אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת בלק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק ((diffedit))
ק (←‏בעל פעור: הגהה)
שורה 42: שורה 42:


=== בעל פעור ===
=== בעל פעור ===
די אידן האבן אנגעהויבן זונדיגן מיט די טעכטער פון מואב{{הערה|לויט די ראַט פון בלעם צו בלק. {{תנ"ך|במדבר|כה|א|אן=ספר|מפרש=רש"י}}, לויט {{בבלי|סנהדרין|קו|א}}.}}, און זיי האבן געשלעפט די אידן צו דינען זייערע אפגעטער, און די אידן האבן אנגעהויבן דינען דעם [[בעל פעור]] און דערמיט דערצערנט דעם אויבערשטן. משה האט אויפ'ן באפעל פון גאט באאויפטראגט די דיינים צו הרג'ענען די זינדיגע. [[זמרי בן סלוא]] האט געזונדיגט מיט א מדינ'ישער פרוי, כזבי בת צור, פארנט פון משה און אלע אידן, און עס האט אויסגעבראכן א מגפה ביי די אידן. [[פינחס]] האט גענומען א שווערד און דערשטאכן זמרי און כזבי, און דערמיט אפגעשטעלט די מגפה{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|כה|לאנג=יא|אן=ספר}}.}}.
די אידן האבן אנגעהויבן זונדיגן מיט די טעכטער פון מואב{{הערה|לויט די ראַט פון בלעם צו בלק. {{תנ"ך|במדבר|כה|א|אן=ספר|מפרש=רש"י}}, לויט {{בבלי|סנהדרין|קו|א}}.}}, און זיי האבן געשלעפט די אידן צו דינען זייערע אפגעטער, און די אידן האבן אנגעהויבן דינען דעם [[בעל פעור]] און דערמיט דערצערנט דעם אויבערשטן. משה האט אויפ'ן באפעל פון גאט באאויפטראגט די דיינים צו הרג'ענען די זינדיגע. [[זמרי בן סלוא]] האט געזונדיגט מיט א מדינ'ישער פרוי, כזבי בת צור, פארנט פון משה און אלע אידן, און עס האט אויסגעבראכן א מגפה ביי די אידן. [[פינחס]] האט גענומען א שפיז און דערשטאכן זמרי און כזבי, און דערמיט אפגעשטעלט די מגפה{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|כה|לאנג=יא|אן=ספר}}.}}.


== דאטומען ==
== דאטומען ==

רעוויזיע פון 15:35, 22 יולי 2025

Arrow r.svg בלק Arrow l.svg
פסוקים במדבר כב, ב - כה, ט
צאל פסוקים 104 (34'סטע)
צאל ווערטער 1455 (33'סטע)
צאל אותיות 5357 (35'סטע)
אינהאלט בלק רופט בלעם צו שעלטן די אידן; בלעם בענטשט אנשטאט שעלטן; די אידן זונדיגן מיט בנות מואב און בעל פעור; פנחס הרג'עט זמרי
עשה (0)  לא תעשה (0)
הפטורה
אשכנזים, ספרדים און תימנים מיכה ה, ו-ו, ח
איטאליענער מיכה ה, ד-ו, ח

פרשת בָּלָק איז די זיבעטע סדרה פון ספר במדבר, און די 40'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל כ"ב, פסוק ב', ביז קאַפּיטל כ"ה, פסוק ט', לויט דער אנגענומענער צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 104 פסוקים און צוויי פרשיות - איין פתוחה און איין סתומה.

אין דgr פרשה ווערט געשילדערט ווי בלק האט געפארכט פון די אידן, און גערופן בלעם זיי שעלטן, בלעם גייט כאטש וואס גא-ט האט אים לכתחילה באפוילן פארקערט, און טראץ די שטרויכלונגען אויפ'ן וועג דורך א מלאך; גאט האט אריינגעלייגט אין בלעם'ס מויל ברכות אנשטאט קללות. דאן ווערט געשילדערט דער חטא בעל פעור און פינחס' קנאות הרג'נענדיג זמרי וואס האט געזינדיגט.

פרשת בלק ווערט געליינט צווישן די דאטומען ז' און י"ז תמוז. אין יארן וואס יום טוב שני פון שבועות אין חוץ לארץ געפאלט אום שבת, ווערט פרשת בלק געליינט אין חוץ לארץ אינאיינעם מיט'ן פריערדיגן פרשה - פרשת חקת[א].

פרשה אינהאלט

בלעם נעמט אויף בלק'ס שליחים

בלק רופט בלעם

בלק בן צִפּוֹר דער קעניג פון מואב האט זיך גאר שטארק דערשראקן זעענדיג וואס די אידן האבן געטון צום אמורי, און ער האט זיך פארעקלט פון די אידן. בלק האט מיטגעטיילט זיין זארג מיט די עלטערע פון מדין, און זיי געשיקט אלס שלוחים אינאיינעם מיט די עלטערע פון מואב קיין פתור, צו בלעם בן בעור צו פועל'ן ביי אים ער זאל קומען שעלטן די אידן, און אפשר אזוי וועט ער זיי קענען בייקומען. בלעם האט זיי פארבעטן צו איבערנעכטיגן ביי אים ווען ער ווארט אויף גאט'ס אנטווארט צי ער זאל גיין, און נאך וואס גאט האט אים פארבאטן צו גיין, האט ער אנטזאגט און צוריקגעשיקט די שלוחים.

