אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גרויסע דעפרעסיע"

קיין רעדאגירונג באמערקונג
(בס"ד)
צייכן: רויע רעדאגירונג
 
אין תקציר עריכה
צייכן: רויע רעדאגירונג
 
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 1: שורה 1:
די '''גרויסע דעפּרעסיע''' (וועלט ווירטשאפט קריזיס) איז געווען דער שווערסטער עקאָנאָמישער קריזיס אין דער געשיכטע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין אַמעריקע אין סוף יאָר 1929 און געצויגן זיך איבער צען יאָר. דער קריזיס האָט אַרומגעכאַפּט די גאַנצע וועלט, ברענגענדיג מאַסן־אַרבעטסלאָזיקייט און הונגער.
{{דרעפט}}
{{דעסקריפציע|אלוועלטליכע עקאנאמישע קריזיס (1929–1939)}}
די '''גרויסע דעפּרעסיע''' (ענגליש: Great Depression) איז געווען דער ערגסטער און לענגסטער עקאָנאָמישער קריזיס אין דער היסטאָריע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין אַמעריקע אין סוף יאָר 1929 און געצויגן זיך איבער צען יאָר. דער קריזיס האָט אַרומגעכאַפּט די גאַנצע וועלט, ברענגענדיג מאַסן־אַרבעטסלאָזיקייט און הונגער.


ביי אידן אין אַמעריקע האָט די דעפּרעסיע אַרויפגעוואָרפן אַ שווערע לאַסט אויף דער פילאַנטראָפּישער אַרבעט. אין קאַנאַדע האָט דער קריזיס, אינאיינעם מיט דעם היטלער אויפקום אין די דרייסיגער יאָרן, געטוישט די אימיגראַציע־אַרבעט צו אַ פראַגע פון ממש פיזישער רעטונג. די אידישע ענטפער איז געווען דורך אַ סך אָרגאַניזירטע סאָציאַלע הילף און אַ נייעם באַשלוס צו אונטערנעמען אַ קאָנסטרוקטיווע לאַנג־יעריקע עקאָנאָמישע פּראָגראַם.
ביי אידן אין אַמעריקע האָט די דעפּרעסיע אַרויפגעוואָרפן אַ שווערע לאַסט אויף דער פילאַנטראָפּישער אַרבעט. אין קאַנאַדע האָט דער קריזיס, אינאיינעם מיט דעם היטלער אויפקום אין די דרייסיגער יאָרן, געטוישט די אימיגראַציע־אַרבעט צו אַ פראַגע פון ממש פיזישער רעטונג. די אידישע ענטפער איז געווען דורך אַ סך אָרגאַניזירטע סאָציאַלע הילף און אַ נייעם באַשלוס צו אונטערנעמען אַ קאָנסטרוקטיווע לאַנג־יעריקע עקאָנאָמישע פּראָגראַם.


==היסטאָרישע איבערבליק==
==היסטאָרישע איבערבליק==
די גרויסע דעפּרעסיע האָט זיך אָפיציעל אָנגעהויבן מיטן קראַך פון דער ניו יאָרקער בורסע ביים "שוואַרצער דאָנערשטיק", דעם 24סטן אָקטאָבער 1929. דאָס איז געפאָלגט געוואָרן דורך דעם "שוואַרצער דינסטאָג" (19טן אָקטאָבער 1929 למספרם).
===רקע===
אין די 1920ער יאָרן איז געווען אַן אויסטערלישע שפע און גוטער עקאָנאָמישער צושטאַנד. די ראַטע פון פּראָדוקציע האָט זיך גאָר שטאַרק געהויבן נאָך דער ערשטער וועלט־קריג, וואָס האָט געפירט צו אַ גרויסער שפע פון פּראָדוקטן וואָס האָבן פאַרפלייצט דעם מאַרקעט. אַ דאַנק טעכנאָלאָגישע פארשריט און דער נאָך־מלחמה־פּראָדוקציע, איז די נאַציאָנאַלע פּראָדוקציע ראַטע געהעכערט געוואָרן מיט גאַנצע 40 פּראָצענט במשך די יאָרן.


