אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הרב בערל וויין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 18: שורה 18:
==ביאגראפיע==
==ביאגראפיע==
===געבורט און יוגנט===
===געבורט און יוגנט===
הרב וויין שטאמט פון א משפחה פון ליטווישע רבנים. ער איז געבוירן געווארן ט' ניסן תרצ"ד{{הערה|1={{cite book|last=Greenwald|first=Yisroel|title=Reb Mendel and his Wisdom|publisher=Mesorah|year=1995|isbn=978-0-89906-117-7|page=xvii}} (פון ענגליש וויקיפּעדיע).|שם=קפלן|כיוון=שמאל}}, אין [[שיקאגא|שיקאַגאָ]], אילינוי, אלס אַן איינציגער זון צו רבי זאב וויין (1906-2004), און אסתר, א טאכטער פון רבי חיים צבי הלוי רובינשטיין (נפ' חשון תש"ד), דער גרינדער פון '[[היברו טעאלאגישן קאלעדזש]]' (בית מדרש לתורה, באקאנט אלס "סקאָקי ישיבה" {{העב|ישיבת סקוקי}}), וועמען ר' בערל האט געשילדערט אלס זיין מוסטער{{הערה|1={{לינק|שרייבער=|קעפל=Rabbi Berel Wein's Statement of Motivation and Purpose|אדרעס=https://covenantfn.org/award-person/berel-wein/|זייטל=The Covenant Foundation}}.}}. זיין פאטער ר' זאב איז געווען א תלמיד פון [[רבי שמעון שקאפ]] און שפּעטער פון [[הרב קוק]]{{הערה|1={{לינק|שרייבער=Gedalia Guttentag|קעפל=Voice of History|אדרעס=https://mishpacha.com/voice-of-history/|זייטל=Mishpacha Magazine|דאטום=אוגוסט 19, 2025}}.|שם=משפח25|כיוון=שמאל}}, און האט געדינט אלס רב פון קהלת בית המדרש הגדול אנשי לוקניק אין שיקאגא איבער 51 יאר{{הערה|{{עיה|The Sentinel|cgs||Rabbi Zev Wein To Be Honored By Kesser Maariv On Sunday|19660310|65}}.|כיוון=שמאל}}. ער איז געווען א ברודער פון הרב שמעי׳ דוד וויין, דער ערשטער רב אין חולון{{הערה|איבער אים זעט: [[ע:רבי שמעיה דוד ויין|רבי שמעיה דוד ויין]], אויף המכלול אין העברעאיש.}}.
הרב וויין שטאמט פון א משפחה פון ליטווישע רבנים. ער איז געבוירן געווארן ט' ניסן תרצ"ד{{הערה|1={{cite book|last=Greenwald|first=Yisroel|title=Reb Mendel and his Wisdom|publisher=Mesorah|year=1995|isbn=978-0-89906-117-7|page=xvii}} (פון ענגליש וויקיפּעדיע).|שם=קפלן|כיוון=שמאל}}, אין [[שיקאגא|שיקאַגאָ]], אילינוי, אלס אַן איינציגער זון צו רבי זאב וויין (1906-2004), און אסתר, א טאכטער פון רבי חיים צבי הלוי רובינשטיין (נפ' חשון תש"ד), דער גרינדער פון '[[היברו טעאלאגישן קאלעדזש]]' (בית מדרש לתורה, באקאנט אלס "סקאָקי ישיבה" {{העב|ישיבת סקוקי}}), וועמען ר' בערל האט געשילדערט אלס זיין מוסטער{{הערה|1={{לינק|שרייבער=|קעפל=Rabbi Berel Wein's Statement of Motivation and Purpose|אדרעס=https://covenantfn.org/award-person/berel-wein/|זייטל=The Covenant Foundation}}.}}{{הערה|זעט [https://www.crcweb.org/rabbis/Rubenstein%20Chaim%20Zvi%20Halevi%201872-1944.pdf א באשרייבונג פון ר' בערל אויף זיין זיידן].}}. זיין פאטער ר' זאב איז געווען א תלמיד פון [[רבי שמעון שקאפ]] און שפּעטער פון [[הרב קוק]]{{הערה|1={{לינק|שרייבער=Gedalia Guttentag|קעפל=Voice of History|אדרעס=https://mishpacha.com/voice-of-history/|זייטל=Mishpacha Magazine|דאטום=אוגוסט 19, 2025}}.|שם=משפח25|כיוון=שמאל}}, און האט געדינט אלס רב פון קהלת בית המדרש הגדול אנשי לוקניק אין שיקאגא איבער 51 יאר{{הערה|{{עיה|The Sentinel|cgs||Rabbi Zev Wein To Be Honored By Kesser Maariv On Sunday|19660310|65}}.|כיוון=שמאל}}. ער איז געווען א ברודער פון הרב שמעי׳ דוד וויין, דער ערשטער רב אין חולון{{הערה|איבער אים זעט: [[ע:רבי שמעיה דוד ויין|רבי שמעיה דוד ויין]], אויף המכלול אין העברעאיש.}}.


די ערשטע לימודים האט ר' בערל געהאט אין א פובליק-סקול, און לימודי קודש האט ער געלערנט בחברותא מיט זיין טאטן. ער איז אריבער פון פובליק-סקול צו לערנען אין ישיבת משנה תורה ביי די 11 יאר, לויט דער עצה פון זיין זיידע{{הערה|שם=משפח22}}{{הערה|שם=משפח25}}. זיין טאטע האט פארלאנגט ער זאל לערנען ענגליש כדי ער זאל קענען אויפטרעטן אין שול נישט נאר אין אידיש.
די ערשטע לימודים האט ר' בערל געהאט אין א פובליק-סקול, און לימודי קודש האט ער געלערנט בחברותא מיט זיין טאטן. ער איז אריבער פון פובליק-סקול צו לערנען אין ישיבת משנה תורה ביי די 11 יאר, לויט דער עצה פון זיין זיידע{{הערה|שם=משפח22}}{{הערה|שם=משפח25}}. זיין טאטע האט פארלאנגט ער זאל לערנען ענגליש כדי ער זאל קענען אויפטרעטן אין שול נישט נאר אין אידיש.


===בילדונג און הייראט===
===בילדונג און הייראט===
ער האט שטודירט געזעץ, באקומען א באַקאַלאַורוס אין בילדונג פון רוזוועלט אוניווערסיטעט אין 1954 און א געזעץ דעגרי פון דעפּאָל אוניווערזיטעט אין 1956.
ער האט שטודירט געזעץ, באקומען א באטשעלערס אין ערציאונג פון רוזוועלט אוניווערסיטעט אין 1954 און א געזעץ דעגרי פון דעפּאָל אוניווערזיטעט אין 1956.


