אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דראשקע"

3,527 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 2 חדשים
ווייטערפירן צו דרעפט:פערד-און-װאגן
אין תקציר עריכה
(ווייטערפירן צו דרעפט:פערד-און-װאגן)
 
(4 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
#ווייטערפירן [[דרעפט:פערד-און-װאגן]]
{{דעסקריפציע|פארדעקטע פערד-געפירטע פאסאזשיר וואגן}}
א '''דראָשקע''' איז אַן אַלגעמיינער נאָמען פאַר אַ פיר-רעדלדיגער, אָפענער פערד-געצויגענער קאַרעטע, וואָס איז געווען ספּעציעל פאַרשפּרייט אין רוסלאַנד און שפּעטער אין דייטשלאַנד און אַנדערע טיילן פון אייראָפּע. דער טערמין ווערט אויך גענוצט צו באַצייכענען די מאָטאָריזירטע טאַקסיס, וואָס האָבן עווענטועל פאַרביטן דעם פערד-געצויגענעם פאָרווערק. אין עסטרייך, ספּעציעל אין וויען, איז אַן ענליכע צוויי-פערדיגע געדונגענע קאַרעטע און איר קוטשער באַקאַנט ווי אַ '''פיאַקער'''.
 
==היסטאריע==
א דראשקע ליניע האט געדינט פאסאזשירן צווישן [[לאנדאן]] און [[עדינבורג]] אין יאר [[1640]] און פון [[פאריז]] קיין [[ליאן]] אין יאר [[1660]]. די דראשקע פארקער האט געבליט בערך 150 יאר צוריק אין בריטאניע און אין די פאראייניגטע שטאטן צוליב די נייע וועגן וואס מען האט אויספלאסטערט מיט [[אספאלט]]. דער וואגן איז געווען איינגעשפאנט צו צוויי אדער דריי פאר פערד. דער שאפער איז געזעסן אויף א הויכן פאדערשטן בענקל אינדרויסן פון וואגן. גרויסע דראשקעס האבן געקענט טראגן ביז זעכצן מענטשן און זענען געווען צעטיילט אין דריי אפטיילונגען. זייער דורכשניטליכע שנעלקייט איז געווען צען קילאמעטער א שעה. אין יענער צייט זענען געפארן אין די גאסן פון לאנדאן מער ווי צען טויזנט דראשקעס פון פארשידענע סארטן. אויף לענגערע ליניעס האט מען געביטן די פערד אין באשטימטע סטאנציעס. במשך פון פיל יארן האט מען אויך געניצט ספעציעלע דראשקעס צו פירן [[פאסט]].
 
די אנטוויקלונג פון דער [[באן]] אין די צענדליגער יארן דערנאך האט פארמינערט די וויכטיגקייט פון די דראשקעס, ביז אין יאר [[1890]] האט מען זיי ארויסגענומען פון דינסט, אבער עטליכע דראשקע ליניעס האבן ווייטער געארבעט אין [[קאנאדע]] און [[אויסטראליע]], ווערנדיג צוביסלעך איבערגענומען דורך [[אויטאמאביל]]ן.
 
== היינטיגע צייטן ==
היינט טרעפט מען ווייניג דראשקעס, בעיקר ניצט מען זיי פאר טוריסטן אלס אן אטראקציע, א שטייגער ווי אין [[סענטראל פארק]], [[מאנהעטן]].
 
אין ענגלאנד און [[עסטרייך]] זענען פארהאן מוזעאומען, וואו מען שטעלט ארויס פרעכטיגע דראשקעס וואס קעניגן און גראפן האבן געניצט.
 
==דרויסנדיגע לינקס==
{{ויקישיתוף בשורה|Category:Carriages}}
 
[[קאַטעגאָריע:פארמיטלען]]
[[HE:כרכרה]]