מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
3,951
רעדאגירונגען
| (10 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
| שורה 2: | שורה 2: | ||
==היסטאריע== | ==היסטאריע== | ||
===גרינדונג און נסיעה קיין אמעריקע=== | |||
גרינדונג און נסיעה קיין אמעריקע | |||
שלמה הלברנץ איז געבוירן געווארן אין א פריע משפחה, און אלס בחור האט ער אנגעהויבן דעם פראצעדור פון תשובה טון. ער האט געלערנט אין דער "איתרי" ישיבה אין ירושלים, און אין די מיטל 80ער יארן האט ער געגרינדעט די ישיבה "לב טהור" אין דער "בית ישראל" געגנט אין ירושלים. דער נאמען איז גענומען פון פסוק: "לֵב טָהוֹר בְּרָא-לִי אֱלֹהִים וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי" (תהילים, נ"א, י"ב). ארום הלברנץ און זיין ישיבה האט זיך צאמגעקליבן א גרופע פון ארום הונדערט משפחות. | שלמה הלברנץ איז געבוירן געווארן אין א פריע משפחה, און אלס בחור האט ער אנגעהויבן דעם פראצעדור פון תשובה טון. ער האט געלערנט אין דער "איתרי" ישיבה אין ירושלים, און אין די מיטל 80ער יארן האט ער געגרינדעט די ישיבה "לב טהור" אין דער "בית ישראל" געגנט אין ירושלים. דער נאמען איז גענומען פון פסוק: "לֵב טָהוֹר בְּרָא-לִי אֱלֹהִים וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי" (תהילים, נ"א, י"ב). ארום הלברנץ און זיין ישיבה האט זיך צאמגעקליבן א גרופע פון ארום הונדערט משפחות. | ||
| שורה 9: | שורה 8: | ||
אין 1993, איז הלברנץ פארפאלנטערט געווארן אין דער פרשה פונעם בחור שי פימא, א זון פון פריע עלטערן, וואס איז פארשוואונדן געווארן און איז אריין אין דער כת. הלברנץ איז באשולדיגט געווארן אין העלפן צו באהאלטן פימא, און איז געפונען געווארן שולדיג אין א ניו יארקער געריכט. ער איז פארמשפט געווארן צו 4 ביז 6 יאר טורמע, אבער שפעטער האט דער געריכט פון א אפיעל אין ניו יארק פארקירצט די שטראף צו בלויז צוויי יאר. צוליב דער פרשה האט ער פארלוירן זיין לעגאלן סטאטוס אין אמעריקע און איז דעפארטירט געווארן קיין ארץ ישראל אין סעפטעמבער פון יאר 2000. | אין 1993, איז הלברנץ פארפאלנטערט געווארן אין דער פרשה פונעם בחור שי פימא, א זון פון פריע עלטערן, וואס איז פארשוואונדן געווארן און איז אריין אין דער כת. הלברנץ איז באשולדיגט געווארן אין העלפן צו באהאלטן פימא, און איז געפונען געווארן שולדיג אין א ניו יארקער געריכט. ער איז פארמשפט געווארן צו 4 ביז 6 יאר טורמע, אבער שפעטער האט דער געריכט פון א אפיעל אין ניו יארק פארקירצט די שטראף צו בלויז צוויי יאר. צוליב דער פרשה האט ער פארלוירן זיין לעגאלן סטאטוס אין אמעריקע און איז דעפארטירט געווארן קיין ארץ ישראל אין סעפטעמבער פון יאר 2000. | ||
=== קאנאדע === | |||
הלברנץ איז אריבער קיין קאנאדע אונטער דער פאדערונג פון פאליטישן אזיל, אויף דער טענה אז די רעגירונג אין ארץ ישראל רודפ'ט אים. דאס אימיגראציע געריכט האט באשטעטיגט די פאדערונג. די קאנאדער רעגירונג האט אפעלירט קעגן דעם, אבער דער פעדעראלער געריכט האט באשטעטיגט דעם באשלוס. הלברנץ האט זיך באזעצט אין דער שטאט סענט אַגאַט, וואו ער האט אויפגעשטעלט זיין קהילה, וואס ער האט גערופן "קרית רימנוב". | |||