אין פּאראלעל מיט זיינע לעגאלע שטודיעס האט הרב וויין געלערנט אין 'בית מדרש לתורה' אין שיקאַגאָ, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך זיין זיידע הרב רובינשטיין. דארט האט בערל באקומען סמיכה דורך זיין רבי, [[רבי חיים קרייזווירטה]]. זיינע אנדערע רבי'ס זענען געווען רבי מרדכי רוגוב{{הערה|איבער אים: {{אישי ישראל|רבי מרדכי רוגוב}}.}} און רבי ישראל מענדל הכהן קאפּלאן{{הערה|איבער אים: {{אישי ישראל|רבי ישראל מנדל קפלן}}.}}{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://matzav.com/boruch-dayan-emes-rav-berel-wein-ztl/|קעפל=Boruch Dayan Emes: Rav Berel Wein zt”l|זייטל=Matzav.com|דאטום=August 16, 2025}}.|שם=מצב|כיוון=שמאל}}.
אין פּאראלעל מיט זיינע לעגאלע שטודיעס האט הרב וויין געלערנט אין 'בית מדרש לתורה' אין שיקאַגאָ, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך זיין זיידע הרב רובינשטיין. דארט האט בערל באקומען סמיכה דורך זיין רבי, [[רבי חיים קרייזווירטה]]. זיינע אנדערע רבי'ס זענען געווען רבי מרדכי רוגוב{{הערה|איבער אים: {{אישי ישראל|רבי מרדכי רוגוב}}.}} און רבי ישראל מענדל הכהן קאפּלאן{{הערה|איבער אים: {{אישי ישראל|רבי ישראל מנדל קפלן}}.}}{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://matzav.com/boruch-dayan-emes-rav-berel-wein-ztl/|קעפל=Boruch Dayan Emes: Rav Berel Wein zt”l|זייטל=Matzav.com|דאטום=August 16, 2025}}.|שם=מצב|כיוון=שמאל}}.
שורה 32: שורה 32:
פון תשט"ז ביז תשכ"ד האט הרב וויין פּראקטיצירט אלס אדוואקאט אין שיקאגאָ. ער האט געזאגט אז ער האט נישט הנאה געהאט פון דעם געזעץ פעלד, ווייל ער האט דארט געזען מענטשן אין זייער ערגסטן צושטאנד{{הערה|שם=משפח25}}.
פון תשט"ז ביז תשכ"ד האט הרב וויין פּראקטיצירט אלס אדוואקאט אין שיקאגאָ. ער האט געזאגט אז ער האט נישט הנאה געהאט פון דעם געזעץ פעלד, ווייל ער האט דארט געזען מענטשן אין זייער ערגסטן צושטאנד{{הערה|שם=משפח25}}.


אין יאר תשכ"ד, אין עלטער פון 30, איז ער געווארן דער רב אין קהילת בית ישראל אין [[מיאמי ביטש]], פלארידע, וואו ער איז געבליבן ביז תשל"ב. ער האט אויסגעברייטערט די קהילה פון 39 פאמיליעס צו 250{{הערה|1=https://www.rocklanddaily.com/news/in-tribute-rabbi-berel-wein-z-l-prominent-monsey-torah-personality}}. דאָרטן האָט ער אויך געדינט אלס איינער פון די הויפּט לערערס אין דער יונגער ישיבה קטנה, מתיבתא פון גרעיטער מיאמי. אין דער צייט האט ער געשמיעדט נאענטע באציאונגען מיט גדולי ישראל. ער האט דארט אויפגעבויט א מקוה אין שול, וואס דער סאטמארער רבי האט גענוצט, און אזוי ארום באשטעטיגט איר כשרות{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.jewishpress.com/indepth/front-page/miami-beach-memoirs/2014/06/12/4/|שרייבער=Berel Wein|קעפל=Miami Beach Memoirs|זייטל=JewishPress.com|דאטום=14 Sivan 5774}}.|כיוון=שמאל}}.
אין יאר תשכ"ד, אין עלטער פון 30, איז ער געווארן דער רב אין קהילת בית ישראל אין [[מיאמי ביטש]], פלארידע, וואו ער איז געבליבן ביז תשל"ב. ער האט אויסגעברייטערט די קהילה פון 39 פאמיליעס צו 250{{הערה|1=https://www.rocklanddaily.com/news/in-tribute-rabbi-berel-wein-z-l-prominent-monsey-torah-personality}}. דאָרטן האָט ער אויך געדינט אלס איינער פון די הויפּט לערערס אין דער יונגער ישיבה קטנה, מתיבתא פון גרעיטער מיאמי. אין דער צייט האט ער געשמיעדט נאענטע באציאונגען מיט גדולי ישראל. ער האט דארט אויפגעבויט א מקוה אין שול, וואס דער סאטמארער רבי האט גענוצט, און אזוי ארום באשטעטיגט איר כשרות{{הערה|שם=JP|{{לינק|אדרעס=https://www.jewishpress.com/indepth/front-page/miami-beach-memoirs/2014/06/12/4/|שרייבער=Berel Wein|קעפל=Miami Beach Memoirs|זייטל=JewishPress.com|דאטום=14 Sivan 5774}}.|כיוון=שמאל}}.


אין 1967 האט ער באקומען א [[דאקטאר]] אין העברעישע ליטעראטור פון העברעישער טעאלאגישער קאלעדזש{{הערה|1=https://covenantfn.org/award-person/berel-wein/}}.
אין 1967 האט ער באקומען א [[דאקטאר]] אין העברעישע ליטעראטור פון העברעישער טעאלאגישער קאלעדזש{{הערה|1=https://covenantfn.org/award-person/berel-wein/}}.
שורה 79: שורה 79:
ער האָט אויך רעדאַקטירט אַ חודשליכן נוזלעטער, ''די וויין פּרעס'' (The Wein Press).
ער האָט אויך רעדאַקטירט אַ חודשליכן נוזלעטער, ''די וויין פּרעס'' (The Wein Press).