רקע: אין די 1920ער יאָרן ("די זאַטע צוואַנציגער יאָרן") איז געווען אַן אויסטערלישע שפע און גוטער עקאָנאָמישער צושטאַנד. די ראַטע פון פּראָדוקציע האָט זיך גאָר שטאַרק געהויבן נאָך דער ערשטער וועלט־קריג, וואָס האָט געפירט צו אַ גרויסער שפע פון פּראָדוקטן וואָס האָבן פאַרפלייצט דעם מאַרקעט. בענק האָבן אַרויסגעגעבן גרויסע הלוואות אָן קיין ערנסטע פאַרזיכערונג. דער סטאק מאַרקעט איז דראַסטיש אויסגעברייטערט געוואָרן, ווען פון רייכע עשירים ביז פּשוטע אַרבעטער האָבן אַלע אַריינגעלייגט געלט אין סטאקס.
אַ הויפּט־פאַקטאָר אין דער שפע איז געווען די הפקרות און לויזע אויפפירונג פון די בענק, וואָס האָבן אַרויסגעגעבן גרויסע הלוואות אָן קיין ערנסטע פאַרזיכערונג. דער [[סטאק מארקעט|סטאק מאַרקעט]] ([[בערזע]]) איז דראַסטיש אויסגעברייטערט געוואָרן, ווען פון רייכע עשירים ביז פּשוטע אַרבעטער האָבן אַלע אַריינגעלייגט געלט אין סטאקס.


פאָלגן פון קראַך: נאָכן קראַך האָבן מיליאָנען מענטשן פאַרלוירן זייערע אָפּגעשפּאָרטע געלטער. ווייל ס'איז נישט געווען ווער ס'זאָל קויפן סחורה, האָבן פאַבריקן געמוזט רעדוצירן פּראָדוקציע, און אַ סך אַרבעטער זענען אַפּגעזאָגט געוואָרן. ביז סוף יאָר 1933, האָט דער ציפער פון בענק וואָס האָבן געקראַכט דערגרייכט דעם ריזיגן ציפער פון 9,000 אין די פאַראייניקטע שטאַטן.
===דער קראך===
ביי אַ געוויסן פּונקט האָבן אינוועסטירער אָנגעהויבן צו זען אַז די ציפערן, וואו דער סטאק מאַרקעט האָט דערגרייכט, זענען ווייט איבערגעטרייבן פונעם ריכטיגן ווערט. אויס מורא פאַר אַ קראַך, האָבן פילע אָנגעהויבן צו פאַרקויפן זייערע שעירס אין די מאַסן.


דער "ניו דיעל" און דער סוף פונעם קריזיס: אין 1932 האָט פרענקלין רוזוועלט (FDR) געוואוּנען די פּרעזידענט וואַלן, צוזאָגנדיג דעם "ניו דיעל" (New Deal), וואָס איז צעטיילט געוואָרן אין דריי שטאפלען: באַלדיגע דערלייכטערונג, ערהוילונג פון דער עקאָנאָמיע, און רעפאָרם פאַרן עתיד. רוזוועלט האָט דורכגעפירט אַ "באַנק האָלידיי" און שטרענגע רעגולאַציעס אויף דער באַנק אינדוסטריע, און ער האָט אימפּלימענטירט סאָציאַלע הילף פּראָגראַמען, אַזוי ווי וועלפעיר און פּענסיע בענעפיטן פאַר עלטערע מענטשן. דער קריזיס איז אָפיציעל פאַרענדיקט געוואָרן מיט דער מאַסיווער פּראָדוקציע העכערונג אין צייט פון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
די גרויסע דעפּרעסיע האָט זיך אָפיציעל אָנגעהויבן מיטן קראַך פון דער ניו יאָרקער [[בערזע]] ביים "שוואַרצער דאָנערשטאג", דעם 24סטן אָקטאָבער 1929. דער קלימאַקס איז געקומען דעם 29סטן אָקטאָבער 1929, "דער שוואַרצער דינסטאָג", ווען אַזויפיל ווי 16 מיליאָן שעירס זענען פאַרקויפט געוואָרן אין איין טאָג{{הערה|1=https://grokipedia.com/page/Wall_Street_Crash_of_1929}}.
 
מיליאָנען מענטשן, וואָס האָבן אינוועסטירט, האָבן פאַרלוירן זייערע אָפּגעשפּאָרטע געלטער, און טייל זענען געוואָרן גרויסע בעלי־חובות. ווייל ס'איז נישט געווען ווער ס'זאָל קויפן סחורה, האָבן פאַבריקן דראַסטיש רעדוצירט פּראָדוקציע, און טויזנטער אַרבעטער זענען אפּגעזאָגט געוואָרן. די [[ארבעטסלאזיגקייט|אַרבעטסלאָזיגקייט]] ראַטע איז געשטיגן ביז נאָנט צו 25 פּראָצענט.
 
===פאָלגן פון קראַך===
צוליב די שווערע עקאָנאָמישע סיטואַציע, און ווייל ס'איז נישט געווען קיין רעגירונגס־פאַרזיכערונג אויף דעפּאזיטן, האָבן מענטשן אין פּאַניק געשטורעמט די בענק כּדי אַרויסצונעמען זייערע געלטער. דאס האָט געפירט צו דעם אַז טויזנטער בענק זענען צוזאַמענגעפאַלן. ביזן סוף 1933 זענען אַרום 9,000 בענק אין די פאַראייניגטע שטאַטן געווען געצוואונגען זיך צו פאַרמאכן.
 
