אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לב טהור"

4,964 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 3 חדשים
שורה 2: שורה 2:

==היסטאריע==
==היסטאריע==
היסטאריע
===גרינדונג און נסיעה קיין אמעריקע===
גרינדונג און נסיעה קיין אמעריקע
שלמה הלברנץ איז געבוירן געווארן אין א פריע משפחה, און אלס בחור האט ער אנגעהויבן דעם פראצעדור פון תשובה טון. ער האט געלערנט אין דער "איתרי" ישיבה אין ירושלים, און אין די מיטל 80ער יארן האט ער געגרינדעט די ישיבה "לב טהור" אין דער "בית ישראל" געגנט אין ירושלים. דער נאמען איז גענומען פון פסוק: "לֵב טָהוֹר בְּרָא-לִי אֱלֹהִים וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי" (תהילים, נ"א, י"ב). ארום הלברנץ און זיין ישיבה האט זיך צאמגעקליבן א גרופע פון ארום הונדערט משפחות.

שורה 9: שורה 8:

אין 1993, איז הלברנץ פארפאלנטערט געווארן אין דער פרשה פונעם בחור שי פימא, א זון פון פריע עלטערן, וואס איז פארשוואונדן געווארן און איז אריין אין דער כת. הלברנץ איז באשולדיגט געווארן אין העלפן צו באהאלטן פימא, און איז געפונען געווארן שולדיג אין א ניו יארקער געריכט. ער איז פארמשפט געווארן צו 4 ביז 6 יאר טורמע, אבער שפעטער האט דער געריכט פון א אפיעל אין ניו יארק פארקירצט די שטראף צו בלויז צוויי יאר. צוליב דער פרשה האט ער פארלוירן זיין לעגאלן סטאטוס אין אמעריקע און איז דעפארטירט געווארן קיין ארץ ישראל אין סעפטעמבער פון יאר 2000.

=== קאנאדע ===
הלברנץ איז אריבער קיין קאנאדע אונטער דער פאדערונג פון פאליטישן אזיל, אויף דער טענה אז די רעגירונג אין ארץ ישראל רודפ'ט אים. דאס אימיגראציע געריכט האט באשטעטיגט די פאדערונג. די קאנאדער רעגירונג האט אפעלירט קעגן דעם, אבער דער פעדעראלער געריכט האט באשטעטיגט דעם באשלוס. הלברנץ האט זיך באזעצט אין דער שטאט סענט אַגאַט, וואו ער האט אויפגעשטעלט זיין קהילה, וואס ער האט גערופן "קרית רימנוב".
אין יאר 2012, איז די נייעס וועגן דער קהילה געווארן מער באקאנט אין ארץ ישראל, נאך וואס עטליכע אויספארשונגען זענען ארויסגעקומען אין די מעדיע. אין אויגוסט איז פארעפנטלעכט געווארן אן אויספארשונג פון צוויי טיילן דורך דער זשורנאליסטקע אמילי עמרוסי אין דער צייטונג "ישראל היום", און אין נאוועמבער איז ארויס אן אויספארשונג אין צוויי טיילן דער פראגראם "פנים אמיתיות", וואו די פראגראם-מאנשאפט האט באגלייט אריה ספינער (אמאל לאווער) אויף זיין נסיעה קיין קאנאדע, צו טרעפן זיין מאמע און ברידער און צו האבן א קאמפראנטאציע מיט הלברנץ.
אין 2013, האבן די באאמטע אין קוויבעק אנגעהויבן אויספארשן טענות וועגן פארנאכלעסיגונג, שלעכטע באהאנדלונג פון און קינדער חתונה מאכן אין דער קהילה. דעריבער האט דער געריכט באפוילן אין נאוועמבער יענעם יאר ארויסצונעמען 14 קינדער פון צוויי משפחות און זיי אריבערצופירן צו פאסטער היימען. אין דער זעלבער צייט, האבן די מיטגלידער פון דער קהילה ארגאניזירט א נסיעה פון קוועבעק קיין ווינדזאר און טשאַטהאַם, אין אנטאריא, אויף דער טענה אז די רעגירונג אין קוועבעק לאזט זיי נישט ערציען זייערע קינדער לויט זייער אמונה. אבער, דער געריכט אין אנטאריא האט גע'פסק'נט, אז דער פריערדיגער פסק איז אויך גילטיק אין דעם פראווינץ. אין מערץ יענעם יאר זענען אכט פון די קינדער אריבער צו דער אחריות פון די סאציאלע דינסטן. עלטערן פון זעקס אנדערע קינדער האבן געפרואווט זיי צו שמוגלען קיין גוואַטעמאַלע, און זענען אנגעכאפט געווארן אין טרינידאד.
===נסיעה קיין גוואַטעמאַלע און מעקסיקא===
רוב חברים פון דער קהילה זענען אריבער אין מיטן 2014 קיין סאן כוואן לאַ לאַגונאַ אין גוואַטעמאַלע. אין אויגוסט יענעם יאר, האט דער בירגערמייסטער פון דער שטאט באשלאסן זיי צו פארטרייבן פון דארט, אויף דער טענה אז זיי פרובירן צו פארשפרייטן זייערע השקפות. אין סעפטעמבער 2016, נאך א פאדערונג פון אפיציעלע קוועלער פון ארץ ישראל און עדות'שאפטן וועגן שלעכטע באהאנדלונג פון קינדער און דערוואקסענע, האט די פאליציי אין גוואַטעמאַלע איבערגעפאלן די בנינים וואו די מיטגלידער האבן געוואוינט צו אויספארשן די טענות. די מיטגלידער זענען אריבער פון גוואַטעמאַלע סיטי צו א מער אפגעזונדערטן געגנט.
אין מיטן 2017 איז א טייל פון דער קהילה אריבער קיין טשיאַפּאַס, מעקסיקע. קורץ נאך דעם, אין שבת ביינאכט, דעם 8טן יולי 2017, האט הלברנץ זיך געטובלט אין א טייך לעבן זיינע מענטשן, און איז דערטרונקען געווארן. יענעם יאר איז אין א געריכט אין ארץ ישראל געגעבן געווארן א פסק, וואס האט באשטימט אז די קהילה איז א שעדליכע כת, כדי אפצוהאלטן קינדער פון ארויספארן פון לאנד, וועמענ'ס עלטערן האבן געוואלט אריבערציען מיט זיי צו דער קהילה אין קאנאדע.

==הנהגות און דעות==
==הנהגות און דעות==