==בילדונגס־פילאָזאָפיע==
==מיינונגען און פילאזאפיע==
הרב וויין האט געהאלטן, אז א מאנגל פון וויסן וועגן אידישער געשיכטע פירט צו סעקולאריזאציע{{הערה|1={{לינק|שרייבער=Yonoson Rosenblum|קעפל=The Story That Never Grows Old|אדרעס=https://mishpacha.com/the-story-that-never-grows-old/|זייטל=Mishpacha Magazine|דאטום=מערץ 29, 2022}}.|שם=משפח22|כיוון=שמאל}}. ער האט אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון לערנען היסטאריע ווי א לעבעדיגע, פארבונדענע געשיכטע, אנשטאט בלויז דאטן און פאקטן, כדי עס זאל זיין "לעבעדיג" און פול מיט זינען{{הערה|1=https://www.youtube.com/watch?v=-VIGL23pYVM}}. ער האט אנגעוויזן אויף דעם באדייט פון זיך פארבינדן מיט דער רייכער פארגאנגענהייט פון אידישן פאלק צו בויען א זינפולע צוקונפט. אנדערש ווי סעקולערע אויטאָרן, האט וויין אנגעוויזן אויף א "אויטאָר" אין היסטאריע, וועלכער פירט ישראל צו איר באשערטקייט{{הערה|''Triumph of Survival'' (Brooklyn, NY, 1990), p. xi.}}. אידישע איבערלעבונג איז נאר דורך תורה-היטן, לערנען, וויסן און ווירדן. אידן זענען גענייגט צו איבערחזרן דעם טעות פון פרובירן זיך אסימילירן אדער קאמפּראמיסירן, כאטש די היסטאריע ווייזט אז עס ארבעט נישט, און די וואס האבן פרובירט האבן נישט מצליח געווען (למשל, שפאניע, דייטשלאנד, סאוועטן פארבאנד){{הערה|1=https://www.youtube.com/watch?v=-VIGL23pYVM}}.
הרב וויין האט געהאלטן, אז א מאנגל פון וויסן וועגן אידישער געשיכטע פירט צו סעקולאריזאציע{{הערה|1={{לינק|שרייבער=Yonoson Rosenblum|קעפל=The Story That Never Grows Old|אדרעס=https://mishpacha.com/the-story-that-never-grows-old/|זייטל=Mishpacha Magazine|דאטום=מערץ 29, 2022}}.|שם=משפח22|כיוון=שמאל}}. ער האט אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון לערנען היסטאריע ווי א לעבעדיגע, פארבונדענע געשיכטע, אנשטאט בלויז דאטן און פאקטן, כדי עס זאל זיין "לעבעדיג" און פול מיט זינען{{הערה|1=https://www.youtube.com/watch?v=-VIGL23pYVM}}. ער האט אנגעוויזן אויף דעם באדייט פון זיך פארבינדן מיט דער רייכער פארגאנגענהייט פון אידישן פאלק צו בויען א זינפולע צוקונפט. אנדערש ווי סעקולערע אויטאָרן, האט וויין אנגעוויזן אויף א "אויטאָר" אין היסטאריע, וועלכער פירט ישראל צו איר באשערטקייט{{הערה|''Triumph of Survival'' (Brooklyn, NY, 1990), p. xi.}}. אידישע איבערלעבונג איז נאר דורך תורה-היטן, לערנען, וויסן און ווירדן. אידן זענען גענייגט צו איבערחזרן דעם טעות פון פרובירן זיך אסימילירן אדער קאמפּראמיסירן, כאטש די היסטאריע ווייזט אז עס ארבעט נישט, און די וואס האבן פרובירט האבן נישט מצליח געווען (למשל, שפאניע, דייטשלאנד, סאוועטן פארבאנד){{הערה|1=https://www.youtube.com/watch?v=-VIGL23pYVM}}.


שורה 86: שורה 86:
ער האט געגלייבט אז די היסטאריע פון דעם אידישן פאלק איז אַן אפּשפּיגלונג פון ווי גאט ארבעט אין דער וועלט. ער האט גערעכנט די גרינדונג פון מדינת ישראל, צוזאמען מיט דער חורבן, אלס די צוויי הויפט געשעענישן פון דעם פארגאנגענעם יארהונדערט, וואס האבן ראדיקאל און שטענדיג געענדערט די אידישע געזעלשאפט{{הערה|1=https://www.rabbiwein.com/blog/post-1598{{ש}}https://www.rabbiwein.com/blog/post-1600.}}. ער האט געגלויבט אז די אידישע צוקונפט ליגט אין מדינת ישראל{{הערה|שם=משפח25}}, און אז די איצטיגע גערודער איז א קאמף פאר דער אידענטיטעט פון א אידישער מדינה, מיט א דגש אויף דער ראלע פון תורה אין איר{{הערה|1=https://www.youtube.com/watch?v=-VIGL23pYVM}}. ער האט קריטיקירט ארטאדאקסישע גלייכגילטיקייט צו מדינת ישראל, טענה'נדיג אז ארטאדאקסישע אידנטום איז אפּהענגיג פון איר, אפילו אויב געוויסע סעקטן זענען דאָקטרינעל דערקעגן{{הערה|1=https://jewishaction.com/yom-haatzmaut/voices-of-faith-memories-of-1948-from-rabbi-berel-wein-ztl/}}{{הערה|1=https://www.rabbiwein.com/blog/post-1542{{ש}}https://www.rabbiwein.com/blog/post-1546}}.
ער האט געגלייבט אז די היסטאריע פון דעם אידישן פאלק איז אַן אפּשפּיגלונג פון ווי גאט ארבעט אין דער וועלט. ער האט גערעכנט די גרינדונג פון מדינת ישראל, צוזאמען מיט דער חורבן, אלס די צוויי הויפט געשעענישן פון דעם פארגאנגענעם יארהונדערט, וואס האבן ראדיקאל און שטענדיג געענדערט די אידישע געזעלשאפט{{הערה|1=https://www.rabbiwein.com/blog/post-1598{{ש}}https://www.rabbiwein.com/blog/post-1600.}}. ער האט געגלויבט אז די אידישע צוקונפט ליגט אין מדינת ישראל{{הערה|שם=משפח25}}, און אז די איצטיגע גערודער איז א קאמף פאר דער אידענטיטעט פון א אידישער מדינה, מיט א דגש אויף דער ראלע פון תורה אין איר{{הערה|1=https://www.youtube.com/watch?v=-VIGL23pYVM}}. ער האט קריטיקירט ארטאדאקסישע גלייכגילטיקייט צו מדינת ישראל, טענה'נדיג אז ארטאדאקסישע אידנטום איז אפּהענגיג פון איר, אפילו אויב געוויסע סעקטן זענען דאָקטרינעל דערקעגן{{הערה|1=https://jewishaction.com/yom-haatzmaut/voices-of-faith-memories-of-1948-from-rabbi-berel-wein-ztl/}}{{הערה|1=https://www.rabbiwein.com/blog/post-1542{{ש}}https://www.rabbiwein.com/blog/post-1546}}.


ער האט באוויינט די פארשטארקונג פון צעטיילונגען אינערהאלב דער אָרטאָדאָקסיע, וואס מאכט עס אָרעמער. ער האט אונטערגעשטראכן די נויטווענדיקייט פון א באלאנסירטן בליק און טאָלעראַנץ{{הערה|1=https://jewishaction.com/books/weeping_and_wishing/}}{{הערה|1=https://www.yeshiva.co/midrash/11977}}.
ער האט באוויינט די פארשטארקונג פון צעטיילונגען אינערהאלב דער אָרטאָדאָקסיע, וואס מאכט עס אָרעמער. ער האט אונטערגעשטראכן די נויטווענדיקייט פון א באלאנסירטן בליק און טאָלעראַנץ{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://jewishaction.com/books/weeping_and_wishing/|שרייבער=Berel Wein|קעפל=Weeping and Wishing|זייטל=Jewish Action|דאטום=Summer 2007}}.|שם=WEEP|כיוון=שמאל}}{{הערה|1=https://www.yeshiva.co/midrash/11977}}.
אבער אמאל איז ענדערונג נויטיג צו באווארענען דאס וואס איז דאס טייערסטע (למשל, חסידות און מוסר-באוועגונג אלס "מוטאציעס" וואס האבן געענטפערט אויף טיפע באדערפענישן){{הערה|שם=משפח22}}.
אבער אמאל איז ענדערונג נויטיג צו באווארענען דאס וואס איז דאס טייערסטע (למשל, חסידות און מוסר-באוועגונג אלס "מוטאציעס" וואס האבן געענטפערט אויף טיפע באדערפענישן){{הערה|שם=משפח22}}.


