אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער:שווערמער/אלטע"

(רעדאגירונג)
 
 
(9 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 8: שורה 8:
נאך א טאג, נאך א שעה{{ש}}
נאך א טאג, נאך א שעה{{ש}}
און ער קומט צו פארן!|עפ"י ר' [[יום טוב עהרליך|יו"ט עהרליך]]}}
און ער קומט צו פארן!|עפ"י ר' [[יום טוב עהרליך|יו"ט עהרליך]]}}
==המכלול, דארפסט זיך גארנישט שעמען==
{{ציטוט|הערט נאר אויס א מעשה ליבע אידן,{{ש}}
מיינע צרות אלץ א מִכְלוֹלָאִי,{{ש}}
איך בין נישט געווען אזוי צופרידן,{{ש}}
פון אן ערך נישט אזוי כראוי,{{ש}}{{ש}}
איינער פון די עורכי אספקלריה,{{ש}}
טיכטיג אויסגעמישט האט דארט די יוצרות,{{ש}}
אויסגעמעקט, געמאכט א קפנדריא,{{ש}}
אנגעפילט מיט גרייזן גאנצע אוצרות,{{ש}}{{ש}}{{ש}}
"עדכון הערך" כ'גיי און בעט דעריבער,{{ש}}
ויקיפדיה'ס גליקן באלד דערזעה איך,{{ש}}
דער ענגלישן פרוביר איך זעצן איבער,{{ש}}
דארטן אויך עס פעלט א טעם וריֶח,{{ש}}{{ש}}
הַמִּכְלוֹל, דארפסט זיך גארנישט שעמען,{{ש}}
ניטאמאל איז דא בכלל פאר וועמען...|שווערמער}}
==נענטער ווי ווייטער==
{{ציטוט|מ'איז נענטער ווי ווייטער צום זייטל א שיינער,{{ש}}
מיר קומען אן נענטער און נענטער צום ציל;{{ש}}
ווי נענטער מיר זענען פארשטייט יעדער איינער,{{ש}}
צו ארבעטן ווייטער נישט ווערן פארשפילט;{{ש}}
מ'איז נענטער צו האבן המכלול א ריינער,{{ש}}
מיט אינפארמאטיווע ארטיקעלעך פיל.{{ש}}
רבותי! זייט גרייט צו אנטפאנגען א חידוש,{{ש}}
פארווירקליכט א חלום: '''המכלול אין אידיש'''!!|שווערמער}}
==טשאלנט==
{{ציטוט|פארציילן פארן עולם דא איך וויל,{{ש}}
אן אינטערעסעטאנע זאך איך האב געזען,{{ש}}
באמערקט א זאך אין תשובות מהרי"ל{{הערה|החדשות סימן לח. (קרעדיט: המכלול העברי ערך [[ע:חמין#גרסאות המאכל|חמין]])}},{{ש}}
די גרעסטער אין יענער צייט איז ער געווען.{{ש}}{{ש}}
אויף "טשאלנט" זאגט ער, שטאמען טוט דאס ווארט,{{ש}}
פון פראנקרייך גאר, א ווייטע ווייטע ארט,{{ש}}
טשאלנט, פראנצויזיש איז פאר חמין,{{ש}}
לכבוד שבת הייס מיט אלע טעמ'ען,{{ש}}{{ש}}
פון דייטש האב איך געמיינט טוט אידיש שטאמען,{{ש}}
און זי איז בלויז א זשארגאן אירס א אידישער,{{ש}}
וואו קומט אהער א מאכל א פראנצויזישער?{{ש}}
וואס איז פשט? וואו קומען זיי צוזאמען?{{ש}}{{ש}}
נאר אונזער הייסע טשאלנט, ווייזט אונז קליפ און קלאר,{{ש}}
אז אידן עסן טשאלנט, שוין באלד א טויזנט יאר!|שווערמער}}
==איציקל כעלעמער==
{{ציטוט|טעמ'עלע גראמעלע,{{ש}}
איציקל כעלעמער,{{ש}}
שרייבט זיך א בריוול צו{{ש}}
פעטער ר' בער.{{ש}}
אותיות ריזיגע,{{ש}}
אויסערגעווענליכע,{{ש}}
"וויסט דאך, ר' בער באטשי,{{ש}}