דערצו האָט אַ שווערע טרוקעניש באַטראָפן דאָס לאַנד, וואָס האָט נאָך ערגער געמאַכט די לאַגע פאַר פאַרמער און די אויסגעהונגערטע מאַסן.
 
===די רעאַקציע פון דער רעגירונג===
====הערבערט הואווער'ס צוגאַנג====
פּרעזידענט [[הערבערט קלארק האווער|הערבערט הואווער]], וואָס איז ערוועלט געוואָרן קורץ פאַרן קריזיס, האָט זיך אנטזאגט צו נעמען ערנסטע שריט מצד דער רעגירונג. ער האָט זיך געהאַלטן צום קאַפּיטאַליסטישן מהלך, אַז מען זאָל לאָזן די עקאָנאָמיע זיך אַליין אויסשפּילן אויף איר נאַטירליכן אופן. ער האָט אויסגעדריקט שטאַרקן אָפּטימיזם, אַז דאָס איז בלויז אַ צייטווייליגער דורכגאַנג. נאָך צוויי יאָר אין קריזיס האָט ער יאָ אָנגעהויבן צו טון שריט, אַריינגיסנדיג געלט אין דער עקאָנאָמיע און ראַטעווענדיג די בענק, אָבער דאָס איז שוין געווען צו שפּעט.
 
====דער "ניו דיעל" און דער סוף פונעם קריזיס====
אין יאָר 1932 איז הואווער באַזיגט געוואָרן דורך דעם דעמאָקראַט [[פרענקלין דעלאנא רוזוועלט|פרענקלין דעלאַנאָ רוזוועלט]] (FDR), וואָס האָט קאַמפּיינט מיט דעם צוזאָג פונעם "ניו דיעל" (New Deal).
 
רוזוועלט האָט גלייך אנגעפאַנגען צו אַרבעטן, ספּעציעל אין די ערשטע הונדערט טעג. דער "ניו דיעל" איז געווען צעטיילט אין דריי שטאפלען: באַלדיגע דערלייכטערונג; עקאָנאָמישע ערהוילונג; און ענדערונגען אינעם עקאָנאָמישן וועג פאַר דער צוקונפט.
 
רוזוועלט האָט דורכגעפירט אַ "באַנק האלידעי" פאַר עטליכע טעג, בעת וועלכער קאָנגרעס האָט אַריינגעגאָסן פריש געלט אין די בענק און אויפגעשטעלט שטרענגע רעגולאַציעס אויף דער באַנק אינדוסטריע. ער האָט געגרינדעט די FDIC (פאַרזיכערונג פאַר דעפּאזיטן) און די SEC (סטאק עקסטשעינדזש קאָמיסיע) צו רעגולירן דעם מאַרקעט.
 
ער האָט אימפּלימענטירט סאָציאַלע הילף פּראָגראַמען, אַזוי ווי וועלפעיר, אַרבעטסלאָזיגקייט-בענעפיטן, און פּענסיע בענעפיטן פאַר עלטערע מענטשן. די פעדעראַלע רעגירונג האָט אויפגעבויט גרויסע אינפראַסטרוקטור פּראָיעקטן איבערן לאַנד צו שאַפן אַרבעט פאַר טויזנטער. רוזוועלט האָט גענצליך איבערגעמאַכט דעם קאַפּיטאַליסטישן צוגאַנג פון דער רעגירונג, דורך אַגרעסיוו רעגולירן דעם פּריוואַטן סעקטאָר.
 
טראָץ די שווערע באַמיונגען פון רוזוועלט, זענען די פאַרבעסערונגען געווען היפּש שוואַך און זייער צוביסלעך. די ענדע פון דער דעפּרעסיע איז געקומען מיטן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען די מאַסיווע פּראָדוקציע פאַר דער מלחמה האָט אַרויסגעצויגן דאָס לאַנד פונעם קריזיס.


==אידישע עקאָנאָמיע אין אַמעריקע==
==אידישע עקאָנאָמיע אין אַמעריקע==
שורה 17: שורה 43:
מיט דער צייט אָבער האָבן די געדריקטע עקאָנאָמישע אומשטאַנדן טיף אַריינגעשניטן אין די פינאַנציעלע רעזערוון פון די אידישע מאַסן, און אַ סך אידישע משפּחות זענען באַדראָט געוואָרן מיט אַן עקאָנאָמישן אונטערגאַנג. די אידישע טראַדיציאָנעלע קעגנזייטיקע אונטערשטיצונג פון נאָענטע קרובים איז געווען דער איינציקער רעטונג־מיטל פאַר אַ שטיק צייט. דערנאָך האָט זיך דער מקור אויסגעשעפּט.
מיט דער צייט אָבער האָבן די געדריקטע עקאָנאָמישע אומשטאַנדן טיף אַריינגעשניטן אין די פינאַנציעלע רעזערוון פון די אידישע מאַסן, און אַ סך אידישע משפּחות זענען באַדראָט געוואָרן מיט אַן עקאָנאָמישן אונטערגאַנג. די אידישע טראַדיציאָנעלע קעגנזייטיקע אונטערשטיצונג פון נאָענטע קרובים איז געווען דער איינציקער רעטונג־מיטל פאַר אַ שטיק צייט. דערנאָך האָט זיך דער מקור אויסגעשעפּט.