ער האט קריטיקירט די היינטיגע אידישע חינוך פאר'ן לערנען לעגענדעס/פאנטאזיעס ווי פאקטן, איגנארירן תנ"ך און לשון-קודש, און ארויפצווינגען א עליטיסטישע תלמודישע חינוך אויף אלע. ער האט אונטערגעשטראכן די איבערגעבונג פון טראדיציע, ווירדן און אידישע אינספּיראַציע. ער האט געארבעט פאר בעסערע שולן, שטארקערע לערער, פארבעסערטע קוריקולומס און א צוריקקער צו די יסודות פון א באלאנסירטן און ווערטפולן תורה-חינוך{{הערה|1=https://jewishaction.com/religion/education/whos_afraid_of_change_rethinking_the_yeshivah_curriculum/}}.
ער האט קריטיקירט די היינטיגע אידישע חינוך פאר'ן לערנען לעגענדעס/פאנטאזיעס ווי פאקטן, איגנארירן תנ"ך און לשון-קודש, און ארויפצווינגען א עליטיסטישע תלמודישע חינוך אויף אלע. ער האט אונטערגעשטראכן די איבערגעבונג פון טראדיציע, ווירדן און אידישע אינספּיראַציע. ער האט געארבעט פאר בעסערע שולן, שטארקערע לערער, פארבעסערטע קוריקולומס און א צוריקקער צו די יסודות פון א באלאנסירטן און ווערטפולן תורה-חינוך{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://jewishaction.com/books/weeping_and_wishing/|שרייבער=Berel Wein|קעפל=Who’s Afraid of Change? Rethinking the Yeshivah Curriculum|זייטל=Jewish Action|דאטום=Spring 2010}}.|שם=טשעינ|כיוון=שמאל}}{{הערה|1=https://www.yeshiva.co/midrash/11977}}.


==איינפלוסן און באציאונגען==
==איינפלוסן און באציאונגען==
;[[הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג|רבי יצחק אייזיק הלוי הערצאג]] (הויפּט רב פון ארץ ישראל): א שליסל איינפלוס אויף הרב וויין. אין עלטער פון 11 יאָר, האָט הרב וויין געהערט ווי הרב הערצאג וויינט איבער דעם אוממעגליכקייט צוריקצובאקומען 10,000 אידישע קינדער פון קאטוילישע אינסטיטוציעס נאָך דעם חורבן, און האט ארויסגערופן דעם עולם: "וואס וועט איר טאָן פאַר די קינדער פון כלל ישראל?" די ווערטער האבן אים געפאָלגט און מאָטיווירט זיין גאַנץ לעבן.
;[[הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג|רבי יצחק אייזיק הלוי הערצאג]] (הויפּט רב פון ארץ ישראל): א שליסל איינפלוס אויף הרב וויין. אין 1946 האט הרב הערצאג אויפגעטרעטן אין שיקאגא און געוויינט איבער דעם אוממעגליכקייט צוריקצובאקומען 10,000 אידישע קינדער פון קאטוילישע אינסטיטוציעס נאָך דעם חורבן, און האט ארויסגערופן דעם עולם: "וואס וועט איר טאָן פאר די קינדער פון כלל ישראל?" די ווערטער האבן אינספּירירט דעם 11/12 יעריגן בערל און מאטיווירט זיין גאנץ לעבן.
;[[הערמאן וואוק|הערמאַן וואָוק]]: דער פּוליצער פּרייז געווינער און שרייבער, האט באַאיינפלוסט הרב וויינ'ס אַמביציעס מיט אַ רעדע וואָס האָט פאַרטיידיגט תורה לערנען און אָבזערוואַנץ פאַר אַ נישט-פרומען עולם, וואָס האָט געוויזן אַז אָרטאָדאָקסיע קען זיין דערפאָלגרייך אין אַמעריקע{{הערה|{{לינק|שרייבער=|קעפל=Rabbi Berel Wein: Influences & Reflections|אדרעס=https://aish.com/rabbi-berel-wein-influences-reflections/|זייטל=Aish|דאטום=אפריל 1, 2025}}.|שם=איש|כיוון=שמאל}}.
;[[הערמאן וואוק|הערמאַן וואָוק]]: דער פּוליצער פּרייז געווינער און שרייבער, האט באַאיינפלוסט הרב וויינ'ס אמביציעס מיט א רעדע וואס האט פארטיידיגט תורה לערנען און אָבזערוואַנץ פאר א נישט-פרומען עולם, וואס האט געוויזן אז ארטאדאקסיע קען זיין ערפאלגרייך אין אמעריקע{{הערה|{{לינק|שרייבער=|קעפל=Rabbi Berel Wein: Influences & Reflections|אדרעס=https://aish.com/rabbi-berel-wein-influences-reflections/|זייטל=Aish|דאטום=אפריל 1, 2025}}.|שם=איש|כיוון=שמאל}}.
;רבי פנחס מרדכי טייץ: זיין אָפּטימיזם וועגן אַ וואַקסנדיקער, וויכטיקער אָרטאָדאָקסיע אין אַמעריקע האָט אים געמאַכט צו אַ העלדישער פיגור און פירער פאַר הרב וויין{{הערה|שם=איש}}.
;רבי פנחס מרדכי טייץ: זיין אָפּטימיזם וועגן א וואקסנדער, וויכטיגער ארטאדאקסיע אין אמעריקע האט אים געמאכט צו א העלדישער פיגור און פירער פאר הרב וויין{{הערה|שם=איש}}.
;סאטמארער רבי, [[רבי יואל טייטלבוים]]: טראָץ זייערע אידעאלאגישע חילוקי דעות (הרב וויין איז געווען פּראָ-ציוניסטיש, און דער סאטמארער רבי שטאטש אַנטי-ציוניסטיש), האט הרב וויין טיף באוואונדערט זיין גאונות און צדקות. הרב וויין האט דערציילט פערזענליכע אינטעראקציעס מיט דעם רבי'ן, אריינגערעכנט דעם רבי'נס שטיצע פאר זיין מקוה און כשר פיס־עסן איניציאטיוון.
;סאטמארער רבי, [[רבי יואל טייטלבוים]]: וויין האט אים געטראפן אין מיאמי ביטש, וואו ער האט געדינגען א פּאלאץ פון איינעם פון וויין'ס מתפללים. דער רבי האט גענומען א ליבשאפט צו וויין, טראץ זייערע חילוקי דעות אויף ציוניזם. זיי האבן געהאט לאנגע שמועסן וועגן תורה, רבנות און אידישן לעבן. הרב וויין האט טיף באוואונדערט זיין גאונות און צדקות, אינטעלעקט און הייליגקייט, און דערציילט פּערזענליכע אינטעראקציעס מיט דעם רבי'ן, אריינגערעכנט דעם רבי'נס שטיצע פאר זיין מקוה און כשר פיס־עסן איניציאטיוון{{הערה|{{לינק|שרייבער=Joseph Feldman|קעפל=Rabbi Wein’s Reverence for the Satmar Rebbe, Remembered Ahead of Yahrzeit|אדרעס=https://vinnews.com/2025/08/17/rabbi-weins-reverence-for-the-satmar-rebbe-remembered-ahead-of-yahrzeit/|זייטל=VINnews|דאטום=אוגוסט 17, 2025}}.|כיוון=שמאל}}.
;פּאָנעוויזשער רב (רבי יוסף שלמה כהנעמאן): וויין איז געווען זיין שאָפער אין מיאמי ביטש פיר ווינטערס, קלויבנדיג געלט פאר זיין ישיבה. כהנעמאן איז געווען "א אויסערגעווענליכער איד"{{הערה|1=https://www.youtube.com/watch?v=aX42F4leCSQ}}. וויין'ס פרוי איז געווען פריינטליך מיט דער פרוי פון פּאָנעוויזשער רב{{הערה|שם=JP}}. כהנעמאן איז געווען פּאזיטיוו געשטימט צו מדינת ישראל סימבאלן, פלאטערנדיג די מדינת ישראל פאָן אויף יום העצמאות{{הערה|שם=WEEP}}.
;רב יעקב קאמענעצקי: וויין איז געווארן נאענט מיט אים אין זיין צייט אין מיאמי ביטש און מאנסי{{הערה|שם=משפח22}}. קאמענעצקי האט געהאלטן אז עס איז א טעות צו צווינגען אן עליטיסטישע חינוך אויף די מאסן{{הערה|שם=טשעינ}}.


