אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער:שווערמער/ארטיקלען/פצאל"
(געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} <!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> פַצָאֵל (לאטיין: Phasaelus, "פאַסאַעלוס"; פון גריכיש: Φασάηλος, אין יוסיפון: פסילו; געשטארבן 40 פצ"ר) איז געווען א פרינץ פון דער הורדוס-דינאסטיע פון יהודה. דער בכור פון אַנטיפאַטער דער אדומי און קיפּרוס דער עלטערער ב...') |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 17:58, 11 אויגוסט 2025
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
| ||
| דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל | |
פַצָאֵל (לאטיין: Phasaelus, "פאַסאַעלוס"; פון גריכיש: Φασάηλος, אין יוסיפון: פסילו; געשטארבן 40 פצ"ר) איז געווען א פרינץ פון דער הורדוס-דינאסטיע פון יהודה. דער בכור פון אַנטיפאַטער דער אדומי און קיפּרוס דער עלטערער ברודער פון הורדוס, יוסף, פעראָראַ, און שלומית.
אפשטאם און פריע קאריערע
פצאל איז געבוירן געווארן אין דער חשמונאישער קעניגרייך צו אן אריסטאקראטישער משפחה פון אדומישן אפשטאם. זיין טאטע, אַנטיפּאַטער דער אדומי, איז געווען דער נאנטער ראטגעבער פון דעם חשמונאישן קעניג הורקנוס און זיין מאמע קיפּרוס ("קיפרון" אין יוסיפון) איז געווען א נאַבאַטישע פרינצעסין. פצאל איז געווען דער עלטערער ברודער פון הורדוס[1].
סיי פצאל און סיי הורדוס האבן אנגעהויבן זייערע קאריערעס אונטער זייער טאטן אנטיפאטער. נאך דער שלאכט אין פאַרסאַלוס אין 48 פצ"ר, ווען יוליוס קייזער האט באזיגט פּאָמפּיוס און געוואןנען די מאכט איבער רוים, איז אנטיפאטער באשטימט געווארן דורך קייזער אלס אפוטרופוס פון יהודה פאר דער רוימישער רעפובליק. אנטיפאטער האט באלד באשטימט פצאל צו זיין גובערנאַטאָר פון ירושלים, און הורדוס גובערנאטאר פון גליל[2]. ווען הורדוס איז גערופן געווארן גע'משפט צו ווערן פאר דעם סנהדרין פאר'ן הרג'ענען חזקיה הגלילי אן די אויטעריטעט דערצו, האט ער געפלאנט צו קומען קיין ירושלים מיט אן ארמיי און מאכן מלחמה, אבער אנטיפּאטער און פצאל האבן באוויזן אים איבערצורעדן זיך צו באפרידיגן מיט סטראשונקעס[3].
נאך דער מארד פון קייזער אין יאר 41 פצ"ר ווען הורדוס האט אויסגענוצט די רוימישע פאליטיק צו באקומען מער מאכט, האט הורקנוס' א גענעראל מיט'ן נאמען מאַליכוס, וועלכע האט פרובירט צוריקצוהאלטן אנטיפאטער און זיינע זין צו געוואונען קאנטראל פון יהודה, געצאלט איינע פון אנטיפאטער'ס דינער אים צו פאר'סמ'ען. מאליכוס האט געהאלטן אז די מאכט פון די אדומיים וועט שאטן פאר הורקנוס. הורדוס האט זיך געגרייט ארויסצוגיין קעגן מאליכוס מיט א גרויסן מיליטער, אבער פצאל האט אים צייטוויליג צוריקגעהאלטן[4].