==עקאָנאָמישע ענדערונגען:==
==עקאָנאָמישע ענדערונגען==
• אינדוסטריע: די פראַגע פון מער אַרבעטער ווי שטעלעס אין די ניו יאָרקער קלאָוק־שעפּער איז נאָך שאַרפער געוואָרן. איבער 12,000 קלאָוקמאַכער, וואָס האָבן פאַרלאָזט די אַרבעט, האָבן זיך נאָך דעם 1929 קראַך צוריק אַ וואָרף געטון צו זייער אַלטער פּרנסה. אין דער דרעס־אינדוסטריע איז די לאַגע געווען נאָך ערגער.
• אינדוסטריע: די פראַגע פון מער אַרבעטער ווי שטעלעס אין די ניו יאָרקער קלאָוק־שעפּער איז נאָך שאַרפער געוואָרן. איבער 12,000 קלאָוקמאַכער, וואָס האָבן פאַרלאָזט די אַרבעט, האָבן זיך נאָך דעם 1929 קראַך צוריק אַ וואָרף געטון צו זייער אַלטער פּרנסה. אין דער דרעס־אינדוסטריע איז די לאַגע געווען נאָך ערגער.


שורה 59: שורה 85:
• צאָלן: אין דער דעקאַדע 1930–1940 זענען אַריינגעקומען 231,909 אימיגראַנטן, אין פאַרגלייך מיט 1,267,774 אין דער פריערדיקער דעקאַדע. אידישע אימיגראַציע איז געווען אַרום 5 פּראָצענט פון דער אַלגעמיינער אימיגראַציע אין יענעם פּעריאָד. דער אימיגראַנטן־פאַראיין האָט געאַרבעט אומאונטערבּראָכן, ניט קוקנדיג אויף דער פאַרקלענערטער צאָל.
• צאָלן: אין דער דעקאַדע 1930–1940 זענען אַריינגעקומען 231,909 אימיגראַנטן, אין פאַרגלייך מיט 1,267,774 אין דער פריערדיקער דעקאַדע. אידישע אימיגראַציע איז געווען אַרום 5 פּראָצענט פון דער אַלגעמיינער אימיגראַציע אין יענעם פּעריאָד. דער אימיגראַנטן־פאַראיין האָט געאַרבעט אומאונטערבּראָכן, ניט קוקנדיג אויף דער פאַרקלענערטער צאָל.


==פאָלגפונדן פון דער צייט==
• יידישע פאַרמער: אין נאָוועמבער 1937 האָט אַ קאָנפערענץ פון 350 פאָרשטייערס פון יידישע פאַרמערס אין מזרח באַשלאָסן צו פאָרמירן אַ נאַציאָנאַלן פראַטערנאַלן אָרדן פון יידישע פאַרמערס, ציטירנדיג "נצחון איבער דער דעפּרעסיע".
• פאַרגעניגן: אין אַ קאָמישער דערשיינונג, איז דורכאויס די שווערע צייטן געוואָרן גאָר פּאָפּולער די באַקאַנטע מאָנאָפּאָלי שפּיל, וואָס האָט מעגלעך געמאַכט "אַבּיסל צו אַנטלויפן פונעם מציאות" דורך שפּילן גביר מיט שפּילצייג געלט, אַנטקעגן דער רעאַליטעט פון הונגער און אָרעמקייט.
• לעקציעס: היסטאָריקער האָבן גענומען לעקציעס וועגן דער ראָלע פון דער רעגירונג צו קאָנטראָלירן דעם פּריוואַטן מאַרקעט. אַ לעקציע פאַרן אַלגעמיינעם בירגער איז געווען די וויכטיקייט צו האַלטן "עמערדזשענסי פאנד" (אַ סומע געלט פאַר אַ צייט פון נויט), און צו צעטיילן דאָס פאַרמעגן אויף מערערע ערטער, נישט צו אינוועסטירן אַלץ אויף איין פּלאַץ.
==ביבליאגראפיע==
*https://theyingerman.com/wp-content/uploads/2024/08/Yingerman-Issue-9-Public.pdf
[[קאַטעגאָריע:היסטאריע]]
[[קאַטעגאָריע:עקאנאמיע]]
[[קאַטעגאָריע:1920ער]]
[[קאַטעגאָריע:1930ער]]
[[he:השפל הגדול]]
[[he:השפל הגדול]]