אין יאר 2012, איז די נייעס וועגן דער קהילה געווארן מער באקאנט אין ארץ ישראל, נאך וואס עטליכע אויספארשונגען זענען ארויסגעקומען אין די מעדיע. אין אויגוסט איז פארעפנטלעכט געווארן אן אויספארשונג פון צוויי טיילן דורך דער זשורנאליסטקע אמילי עמרוסי אין דער צייטונג "ישראל היום", און אין נאוועמבער איז ארויס אן אויספארשונג אין צוויי טיילן דער פראגראם "פנים אמיתיות", וואו די פראגראם-מאנשאפט האט באגלייט אריה ספינער (אמאל לאווער) אויף זיין נסיעה קיין קאנאדע, צו טרעפן זיין מאמע און ברידער און צו האבן א קאמפראנטאציע מיט הלברנץ. | |||
אין 2013, האבן די באאמטע אין קוויבעק אנגעהויבן אויספארשן טענות וועגן פארנאכלעסיגונג, שלעכטע באהאנדלונג פון און קינדער חתונה מאכן אין דער קהילה. דעריבער האט דער געריכט באפוילן אין נאוועמבער יענעם יאר ארויסצונעמען 14 קינדער פון צוויי משפחות און זיי אריבערצופירן צו פאסטער היימען. אין דער זעלבער צייט, האבן די מיטגלידער פון דער קהילה ארגאניזירט א נסיעה פון קוועבעק קיין ווינדזאר און טשאַטהאַם, אין אנטאריא, אויף דער טענה אז די רעגירונג אין קוועבעק לאזט זיי נישט ערציען זייערע קינדער לויט זייער אמונה. אבער, דער געריכט אין אנטאריא האט גע'פסק'נט, אז דער פריערדיגער פסק איז אויך גילטיק אין דעם פראווינץ. אין מערץ יענעם יאר זענען אכט פון די קינדער אריבער צו דער אחריות פון די סאציאלע דינסטן. עלטערן פון זעקס אנדערע קינדער האבן געפרואווט זיי צו שמוגלען קיין גוואַטעמאַלע, און זענען אנגעכאפט געווארן אין טרינידאד. | |||
===נסיעה קיין גוואַטעמאַלע און מעקסיקא=== | |||
רוב חברים פון דער קהילה זענען אריבער אין מיטן 2014 קיין סאן כוואן לאַ לאַגונאַ אין גוואַטעמאַלע. אין אויגוסט יענעם יאר, האט דער בירגערמייסטער פון דער שטאט באשלאסן זיי צו פארטרייבן פון דארט, אויף דער טענה אז זיי פרובירן צו פארשפרייטן זייערע השקפות. אין סעפטעמבער 2016, נאך א פאדערונג פון אפיציעלע קוועלער פון ארץ ישראל און עדות'שאפטן וועגן שלעכטע באהאנדלונג פון קינדער און דערוואקסענע, האט די פאליציי אין גוואַטעמאַלע איבערגעפאלן די בנינים וואו די מיטגלידער האבן געוואוינט צו אויספארשן די טענות. די מיטגלידער זענען אריבער פון גוואַטעמאַלע סיטי צו א מער אפגעזונדערטן געגנט. | |||
אין מיטן 2017 איז א טייל פון דער קהילה אריבער קיין טשיאַפּאַס, מעקסיקע. קורץ נאך דעם, אין שבת ביינאכט, דעם 8טן יולי 2017, האט הלברנץ זיך געטובלט אין א טייך לעבן זיינע מענטשן, און איז דערטרונקען געווארן. יענעם יאר איז אין א געריכט אין ארץ ישראל געגעבן געווארן א פסק, וואס האט באשטימט אז די קהילה איז א שעדליכע כת, כדי אפצוהאלטן קינדער פון ארויספארן פון לאנד, וועמענ'ס עלטערן האבן געוואלט אריבערציען מיט זיי צו דער קהילה אין קאנאדע. | |||
===נאך שלמה'ס טויט=== | |||
נאך דעם טויט פון הלברנץ, האט אים איבערגענומען זיין בכור, נחמן הלברנץ. אין ענדע 2018, איז שרה פייגע טעלער, די טאכטער פון שלמה הלברנץ און די שוועסטער פון נחמן, אנטלאפן מיט א טייל פון אירע קינדער קיין גוואַטעמאַלע סיטי, נאך וואס איר ברודער האט זי בויקאטירט, ווייל זי האט נישט געפאלגט די תקנות פון דער קהילה. זי האט דערציילט אין די מידיע וואס איז פארגעקומען אין דער קהילה, און נאך איר זענען אויך ארויסגעקומען נאך עדות'שאפטן פון אנטלאפענע מיטגלידער. אין דעצעמבער 2018 האבן פאליציי לייט אריינגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת אין מעקסיקע און האבן ארעסטירט עטליכע פון די מיטגלידער, אריינגערעכנט נחמן הלברנץ. די ארעסטירטע זענען אויסגעליפערט געווארן קיין אמעריקע אויפן חשד, אז זיי האבן געקידנעפט צוויי פון טעלער'ס קינדער, וואס זענען געפונען געווארן ביי זיי. די מיטגלידער פון דער קהילה האבן אריינגעגעבן א בקשה פאר פאליטישן אזיל אין איראן, אויף דער טענה אז מ'רדיפט זיי צוליב זייער אמונה. | |||