==דרויסנדיגע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==

רעוויזיע פון 17:41, 21 אויגוסט 2025

הרב בערל וויין
Rabbiwein.jpeg
געבורט 25סטן מערץ 1934
ט' ניסן ה'תרצ"ד
שיקאגא, אילינוי, פאראייניגטע שטאטן
פטירה 16טן אויגוסט 2025
כ"ב אב תשפ"ה
ירושלים, ארץ ישראל
שם מלא דוב בער וויין
ווייב יוכבד (דזשעקי) לעווין (געהייראט 1955; נפטר 2006), און מירה כהן (נפטר 2018)
טאטע הרב זאב וויין (1906–2004)
מאמע אסתר רובינשטיין
קינדער איין זון, הרב חיים צבי וויין, און דריי טעכטער: שרה טייטלבויים, מרים געטינגער, און דינה געווירץ

רבי בערל וויין (תרצ"ד, שיקאגא – תשפ"ה, ירושלים) איז געווען אַן אמעריקאנער-געבוירענער ארטאדאקסישער רב, בעל דרשן, שרייבער, און היסטאריקער. ער איז ברייט באקאנט פאר פּאפּולאריזירן אידישע היסטאריע דורך טויזנטער אוידיא טעיפס, ביכער, סעמינארן, טעלעוויזיע און ראדיא אויפטריטן, און פילמען. ער האט טיף באאיינפלוסט דורות פון ארטאדאקסישע אידן דורך זיין ארבעט, און איז אפט באצייכנט געווארן ווי "די שטימע פון אידישער היסטאריע"[1]. במשך זיין קאריערע, האט ער געהאלטן פּערזענליכע און אידעאלאגישע פארבינדונגען סיי צו מאדערן ארטאדאקסישן אידנטום און סיי צו חרדישן אידנטום.

ביאגראפיע

געבורט און יוגנט

הרב וויין שטאמט פון א משפחה פון ליטווישע רבנים. ער איז געבוירן געווארן ט' ניסן תרצ"ד[2], אין שיקאַגאָ, אילינוי, אלס אַן איינציגער זון צו רבי זאב וויין (1906-2004), און אסתר, א טאכטער פון רבי חיים צבי הלוי רובינשטיין (נפ' חשון תש"ד), דער גרינדער פון 'היברו טעאלאגישן קאלעדזש' (בית מדרש לתורה, באקאנט אלס "סקאָקי ישיבה" (העב')), וועמען ר' בערל האט געשילדערט אלס זיין מוסטער[3][4]. זיין פאטער ר' זאב איז געווען א תלמיד פון רבי שמעון שקאפ און שפּעטער פון הרב קוק[5], און האט געדינט אלס רב פון קהלת בית המדרש הגדול אנשי לוקניק אין שיקאגא איבער 51 יאר[6]. ער איז געווען א ברודער פון הרב שמעי׳ דוד וויין, דער ערשטער רב אין חולון[7].

די ערשטע לימודים האט ר' בערל געהאט אין א פובליק-סקול, און לימודי קודש האט ער געלערנט בחברותא מיט זיין טאטן. ער איז אריבער פון פובליק-סקול צו לערנען אין ישיבת משנה תורה ביי די 11 יאר, לויט דער עצה פון זיין זיידע[8][5]. זיין טאטע האט פארלאנגט ער זאל לערנען ענגליש כדי ער זאל קענען אויפטרעטן אין שול נישט נאר אין אידיש.

בילדונג און הייראט

ער האט שטודירט געזעץ, באקומען א באטשעלערס אין ערציאונג פון רוזוועלט אוניווערסיטעט אין 1954 און א געזעץ דעגרי פון דעפּאָל אוניווערזיטעט אין 1956.

אין פּאראלעל מיט זיינע לעגאלע שטודיעס האט הרב וויין געלערנט אין 'בית מדרש לתורה' אין שיקאַגאָ, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך זיין זיידע הרב רובינשטיין. דארט האט בערל באקומען סמיכה דורך זיין רבי, רבי חיים קרייזווירטה. זיינע אנדערע רבי'ס זענען געווען רבי מרדכי רוגוב[9] און רבי ישראל מענדל הכהן קאפּלאן[10][11].

אין יאר תשט"ו (1955) האט ער חתונה געהאט מיט יוכבד ("דזשעקי") לעווין, וועלכע איז געבוירן אין וואַסיקי, ליטע, און האט ביי די פיר יאר אלט עמיגרירט מיט איר פאמיליע קיין דעטרויט[11], וואו איר פאטער הרב אליעזר לעווין, א נאענטער תלמיד פונעם חפץ חיים, האט געדינט אלס רב איבער זעכציג יאר[12]. אין שיקאַגאָ האבן זיי געהאט פיר קינדער. יוכבד איז נפטר געווארן אין 2006, און ער האט שפּעטער חתונה געהאט מיט מירא כהן, אן אייניקל פון א צאל חסידישע גזע'ס און א מלחמה איבערלעבער, וועלכע איז נפטר געווארן אין 2018[13].