הערט נעבעך שווער",{{ש}}{{ש}}{{ש}}
(די וויצלער און דיכטער,{{ש}}
אין ראם פון אן אפמאך,{{ש}}
ריסייקלען געדאקען{{ש}}
וואס טרעפן זיך שווער,{{ש}}
א וויץ א געוועפטע,{{ש}}
פון קאמעדיאנטן,{{ש}}
וועט נעמען דער דיכטער,{{ש}}
און מאכן א פאום)|שווערמער}}
==וויקיפעדיע==
<small><small>בניגון "איך פאר אהיים" פון [[רוי:יום טוב עהרליך|ר' יו"ט עהרליך]]</small></small>
{{ציטוט|וויקיפעדיע, וויקיפעדיע, וויקי וויקי וויקיפעדיע,{{ש}}
א וויקיפעדיע קאנטע מיר געשאפן,{{ש}}
צום ארבעט גרייט, די ארבעל כ'שאר ארויף,{{ש}}
ארטיקלען וואס פארבעסערונג זיי דארפן,{{ש}}
פול מיט מיאוס'קייט, כ'זעץ זיך באלד דערויף,{{ש}}
פליצלונג קומט א וויקיפעד א בייזער,{{ש}}
די אידישקייט "צענזור" געפעלט אים נישט,{{ש}}
ער פירט זיך אויף ווי ער איז דא דער קייזער,{{ש}}
מיין גאנצע הארעוואניע מאכט צונישט,{{ש}}
"פארקויף מיר דא נישט דיינע פרומע תורות,{{ש}}
ווער ס'וויל מעג זיין אן אפיקורס",{{ש}}
א בילד א שרעק, איך האב געמעקט,{{ש}}
דער וויסטער העק, ריסטארס איט בעק,{{ש}}
די בלאט ער טרעקט, איך שרייב - ער מעקט,{{ש}}
ס'כאפט א שרעק, ס'שטינקט און שמעקט,{{ש}}
איך לויף אוועק,{{ש}}
איך קוק נישט צוריק, קיין אויגנבליק,{{ש}}
נישטא קיין גליק, נאר בייזע שטיק,{{ש}}
איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגען וועג,{{ש}}
ס'גארנישט גוטס, באלאנגט בחוץ,{{ש}}
ס'אנגעשפריצט, מיט מיאוס'ע שמוץ, {{ש}}
א וועבזייטל מיט גארבידזש אן אן עק,{{ש}}
פארפארענע, פארדארבענע,{{ש}}
פארלוירענע, געשוירענע,{{ש}}
קהילות וואו די פירער פייטן,{{ש}}
יאגן איינער נאך דעם צווייטן,{{ש}}
האלבע גוי, ציונים – פוי!{{ש}}
ס'אלעס רוי, דער אידיש – אוי!...{{ש}}
אנטלויף פון דארט און נעם דער עול{{ש}}
פון המכלול!|שווערמער}}
==וואס וועט זיין אז ער וועט זאגן דאס?==
{{ציטוט|וואס וועט זיין אז ער וועט זאגן דאס?{{ש}}
און וואס וועט זיין אז דער וועט טראכטן יענץ?{{ש}}
איך שטעל זיך צו צו יעדער שטיין און גראז,{{ש}}
ווייל וואס וועט זיין אז ער וועט זאגן דאס;{{ש}}
איך בין אויף זיך שוין גאנישט בעל'בית,{{ש}}
א בראך איז גאר אויף מיין אינטעלעגענץ,{{ש}}
ווייל וואס וועט זיין אז ער וועט זאגן דאס?{{ש}}
און וואס וועט זיין אז דער וועט טראכטן יענץ?{{ש}}
וואס גייט מיר אן אז ער וועט זאגן וואס!?{{ש}}
עס שטערט מיר נישט אז דער וועט טראכטן יענץ,{{ש}}
איך קוק אים אן נישט מער ווי בלויז א גראז,{{ש}}
וואס גייט מיר אן אז ער וועט זאגן וואס;{{ש}}
איך בין אויף זיך אליין דער בעל'בית,{{ש}}
איך פיר זיך בלויז לויט מיין אינטעלעגענץ,{{ש}}
וואס גייט מיר אן אז ער וועט זאגן וואס!?{{ש}}