הורדוס האט אבער עווענטועל ערלעדיגט מאליכוס'ן, און מאליכוס' א ברודער, העליקס, האט אנגעגריפן פצאל אלס נקמה פאר זיין ברודער'ס בלוט. הורדוס איז געווען קראנק דאן, און פצאל האט אליין באזיגט העליקס, און אנגע'מוסר'ט הורקנוס פאר'ן זיין א כפוי טובה און שטיין צו דער זייט פון העליקס[5]
בשעת מאַרקוס אַנטאָניוס איז געווען אין ביטיניע, נאכ'ן זיגן קעגן קאסיוס און ברוטוס, אין בערך 41 פצ"ר, זענען באקלאגענישן געברענגט געווארן פאר אים קעגן די צוויי ברידער, וועלכע פיל אידן האבן געהאסט, אבער ס'איז געלונגען הורדוס אפצואווארפן די באשולדיגונגען[6]. באשולדיגונגען זענען ווידער געברענגט געווארן קעגן זיי פאר אנטאניוס ווען ער איז געווען אין דפני נעבן אנטוכיא. נאכאמאל האבן זיך די באשולדיגונגען ארויסגעוויזן צו זיין אומפרוכטבאר, ווייל אפילו הורקנוס דער צווייטער האט רעקאמענדירט די צוויי אלס פירער פונעם לאנד. דאס האט געפירט אנטאניוס צו העכערן די צוויי ברידער אין ראנג, און באשטימען אלס טעטראַרכן פון יהודה און גליל.
רעוואלט פון אנטיגנוס און פצאל'ס אונטערגאנג
דערווייל האט מתתיהו אנטיגנוס דער חשמונאי זיך באמיט צו פארכאפן דעם טראן אין יהודה, און אין ירושלים זענען געווען אפט קאנפליקטן צווישן זיינע אנהענגער און די פון די צוויי ברידער, וועלכע זענען געווען ספעציעל געפערליך אויף שבועות יאר 40 פצ"ר. פצאל האט פארטיידיגט די מויערן און הורדוס דעם פאלאץ, באזיגנדיג זייערע קעגנער. אזוי ארום האט אנטיגנוס זיך געוואנדן צו דער פּאַרטיאַנער אימפּעריע פאר הילף. פצאל האט זיך געלאזט ארייננארן אינאיינעם מיט הורקנוס אינעם לאגער פונעם פארטיאנער פירער באַרזאַפאַרנעס, מכלומר'שט פאר שלום געשפרעכן[7]. הורקנוס און פצאל זענען ביידע געפאנגען געווארן, און זיי זענען דאן איבערגעגעבן געווארן צו אנטיגנוס, וועלכער האט הורקנוס'ן געמאכט א בעל מום אים צו פסל'ען פון די כהונה, און אים געפירט קיין בבל. פצאל האט זיך צעשפאלטן די אייגענע מוח, אויסדריקנדיג דערביי צופרידנקייט אז זיין ברודער הורדוס איז פארזיכערט[8].
אנדענק
יוסף בן מתתיהו רעדט וועגן פצאל ווי א מוטיגן און נאבעלן מאן. זיין זון, וועלכער האט אויך געהייסן פצאל, און שיינט צו האבן געהאט געבוירן געווארן נאך זיין פאטער'ס טויט, האט חתונה געהאט מיט הורדוס' טאכטער שלומציון, מיט וועלכער ער האט געהאט פינף קינדער. דער זון פון הורדוס דורך זיין ווייב פּאלאס, איז א נאמען געגעבן געווארן "פצאל" דורך הורדוס. הורדוס האט אויך באערט זיין ברודער דורך געבן דעם נאמען "פאַסאַעליס" צו א שטאט צפון-מזרח פון יריחו, און "פאַסאַעלוס" צו א טורעם פון זיין פאלאץ אין ירושלים.
רעפערענצן
- ↑ יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Wars_of_the_Jews_1:8
- 6 בוך א, קאפּיטל ח, אפּטיילונג ו].
- ↑ יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Wars_of_the_Jews_1:10
- 4 בוך א, קאפּיטל י, אפּטיילונג ד].
- ↑ יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Wars_of_the_Jews_1:10
- 9 בוך א, קאפּיטל י, אפּטיילונג ט].
- ↑
שגיאות פרמטריות במוסטער:יוספוס
פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Wars_of_the_Jews_1:11- 4 בוך א, קאפּיטל יא, אפּטיילונג ד].
- ↑ יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Wars_of_the_Jews_1:12
- 1 בוך א, קאפּיטל יב, אפּטיילונג א].
- ↑ יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Wars_of_the_Jews_1:12
- 1 בוך א, קאפּיטל יב, אפּטיילונג א].
- ↑ יוסף בן מתתיהו, א, בוך יג, קאפּיטל ה.
- ↑ יוסף בן מתתיהו, א, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus__1:1_13:9
- 10 בוך יג, קאפּיטל ט, אפּטיילונג י].