קאריערע אין אמעריקע

פון תשט"ז ביז תשכ"ד האט הרב וויין פּראקטיצירט אלס אדוואקאט אין שיקאגאָ. ער האט געזאגט אז ער האט נישט הנאה געהאט פון דעם געזעץ פעלד, ווייל ער האט דארט געזען מענטשן אין זייער ערגסטן צושטאנד[5].

אין יאר תשכ"ד, אין עלטער פון 30, איז ער געווארן דער רב אין קהילת בית ישראל אין מיאמי ביטש, פלארידע, וואו ער איז געבליבן ביז תשל"ב. ער האט אויסגעברייטערט די קהילה פון 39 פאמיליעס צו 250[14]. דאָרטן האָט ער אויך געדינט אלס איינער פון די הויפּט לערערס אין דער יונגער ישיבה קטנה, מתיבתא פון גרעיטער מיאמי. אין דער צייט האט ער געשמיעדט נאענטע באציאונגען מיט גדולי ישראל. ער האט דארט אויפגעבויט א מקוה אין שול, וואס דער סאטמארער רבי האט גענוצט, און אזוי ארום באשטעטיגט איר כשרות[15].

אין 1967 האט ער באקומען א דאקטאר אין העברעישע ליטעראטור פון העברעישער טעאלאגישער קאלעדזש[16].

אין תשל"ב (1972) איז די משפחה אריבער קיין ניו יארק, וואו ער איז באשטימט געווארן אלס עקזעקוטיווער וויצע־פּרעזידענט פון דער ארטאדאקסישער פארבאנד (OU). באלד דערנאך, נאך דער פּלוצלינגער פטירה פון רבי אלכסנדר ראזענבערג, האט וויין אים איבערגענומען אלס דער רבנישער אדמיניסטראטאר פון OU כשרות אפּטיילונג, א פּאזיציע וואס ער האט פארנומען פאר פינף יאר. ער ווערט קרעדיטירט מיט פארוואנדלען די כשרות השגחה אין צפון אמעריקע, אריינברענגענדיג ארדענונג, עפעקטיווקייט און קעמפנדיג קעגן כאאס און אומזיכערע הכשרים[5]. ער איז אחראי געווען פאר'ן איינפירן די OU אין דער פלייש אינדוסטריע[17].

אין 1973, האט ער געגרינדעט די קהילה בית תורה אין סאפערן, ניו יארק, וואו ער האט געדינט אלס רב פאר 24 יאר און וועלכע איז געוואקסן צו א פירנדע שול אין דער געגנט[18]. אין 1977 האט ער געגרינדעט ישיבה שערי תורה פון ראקלענד[19]. די ישיבה איז שפעטער אריבערגעפירט געווארן צו די שטח פון זיין שול. ער האט געדינט אלס ראש ישיבה ביז 1997, ווען ער איז ארויף קיין ארץ ישראל. פילע פון זיינע תלמידים זענען שפעטער געווארן אנגעזעענע רבנים און קהילה פירער[18]. זיין זון, רבי חיים צבי וויין, האט אים איבערגענומען אלס ראש ישיבה.

קאריערע אין ארץ ישראל

אין 1997 האבן הרב וויין און זיין פרוי געמאכט עליה קיין ארץ ישראל. זיי האבן זיך באזעצט אין דעם רחביה קווארטאל פון ירושלים, וואו ער איז געווארן דער רב פון בית כנסת הנשיא אין 2002[20]. ער איז אויך געווען א עלטערער פאַקולטעט מיטגליד פון ישיבת אור שמח אין ירושלים, וואו ער האט געגעבן שיעורים פאר ענגליש-רעדנדע סטודענטן.

ער האָט ברייט געלעקטשערט אין ארץ ישראל און אינדרויסן פון לאַנד, און האָט געשריבן א וועכנטליכע קאלום פאר די Jerusalem Post זינט 1999. ער איז אויך באוויזן געווארן רעגולער אין טעלעוויזיע פּראגראמען אין ישראל, ווי "פרעג דעם רב".

פטירה

רבי בערל וויין איז נפטר געווארן אין ירושלים דעם 16טן אויגוסט 2025, אין עלטער פון 91 יאר, נאך עטליכע יאר פון קראנקהייט. ער איז באערדיגט געווארן אויפן הר הזיתים אין ירושלים. ער איז איבערגעבליבן דורך זיין זון, רבי חיים וויין, און דריי טעכטער: מרת שרי טייטלבוים, מרת מרים געטינגער, און מרת דינה געווירץ, ווי אויך פיל אייניקלעך און אור-אייניקלעך[11].

לערנען און ווערק

אידישע היסטאריע

רבי בערל וויין איז געווען אַ פּראָליפישער שרייבער אין סיי העברעיש סיי ענגליש, ווי אויך אין אודיא און וויזועלע פאָרמאַטן. ער איז ברייט באַקאַנט פאַר זיין ראָלע אין פּאָפּולאַריזירן אידישע געשיכטע. אין 1984, האָט ער אנגעהויבן ארגאניזירן ספּעציעלע אידישע היסטאריע קלאסן אין זיין שול און ישיבה און מאנסי, וועלכע זענען געווארן רעקארדירט, און געווארן איבער 700 אודיא טעיפּס. זיינע לעקציעס, בארימט פאר זייער כאפּנדער דערציילונג, קלוגשאפט און הומאר, האבן געהאט א זייער שטארקן אפּקלאנג, מיט איבער א מיליאן קאפּיעס פארקויפט איבער דער וועלט[18].

ער האט באקומען דעם "Educator of the Year Award" פון דער Covenant Foundation אין 1993. ער האט באקומען דעם "תורה פרייז אַוואַרד" פון מכון הרב פראנק אין ירושלים.

ער האט מחבר געווען א פיר-באנד סעריע ביכער וועגן אידישער היסטאריע: עכאָוס פון כבוד (Echoes of Glory: The Story of the Jews in the Classical Era, 350 BCE-750 CE), העראַלד פון גורל (Herald of Destiny: The Story of the Jews in the Medieval Era, 750-1650), טריומף פון איבערלעבונג (Triumph of Survival: The Story of the Jews in the Modern Era, 1650-1995), אמונה און גורל (Faith and Fate: The Story of the Jewish People in the Twentieth Century). די לעצטע איז אויך א דאָקומענטאַרע פילם סעריע.

אנדערע היסטאָריע ביכער (פיל זענען פובליצירט געווארן דורך ארטסקראל) נעמען אריין מוסטערן אין אידישער געשיכטע (Patterns in Jewish History), אומענדליכער האַס: אַנטיסעמיטיזם פון דער תנ"כישער עפּאָכע ביז מאָדערנע צייטן (Endless Hatred), און אין די פוסטריט פון אליהו הנביא (In The Footsteps of Eliyahu HaNavi). זיין לעצטע ווערק, אַכט מענטשן וואָס מיר האָבן באַגעגנט אויפן וועג אַהיים (Eight People We Met on the Way Home), קאָנצענטרירט זיך אויף דער געשיכטע פון ציוניזם און מדינת ישראל.