עס שטערט מיר נישט אז דער וועט טראכטן יענץ.{{ש}}
קיינער איז איז אין דיר נישט אינטרעסירט,{{ש}}
און טוט פון דיר נישט קלערן דאס און יענץ,{{ש}}
גענוג געטראכט וואס יענער האלט און שפורט,{{ש}}
ווייל קיינער איז איז אין דיר נישט אינטרעסירט;{{ש}}
אומזיסט מיט אייער עזות איר שטאלצירט,{{ש}}
אומזיסט דו מאטערסט דיין אינטעלעגענץ,{{ש}}
קיינער איז איז אין דיר נישט אינטרעסירט,{{ש}}
און טוט פון דיר נישט קלערן דאס און יענץ.{{ש}}|שווערמער}}
==פסח==
{{ציטוט|זיי וואשן זיי ווישן, די ווענט און די דעכער,{{ש}}
די שענק און די שאפעס, א שיפלאד אין בוידעם,{{ש}}
די שטובער די שטאקן, די שטיגן די צימערן,{{ש}}
זיי קריכן זיי קראצן, די קרישקעלעך צו רוימען,{{ש}}
"פארוואס? פארווען? וואס איז געשען?"{{ש}}
"נאך פורים קומט פסח, איז פשוט געוויס,{{ש}}
און מאמעס באמיהן זיך, און מאכן שוין פסח'דיג,{{ש}}
און מיט הייליגע מנהגים, מ'איז מהדר און א שיעור".{{ש}}
פון הויז פון דער היים, פונעם הארץ און פון זעל,{{ש}}
פון אויבן פון אונטן, פון אינערוויניג טיף,{{ש}}
פון געבעקסן פון בילקעס, פון בייזקייט פון גאווה,{{ש}}
פון חמץ פון חלות, פון חוצפא פון עזות. {{ש}}
מיט שפיציגע שפילקעס, די שפאלטן מען פיצט,{{ש}}
אויף א חטא מ'איז זיך מתחרט, מיט חשבון הנפש,{{ש}}
מיט פלעשער פון פליסיגס, די פלעקן מען זייפט,{{ש}}
מיט אביסלע התבוננות, מען בייגט זיך דאס גייסט.{{ש}}|שווערמער}}
==בין הזמנים==
{{ציטוט|קינדער אין פידזשמעס אין מיטן העלן טאג,{{ש}}
א צענערלינג, נאכמיטאג, ארויס זי קריכט פון בעט,{{ש}}
בחורים ביי מנחה מיט תפילין אויפן קאפ,{{ש}}
בין הזמנים – אוי!{{ש}}
קינדער קוועטשן לימענעס אין פסח'דיגן קאך,{{ש}}
א צענערלינג, מיט שמאטעס, באפוצט און וואשט די ווענט,{{ש}}
א בחור אין בית מדרש, פארלערנט זיך אין א קצות,{{ש}}
בין הזמנים – הוי!|שווערמער}}
==געדיכט!==
{{ציטוט|"געדיכט! געדיכט!", דער דיכטער שרייט געוואלד,{{ש}}
זיין קול הילכט אפ ווי טיף אין וויסטן וואלד, {{ש}}
"וואו טרעף איך דיר? וואו זעה איך דיר? געדיכט!{{ש}}
באווייז זיך שוין, געדיכט, דיין שיין געזיכט".{{ש}}
אמאל האב איך געקענט געדיכטן שרייבן, {{ש}}
פאעזיע, זיסע גראמען, מלא חן, {{ש}}
א מוזע, אינספיראציע, פלעגט זיי טרייבן, {{ש}}
און פרוכטן פיינע פירות, גוט און שיין, {{ש}}
פון זיך אליין זיי פלעגן זיך צופליסן, {{ש}}
ווי וואסער פון א קוואל זיי פלעגן גיסן, {{ש}}
און נעבעך היינט איך פלאג זיך מיטן לאגע, {{ש}}
"א גראם, צי נישט קיין גראם?" דאס איז די פראגע. {{ש}}
גיי דיר, "רייטערס בלאק", וויזוי מען רופט דיר, {{ש}}
גיי, און קום נישט צוריק ביז ווען איך זוך דיר.|שווערמער}}