (AJS) Review'' 18(1993): 195–222.
*Visi, Tamás. 2011. [https://www.academia.edu/2045530/On_the_Peripheries_of_Ashkenaz_Medieval_Jewish_Philosophers_in_Normandy_and_in_the_Czech_Lands_from_the_Twelfth_to_the_Fifteenth_Centuries On the peripheries of Ashkenaz: Medieval Jewish philosophers in Normandy and in the Czech lands from the twelfth to the fifteenth century]. Habilitation dissertation, Palacky University, Olomouc, 2011.
*Milan Žonca, 2021, "[https://publications.cuni.cz/bitstream/handle/20.500.14178/1844/169694653139751.pdf Menaḥem ben Jacob Shalem and the Study of Philosophy in Late Medieval Prague]", ''Studying the Arts in Late Medieval Bohemia: Production, Reception and Transmission of Knowledge'', ed. by Ota Pavlíček, Turnhout, 2021 (Studia Artistarum, 48), p. 27–47
*Visi, T. (2025). ''Philosophers on the Periphery of Ashkenaz''. Leiden, The Netherlands: Brill.
 
== רעפערענצן ==
{{רעפערענצן}}


[[ק:אידישע פילאזאפן]]
[[קאַטעגאָריע:פראג]]
[[en:Menahem ben Jacob Shalem]]
[[en:Menahem ben Jacob Shalem]]