אין 2019, איז א מאנשאפט פון דער פראגראם "עובדה" אנגעקומען קיין גוואַטעמאַלע, צו פילמירן א רעפארטאזש איבער דער כת, וואס האט זיך קאנצענטרירט אויף ישראל עמיר, דעמאלט א 19־יעריגער. זיינע עלטערן זענען געווארן בעלי תשובה און האבן זיך צוגעשלאסן צו לב טהור מיט זייערע זיבן קינדער. ישראל האט חתונה געהאט אלס 17 יעריגער מיט א 15-יעריג מיידל, און זיי האבן געהאט א קינד. ער האט געמאכט א קאנטאקט פון גוואַטעמאַלע מיט זיין פעטער און מומע אין ארץ ישראל, וואס זענען געפלויגן מיט דער פראגראם-מאנשאפט און צום סוף איז זיי געלונגען אים אהיימצוברענגען קיין ארץ ישראל. ביי די פילמירונגען, האבן די מיטגלידער פון דער כת געקידנעפט ישראל'ס פעטער און דעם קאמעראמאן, זיי אריינגעברענגט אין דעם קאמפלעקס פון דער כת און זיי געשלאגן און געווארפן אויף זיי שטיינער. זיי זענען באפרייט געווארן נאך עטליכע שעה דורך דער לאקאלער פאליציי. | |||
דעם 29סטן מערץ 2021, האט די פאליציי אין גוואַטעמאַלע נאכאמאל אריינגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת, כדי צו ארעסטירן דריי פון זייערע מיטגלידער און זיי אויסצוליפערן קיין אמעריקע. איינער פון זיי איז דארט ארעסטירט געווארן. אין יולי 2021 האט די פאליציי פון גוואַטעמאַלע אריינגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת, אינאיינעם מיט דער FBI און אינטערפאל, און האבן ארעסטירט די צוויי ברידער, יואל און שמואל וויינגארטן. מען האט זיי באשולדיגט צווישן אנדערעס אין קידנעפן קינדער. | |||
===פרואוו אריבערצוציען קיין איראן און די באלקאן לענדער=== | |||
אין אקטאבער 2021, האבן די מיטגלידער פון דער כת געפרואווט צו דערגרייכן קיין איראן, נאך וואס זיי האבן שוין אין 2018 אריינגעגעבן א בקשה פאר פאליטישן אזיל. | |||
אין דעצעמבער 2021, איז אין דער טעלעוויזיע-פראגראם "עובדה" געוויזן געווארן אן עפיזאד, וואס האט געצייגט די השתדלות פון א פאטער וואס האט פארלאזט די כת, אומצוקערן זיין קינד צו זיך. אין דעם עפיזאד איז געוויזן ווי די מיטגלידער פון דער כת זענען ארויס פון גוואַטעמאַלע קיין מעקסיקע, פון דארט ווייטער קיין טערקיי, אבער דארט האט מען זיי אפגעהאלטן דורכצופארן קיין קורדיסטאן. נאך דעם וואס מ'האט זיי אפגעהאלטן פון גיין קיין איראן, האבן די טערקישע באאמטע באשלאסן צו דעפארטירן די מיטגלידער קיין רומעניע, וואס האט זיי דעפארטירט קיין מאלדאווע, וואו זיי זענען דעפארטירט געווארן נאך ווייניגער ווי צוויי וואכן. | |||
אין יאנואר 2022, איז א טייל פון די מיטגלידער געזען געווארן אין דער שטאט סאראיעוואָ, אין באסניע און הערצעגאָווינע. נאך דריי וואכן אין לאנד, דעם 3טן פעברואר, צוליב קלאגעס פון די לאקאלע איינוואוינער, דער ארטיגער אידישער קהילה און פובליקאציעס אין די לאקאלע מעדיע איבער דער כת, איז די גרופע פון 37 חברים דעפארטירט געווארן פון לאנד און איז אריבער אין דער שכנות'דיגער מאנטענעגרא. לויט דעם אויסערן־מיניסטעריום פון מאנטענעגרא, איז די גרופע ארויס פון לאנד נאך יענעם טאג קיין אַלבאַניע. א וואך שפעטער איז די גרופע אריבער קיין צפון מאקעדאניע. צום ערשט זענען די מיטגלידער געווען אין קומאַנאָוואָ, אבער זענען דעפארטירט געווארן און זענען אריבער קיין סקאָפּיע. נאך א קורצע צייט, זענען רוב פון די מיטגלידער אומגעקערט געווארן קיין אַלבאַניע. | |||
===היינטיגער מצב פון דער קהילה=== | |||
