אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מאיר שמחה הכהן"

ק
ק (צוגעלייגט צום דעסקריפציע)
שורה 22: שורה 22:
ער איז געבוירן געווארן אין דעם יאר תר"ג אין דער שטעטל בוטרימאנץ, ווילנער גובערניע, [[ליטא]], צו הרב שמשון קלונימוס קלמן הכהן און זיין ווייב אסנת. ר' קלונימוס איז געווען אַן אנגעזעענער סוחר און א תלמיד חכם. זיין הויז איז געווען א "בית ועד לחכמים", א הויז וואו תלמידי חכמים פלעגען פארקערן. ווען דער גאון [[רבי מאיר טיקטין]] איז איינגעשטאנען ביי אים אין הויז א לענגערע צייט, האט ער אים געבענטשט אז אים זאל געבוירן ווערן א זון וועלכער זאל באלייכטן די אויגן פון דעם פאלק ישראל אין זיין תורה. ר' מאיר'ס ברכה איז מקוים געווארן. דער זון איז געבוירן געווארן. זיי האבן אים געגעבן דעם נאמען מאיר שמחה.

שוין יונגערהייט איז ער געווארן באוואוסט אלס עילוי. ווען ער איז אלט געווען דרייצן יאר איז א באוויסטער רב געווען זייער גאסט. און ער האט געהאט דעם כתב יד פון זיינ'ס א ספר מיט זיך. איין טאָג האט ער דערזען ווי דער מאנוסקריפּט איז אנגעפּיקעוועט מיט הערות. ווען דאס בחור'ל האט אים געזאגט אז די נאָטן זענען זיינע, האט ער אים שארף פירגעהאלטן. אבער, ווי גרויס איז געווען זיין ערשטוינונג ווען ער האט דערזען די ווערטפולע חידושים. ער האט אים געגעבן א קוש, און ער האט פאראויס געזאגט אז ער וועט זיין גרויס אין לערנען{{הערה|{{היברובוקס|רבינר, זאב אריה בן בנימין בינוש|רבינו מאיר שמחה הכהן|7338|page=7}}}}. ביי די 17 יאר איז ער געפארן קיין איישישאָק וואו ער האט געלערנט אונטער רבי משה דאַנישעווסקי.
שוין יונגערהייט איז ער געווארן באוואוסט אלס עילוי. ווען ער איז אלט געווען דרייצן יאר איז א באוואוסטער רב געווען זייער גאסט. און ער האט געהאט דעם כתב יד פון זיינ'ס א ספר מיט זיך. איין טאָג האט ער דערזען ווי דער מאנוסקריפּט איז אנגעפּיקעוועט מיט הערות. ווען דאס בחור'ל האט אים געזאגט אז די נאָטן זענען זיינע, האט ער אים שארף פירגעהאלטן. אבער, ווי גרויס איז געווען זיין ערשטוינונג ווען ער האט דערזען די ווערטפולע חידושים. ער האט אים געגעבן א קוש, און ער האט פאראויס געזאגט אז ער וועט זיין גרויס אין לערנען{{הערה|{{היברובוקס|רבינר, זאב אריה בן בנימין בינוש|רבינו מאיר שמחה הכהן|7338|page=7}}}}. ביי די 17 יאר איז ער געפארן קיין איישישאָק וואו ער האט געלערנט אונטער רבי משה דאַנישעווסקי.

ווען ער איז געווען 17 יאר אלט, האט ער געהייראט חיה, די טאכטער ​​פון ר' צבי (הירש) פלטיאל מאקאבעסקי, א רייכער מאן פון [[ביאליסטאק]], וועלכער האט אים געשטיצט בשעת ער האט ווייטער געלערנט, וואוינענדיג ביי זיין שווער. זיין ווייב האט פארדינט פרנסה פון האנדל און ער איז געזעסן און געלערנט תורה יארן לאנג מיט זיין ידיד רבי יוסף זונדל הוטנער. אין ביאליסטאק איז ער געווארן נאנט מיטן שטאט'ס רב, רבי יום טוב ליפמאן האלפרין (תקע"ו–תרל"ט), דער מחבר פון עונג יום טוב, וואס האט אים מקרב געווען און געלערט מיט אים בחברותא. אויך האט ער געלערנט מיט הרב יצחק לייב גראסבערג, מחבר פון "שי למורא" אויף [[מסכת בכורות]]{{הערה|{{חכמי ישראל|שעט}}}}.