אנדערע שריפטן און מעדיע

הרב וויין האט געשריבן ווערק אויף תורה פּרשנות, אידיש לעבן און הלכה. ער איז באקאנט פאר זיין שפּאסיגן רעדע און שרייב סטיל. צווישן זיינע ווערק זענען:

  • ווינטאַגע וויין (Vintage Wein): א זאמלונג פון זיינע געדאנקען און אנעקדאטן.
  • עסיי זאַמלונגען: צווייטע געדאַנקען (Second Thoughts), קויף גרינע באַנאַנעס (Buy Green Bananas), און לעבן אידיש (Living Jewish).
  • פּרשנות: פּרקי אבות: לערנונגען פאַר אונזערע צייטן (Pirkei Avos: Teachings for Our Times), די פּסחדיגע הגדה: דורך דער פּריזמע פון דערפאַרונג (The Pesach Haggadah).
  • ביכער אויף תלמודישע טעמעס: די בעל-פּה תורה פון סיני (Oral Law of Sinai), וויזיע און העלדישקייט (Vision & Valor).
  • זיין אויטאָביאָגראַפיע: לערן זיי פלייסיג (Teach Them Diligently), Tending the Vineyard.
העברעישע ספרים
חקרי הלכה (1976), עיונים במסכתות התלמוד (1989, 2 בענדער), חוקי חיים (1991), במסילה נעלה (2014).

די דעסטיני פונדאַציע, וואס הרב וויין האט געגרינדעט, פּראָדוצירט הויך-קוואַליטעט פילמען אויף אידישער געשיכטע, אַריינגערעכנט:

  • רש"י – אַ ליכט נאָך די טונקעלע צייטן (Rashi – A Light After the Dark Ages; 1999).
  • רמב"ם – די געשיכטע פון רמב"ם (Rambam – The Story of Maimonides; 2005).
  • אמונה און גורל – די געשיכטע פון דעם אידישן פאָלק אין דעם צוואנציגסטן יאָרהונדערט (Faith & Fate – The Story of the Jewish People in the Twentieth Century; פארשידענע עפּיזאָדן).
  • הרב בערל וויינ'ס ישראל רייזע – ירושלים (Berel Wein's Israel Journey – Jerusalem; 2003).
  • אברבנאל (נייע פילם, פאַרענדיגט אין 2025).

ער האָט אויך רעדאַקטירט אַ חודשליכן נוזלעטער, די וויין פּרעס (The Wein Press).

מיינונגען און פילאזאפיע

הרב וויין האט געהאלטן, אז א מאנגל פון וויסן וועגן אידישער געשיכטע פירט צו סעקולאריזאציע[8]. ער האט אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט פון לערנען היסטאריע ווי א לעבעדיגע, פארבונדענע געשיכטע, אנשטאט בלויז דאטן און פאקטן, כדי עס זאל זיין "לעבעדיג" און פול מיט זינען[21]. ער האט אנגעוויזן אויף דעם באדייט פון זיך פארבינדן מיט דער רייכער פארגאנגענהייט פון אידישן פאלק צו בויען א זינפולע צוקונפט. אנדערש ווי סעקולערע אויטאָרן, האט וויין אנגעוויזן אויף א "אויטאָר" אין היסטאריע, וועלכער פירט ישראל צו איר באשערטקייט[22]. אידישע איבערלעבונג איז נאר דורך תורה-היטן, לערנען, וויסן און ווירדן. אידן זענען גענייגט צו איבערחזרן דעם טעות פון פרובירן זיך אסימילירן אדער קאמפּראמיסירן, כאטש די היסטאריע ווייזט אז עס ארבעט נישט, און די וואס האבן פרובירט האבן נישט מצליח געווען (למשל, שפאניע, דייטשלאנד, סאוועטן פארבאנד)[23].

הויכע ערווארטונגען פירן צו אנטוישונג. אייראפעישע אידן האבן געהאט נידעריגע מאטעריעלע ערווארטונגען, וואס האט בייגעשטייערט צו זייער עקשנות. אמעריקאנער האבן צו גרויסע ערווארטונגען[24].

ער האט געגלייבט אז די היסטאריע פון דעם אידישן פאלק איז אַן אפּשפּיגלונג פון ווי גאט ארבעט אין דער וועלט. ער האט גערעכנט די גרינדונג פון מדינת ישראל, צוזאמען מיט דער חורבן, אלס די צוויי הויפט געשעענישן פון דעם פארגאנגענעם יארהונדערט, וואס האבן ראדיקאל און שטענדיג געענדערט די אידישע געזעלשאפט[25]. ער האט געגלויבט אז די אידישע צוקונפט ליגט אין מדינת ישראל[5], און אז די איצטיגע גערודער איז א קאמף פאר דער אידענטיטעט פון א אידישער מדינה, מיט א דגש אויף דער ראלע פון תורה אין איר[26]. ער האט קריטיקירט ארטאדאקסישע גלייכגילטיקייט צו מדינת ישראל, טענה'נדיג אז ארטאדאקסישע אידנטום איז אפּהענגיג פון איר, אפילו אויב געוויסע סעקטן זענען דאָקטרינעל דערקעגן[27][28].

ער האט באוויינט די פארשטארקונג פון צעטיילונגען אינערהאלב דער אָרטאָדאָקסיע, וואס מאכט עס אָרעמער. ער האט אונטערגעשטראכן די נויטווענדיקייט פון א באלאנסירטן בליק און טאָלעראַנץ[29][30]. אבער אמאל איז ענדערונג נויטיג צו באווארענען דאס וואס איז דאס טייערסטע (למשל, חסידות און מוסר-באוועגונג אלס "מוטאציעס" וואס האבן געענטפערט אויף טיפע באדערפענישן)[8].

ער האט קריטיקירט די היינטיגע אידישע חינוך פאר'ן לערנען לעגענדעס/פאנטאזיעס ווי פאקטן, איגנארירן תנ"ך און לשון-קודש, און ארויפצווינגען א עליטיסטישע תלמודישע חינוך אויף אלע. ער האט אונטערגעשטראכן די איבערגעבונג פון טראדיציע, ווירדן און אידישע אינספּיראַציע. ער האט געארבעט פאר בעסערע שולן, שטארקערע לערער, פארבעסערטע קוריקולומס און א צוריקקער צו די יסודות פון א באלאנסירטן און ווערטפולן תורה-חינוך[31][32].