אין יולי 2022 איז פארעפנטלעכט געווארן אן אויספארשונג אויפן חרדישן אינטערנעט-זייטל "כיכר השבת", וואס האט געטענה'ט אז די קהילה האט זיך צעפאלן און אז די מיטגלידער און משפחות פון דער כת זענען זיך צעשפרייט געווארן אין פארשידענע לענדער. ארום צוויי חדשים שפעטער, אין סוף אויגוסט, האבן פאליציי לייט דורכגעפירט אן אויספארשונג אין דעם קאמפלעקס פון דער כת אין מאלדאווע. אין סוף סעפטעמבער, האט די פאליציי פון מעקסיקע ארעסטירט 17 מיטגלידער פון דער כת וואס זענען געווען לעבן דער גרענעץ פון גוואַטעמאַלע, אבער זיי זענען אנטלאפן פון טורמע אין די שפעטע שעות פון דער נאכט. | |||
דעם 20סטן דעצעמבער 2024, האבן די זיכערהייט קרעפטן אין גוואַטעמאַלע איבערגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת און האבן באפרייט ארום 160 קינדער און יונגע לייט וואס זענען געווען דארט און זענען געווען א קרבן פון אויסנוצן און מענטשן-האנדל. ארום 40 פרויען זענען אויך ארעסטירט געווארן. מער ווי 480 פאליציי לייט, סאלדאטן און פסיכאלאגן האבן זיך באטייליגט אין דער אקציע, און מען האט קאנפיסקירט קאמפיוטערס, טעלעפאנען און אנדערע זאכן צו זאמלען באווייזן. בעת'ן איבערפאל, זענען געפונען געווארן באגראבענע קערפערס, און מען טוט אויספארשן צי זיי געהערן צו די קינדער וואס זענען געווען אין דער כת. | |||
===די צעפאלונג פון דער כת=== | |||
אין יוני 2025 איז באריכטעט געווארן אז די כת האט זיך צעפאלן, ווען רוב פון די מיטגלידער און אלע קינדער פון די משפחות זענען באפרייט געווארן. אויך איז די ווייב פון איינעם פון די פירער, משה יוסף ראזענער, אוועק. זיי זענען אריבער קיין פארשידענע לענדער, אריינגערעכנט ניו יארק און קאנאדע. | |||
==הנהגות און דעות== | ==הנהגות און דעות== | ||
| שורה 34: | שורה 61: | ||
==דאקומענטארן== | ==דאקומענטארן== | ||
לב טהור איז געווען דער טעמע פון עטליכע דאקומענטארן, אריינגערעכנט א צוויי טייל סעריע אויף דער מדינת-ישראל'דיגער פראגראם True Face אין נאוועמבער 2012. Global News האט געוויזן א דאקומענטאר איבער לב טהור אין פעברואר 2014 אלס טייל פון 16×9. The Fifth Estate האט געדעקט לב טהור אין א שעה לאנגע פראגראם. | לב טהור איז געווען דער טעמע פון עטליכע דאקומענטארן, אריינגערעכנט א צוויי טייל סעריע אויף דער מדינת-ישראל'דיגער פראגראם True Face אין נאוועמבער 2012. Global News האט געוויזן א דאקומענטאר איבער לב טהור אין פעברואר 2014 אלס טייל פון 16×9. The Fifth Estate האט געדעקט לב טהור אין א שעה לאנגע פראגראם. | ||
==דרויסנדיגע לינקס== | |||
*אליעזר ראזען, "מיין טאטע", '''מאמענט''' כי תצא תשע"ז; "[https://anyflip.com/ouyk/whrn/ געקליבענע ארטיקלעך פון מאמענט"] זייטן 6-25. | |||
*[https://ahblicklive.com/archives.php?tag=%D7%9C%D7%91%20%D7%98%D7%94%D7%95%D7%A8&allowed_categories=0 "לב טהור"] אויף "א בליק" וועבזייטל. | |||
*[https://www.studocu.com/en-us/u/125353375?sid=01755106969&page=1 הכר נא דבר אמת: די היסטאריע און מסירות נפש פון קהילת לב טהור] | |||
*[https://www.levtahorsurvivors.com/ lev tahor survivors] וועבזייטל | |||
*[https://files.dryveup.com/uploads/24658_1740436922_mission_brochure.pdf בראשור פאר די "מיסיע" קאמפיין, ווינטער תשפ"ה] | |||
*{{PDF|}}[https://forum.yidtish.com/download/file.php?id=48040 מעומקא דלב טהור], פייל אויף אידטיש | |||
==רעפערענצן== | |||
{{רעפערענצן|}} | |||
[[he:לב טהור]] | |||
רעדאגירונגען