ווען דער דווינסקער רב ר' ראובן הלוי לוין, וואס איז געווען אין דעם פאזיציע די לעצטע אכט יאר, איז נפטר געווארן, און ר' יאנקעלע חריף האט אים מספּיד געווען, האט ער באלד נאכן הספּד אויפגעפאדערט די דווינסקער קהילה אז זיי זאלן אויפנעמען ר' מאיר שמחה'ן אלס דעם נפטר'ס נאכפאלגער. אויך ר' [[רבי יאשע בער הלוי סאלאווייטשיק|יאָשע בער בריסקער]] האט זיי גערוטן דאס זעלבע. און אין דעם יאר [[ה'תרמ"ח]] (1888) איז ער אויפגענומען געווארן אלס דער ליטווישער רב פון דווינסק. (שפעטער איז אויך דער חסידישער רב, דער רוגוצ׳ובער, געווען דארט אין געווען די רב פאר די חסידישע קרייזן אין שטאט). רבי מאיר שמחה האט אנגעהאלטן די שטעלע ארום פערציג יאָר, און ער איז געווען געשעצט און באליבט ביי אלע קרייזן פון דער שטאט.
ווען דער דווינסקער רב ר' ראובן הלוי לוין, וואס איז געווען אין דעם פאזיציע די לעצטע אכט יאר, איז נפטר געווארן, און ר' יאנקעלע חריף האט אים מספּיד געווען, האט ער באלד נאכ'ן הספּד אויפגעפאדערט די דווינסקער קהילה אז זיי זאלן אויפנעמען ר' מאיר שמחה'ן אלס דעם נפטר'ס נאכפאלגער. אויך ר' [[רבי יאשע בער הלוי סאלאווייטשיק|יאָשע בער בריסקער]] האט זיי גערוטן דאס זעלבע. און אין דעם יאר [[ה'תרמ"ח]] (1888) איז ער אויפגענומען געווארן אלס דער ליטווישער רב פון דווינסק. (שפעטער איז דער [[רבי יוסף ראזין|ראגאַטשאווער]] געווארן דארט רב פאר די חסידישע קרייזן אין שטאט). רבי מאיר שמחה האט אנגעהאלטן די שטעלע ארום פערציג יאָר, און ער איז געווען געשעצט און באליבט ביי אלע קרייזן פון דער שטאט.

אין דער ערשטער וועלט מלחמה, ווען די מערסטע איינוואוינער האבן פארלאזט די שטאָט, און עס זענען געבליבן בלויז די ארימערע, איז ר' מאיר שמחה געבליבן מיט זיי. און ווען זיי האבן אים געבעטן ער זאל פארלאזן די שטאט, האט ער זיי געענטפערט: "אזוי לאנג ווי עס וועלן זיין ניין אידן אין שטאט, וועל איך זיין דער צענטער צום מנין". און ער האט נאך צוגעגעבן: יעדע קויל האט א ספּעציעלע שליחות. יעדע פּולי{{הבהרה}} האט א באשטימטן אדרעס.

שורה 34: שורה 34:
ר' מאיר שמחה האט זיך געהאלטן ווייט פון מחלוקת, פון פּארטייאישקייט. געלד וואס מען פלעגט אים שיקן דורך פּאסט פלעגט ער צוריקשיקן. ווען ער האט נישט געוויסט דעם שיקער'ס אדרעס, האט ער אוועקגעגעבן דאס געלד אויף צדקה.

זיין ספר "אור שמח" (פון מ'''א'''י'''ר''' '''שמח'''ה) אויפן [[משנה תורה|רמב"ם]] ווערט באטראכט ווי א קלאסיש ווערק אין דער לומד'ישער ליטעראטור. ער האט אויך געמאכט אַן "אור שמח" אויף ש"ס, אבער עס איז נישטא. נאך זיין פטירה זענען ארויסגעקומען זיינע חידושים אויף די תורה אינעם ספר "[[משך חכמה]]" (משך איז ראשי תיבות פון זיין נאמען '''מ'''איר '''ש'''מחה '''כ'''הן).
זיין ספר "אור שמח" (פון מ'''א'''י'''ר''' '''שמח'''ה) אויפ'ן [[משנה תורה|רמב"ם]] ווערט באטראכט ווי א קלאסיש ווערק אין דער לומד'ישער ליטעראטור. ער האט אויך געמאכט אַן "אור שמח" אויף ש"ס, אבער עס איז נישטא. נאך זיין פטירה זענען ארויסגעקומען זיינע חידושים אויף די תורה אינעם ספר "[[משך חכמה]]" (משך איז ראשי תיבות פון זיין נאמען '''מ'''איר '''ש'''מחה '''כ'''הן).

זיין פירוש אויף די תורה איז פול מיט חידושים און געדאנקען וואס שטעקן ארויס מיט א גרויסער טיפקייט און מקוריות. צווישן אלע פירושים אויף תנ"ך וואס זענען געשריבן געווארן אין די לעצטע דורות, איז ער מסתמא דער מערסט־מצוטט'סטער{{מקור}}. אידן פון אלע סארטן קרייזן – פון די חרדים ביז [[ישעיהו ליבוביץ]] – האבן הנאה געהאט פון זיינע ווערטער און געפונען אין זיינע שיטות א חיזוק פאר זייערע אייגענע השקפות{{מקור}}.