איינפלוסן און באציאונגען

רבי יצחק אייזיק הלוי הערצאג (הויפּט רב פון ארץ ישראל)
א שליסל איינפלוס אויף הרב וויין. אין 1946 האט הרב הערצאג אויפגעטרעטן אין שיקאגא און געוויינט איבער דעם אוממעגליכקייט צוריקצובאקומען 10,000 אידישע קינדער פון קאטוילישע אינסטיטוציעס נאָך דעם חורבן, און האט ארויסגערופן דעם עולם: "וואס וועט איר טאָן פאר די קינדער פון כלל ישראל?" די ווערטער האבן אינספּירירט דעם 11/12 יעריגן בערל און מאטיווירט זיין גאנץ לעבן.
הערמאַן וואָוק
דער פּוליצער פּרייז געווינער און שרייבער, האט באַאיינפלוסט הרב וויינ'ס אמביציעס מיט א רעדע וואס האט פארטיידיגט תורה לערנען און אָבזערוואַנץ פאר א נישט-פרומען עולם, וואס האט געוויזן אז ארטאדאקסיע קען זיין ערפאלגרייך אין אמעריקע[33].
רבי פנחס מרדכי טייץ
זיין אָפּטימיזם וועגן א וואקסנדער, וויכטיגער ארטאדאקסיע אין אמעריקע האט אים געמאכט צו א העלדישער פיגור און פירער פאר הרב וויין[33].
סאטמארער רבי, רבי יואל טייטלבוים
וויין האט אים געטראפן אין מיאמי ביטש, וואו ער האט געדינגען א פּאלאץ פון איינעם פון וויין'ס מתפללים. דער רבי האט גענומען א ליבשאפט צו וויין, טראץ זייערע חילוקי דעות אויף ציוניזם. זיי האבן געהאט לאנגע שמועסן וועגן תורה, רבנות און אידישן לעבן. הרב וויין האט טיף באוואונדערט זיין גאונות און צדקות, אינטעלעקט און הייליגקייט, און דערציילט פּערזענליכע אינטעראקציעס מיט דעם רבי'ן, אריינגערעכנט דעם רבי'נס שטיצע פאר זיין מקוה און כשר פיס־עסן איניציאטיוון[34].
פּאָנעוויזשער רב (רבי יוסף שלמה כהנעמאן)
וויין איז געווען זיין שאָפער אין מיאמי ביטש פיר ווינטערס, קלויבנדיג געלט פאר זיין ישיבה. כהנעמאן איז געווען "א אויסערגעווענליכער איד"[35]. וויין'ס פרוי איז געווען פריינטליך מיט דער פרוי פון פּאָנעוויזשער רב[15]. כהנעמאן איז געווען פּאזיטיוו געשטימט צו מדינת ישראל סימבאלן, פלאטערנדיג די מדינת ישראל פאָן אויף יום העצמאות[29].
רב יעקב קאמענעצקי
וויין איז געווארן נאענט מיט אים אין זיין צייט אין מיאמי ביטש און מאנסי[8]. קאמענעצקי האט געהאלטן אז עס איז א טעות צו צווינגען אן עליטיסטישע חינוך אויף די מאסן[31].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. Paul Mendlowitz, Rabbi Berel Wein zt”l : The Rabbi Who Gave the Jewish People Their Story, ‏Aug 18, 2025.
  2. Greenwald, Yisroel (1995). Reb Mendel and his Wisdom. Mesorah. p. xvii. ISBN 978-0-89906-117-7 (פון ענגליש וויקיפּעדיע).
  3. Rabbi Berel Wein's Statement of Motivation and Purpose, The Covenant Foundation.
  4. זעט א באשרייבונג פון ר' בערל אויף זיין זיידן.
  5. 5.0 5.1 5.2 5.3 5.4 Gedalia Guttentag, Voice of History, Mishpacha Magazine, ‏אוגוסט 19, 2025.
  6. Rabbi Zev Wein To Be Honored By Kesser Maariv On Sunday, The Sentinel, מערץ 10, 1966.
  7. איבער אים זעט: רבי שמעיה דוד ויין, אויף המכלול אין העברעאיש.
  8. 8.0 8.1 8.2 8.3 Yonoson Rosenblum, The Story That Never Grows Old, Mishpacha Magazine, ‏מערץ 29, 2022.
  9. איבער אים: רבי מרדכי רוגוב, אויף "אישי ישראל".
  10. איבער אים: רבי ישראל מנדל קפלן, אויף "אישי ישראל".
  11. 11.0 11.1 11.2 Boruch Dayan Emes: Rav Berel Wein zt”l, Matzav.com, ‏August 16, 2025.
  12. רבי אליעזר לוין, אויף המכלול אין העברעאיש.
  13. Davis, Lenore (January 12, 2018). "Passing of Rebbetzin Mira Cohen Wein". Five Towns Jewish Times.
  14. https://www.rocklanddaily.com/news/in-tribute-rabbi-berel-wein-z-l-prominent-monsey-torah-personality.
  15. 15.0 15.1 Berel Wein, Miami Beach Memoirs, JewishPress.com, ‏14 Sivan 5774.
  16. https://covenantfn.org/award-person/berel-wein/.
  17. https://jewishaction.com/jewish-world/people/centennial-spotlight-rabbi-berel-wein/.
  18. 18.0 18.1 18.2 Olivestone, David (Summer 2021), "An 'Author' in History", Jewish Action (OU).
  19. איבער די ישיבה זעט: דער ארטיקל "ישיבת שערי תורה (מונסי)", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל.
  20. איבער דער שול זעט: בית הכנסת הנשיא, אויף המכלול אין העברעאיש.
  21. https://www.youtube.com/watch?v=-VIGL23pYVM.
  22. Triumph of Survival (Brooklyn, NY, 1990), p. xi.
  23. https://www.youtube.com/watch?v=-VIGL23pYVM.
  24. https://jewishaction.com/religion/faith/life-after-the-holocaust-how-they-rebuilt/.
  25. https://www.rabbiwein.com/blog/post-1598
    https://www.rabbiwein.com/blog/post-1600.
  26. https://www.youtube.com/watch?v=-VIGL23pYVM.
  27. https://jewishaction.com/yom-haatzmaut/voices-of-faith-memories-of-1948-from-rabbi-berel-wein-ztl/.
  28. https://www.rabbiwein.com/blog/post-1542
    https://www.rabbiwein.com/blog/post-1546.
  29. 29.0 29.1 Berel Wein, Weeping and Wishing, Jewish Action, ‏Summer 2007.
  30. https://www.yeshiva.co/midrash/11977.
  31. 31.0 31.1 Berel Wein, Who’s Afraid of Change? Rethinking the Yeshivah Curriculum, Jewish Action, ‏Spring 2010.
  32. https://www.yeshiva.co/midrash/11977.
  33. 33.0 33.1 Rabbi Berel Wein: Influences & Reflections, Aish, ‏אפריל 1, 2025.
  34. Joseph Feldman, Rabbi Wein’s Reverence for the Satmar Rebbe, Remembered Ahead of Yahrzeit, VINnews, ‏אוגוסט 17, 2025.
  35. https://www.youtube.com/watch?v=aX42F4leCSQ.