בלק האט ווייטער געשיקט מערערע און חשוב'ערע שלוחים צו בלעם אים איבעררעדן. בלעם האט זיי ערקלערט אז ער קען נישט טון קעגן די ווילן פון גאט, און זיי ווידער געבעטן צו נעכטיגן, האפנדיג אז גאט וועט אים יא ערלויבן. דער באשעפער האט אויפדערנאכט געזאגט פאר בלעם אז ער קען גיין, אבער ער וועט דארפן טון נאר ווי גאט באפעלט[1].

בלעם'ס רייזע מיט'ן אייזל

וַתֵּרֶא הָאָתוֹן אֶת מַלְאַךְ ד' נִצָּב בַּדֶּרֶךְ וְחַרְבּוֹ שְׁלוּפָה בְּיָדוֹ וַתֵּט הָאָתוֹן מִן הַדֶּרֶךְ וַתֵּלֶךְ בַּשָּׂדֶה וַיַּךְ בִּלְעָם אֶת הָאָתוֹן... בלעם שלאגט די אייזל וועלכע נויגט אפ זעענדיג דעם מלאך

צומארגנס האט בלעם אייגנעשפאנט זיין אייזל און געגאנגען מיט די מואב'ישע מיניסטארן, צו דער פארדרוס פון אויבערשטן. א מלאך האט זיך געשטעלט אין וועג פון בלעם מיט זיין אייזל און זיינע צוויי באדינער עטליכע מאל. די אייזל, וואס האט געזען דער מלאך מיט אן אויסגעשטרעקטע שווערד, האט פרובירט אפנויגן פון וועג, אינצווישן צעדריקנדיג בלעם'ס פוס, און בלעם האט איר געשלאגן איר צו מאנעוורירן צוריק אויפ'ן וועג. ענדע האט דער מלאך זיך געשטעלט אויף א גאר שמאלע וועג וואו עס איז נישט געווען קיין וועג פאר'ן אייזל צו אפנויגן, האט די אייזל זיך אפגעשטעלט און געהויערט, און בלעם האט ברויזנדיג איר ווידער געשלאגן.

גאט האט געעפנט די אייזל'ס מויל, און זי האט אנגעהויבן רעדן צו בלעם, און אים פארגעהאלטן פאר'ן איר שלאגן. בלעם האט איר געזאגט אז זי האט געשפעט פון אים, אויף וואס זי געענטפערט: "איך בין דאך שוין דיין אייזל אויף וועלכע דו האסט געריטן פון שטענדיג אן ביז היינט, האב איך דיר דען אזוי געטון אמאל?". דער באשעפער האט געעפנט בלעם'ס אויגן צו זען דעם מלאך מיט'ן שווערד, און בלעם האט זיך געבוקט. דער מלאך האט אים פארגעהאלטן פאר'ן שלאגן די אייזל, ווען זי האט זיך אפגעשטעלט פאר אים. בלעם האט מודה געווען אז ער האט געזינדיגט, און געזאגט אז ער וועט זיך צוריקדרייען אויב עס געפעלט אים נישט זיין גיין צו בלק. דער מלאך האט אים ערלויבט ווייטער צו גיין, אבער ווידערהאלט אז ער וועט רעדן בלויז וואס גאט אים זאגן, און בלעם האט פארגעזעצט זיין רייזע.

בלק האט אויפגענומען בלעם'ן ביים גרעניץ, און בלעם האט אים ערקלערט אז ער וועט נישט קענען רעדן נאר דאס וואס גאט לייגט אים אין מויל[2].

בלעם בענטשט

בלעם האט געזאגט פאר בלק צו אנגרייטן זיבן מזבחות, זיבן אקסן און ווידערס; זיי האבן מקריב געווען די בהמות ווארטנדיג אז די נבואה זאל קומען צו בלעם. גאט האט אריינגעלייגט ווערטער אין בלעם'ס מויל, און ער האט אנגעהויבן בענטשן די אידן, צום אויפברויז פון בלק, וועלכער האט פארגעהאלטן בלעם אז ער האט אים גערופן צו שעלטן און ער בענטשט גאר. בלעם האט ווידער קלארגעשטעלט אז ער קען נאר רעדן דאס וואס גאט לייגט אים אין מויל. בלק האט פרובירט צו טראגן בלעם אויף א צווייטע ארט און בלעם האט ווידער געבענטשט. אזוי האט זיך עס איבערגעשפילט דריי מאל. בלק האט אין צארן פארטריבן בלעם, נישט איידער בלעם האט ווידער געבענטשט כלל ישראל, זאגנדיג נבואות איבער די ניצחון פון די אידן איבער די פעלקער[3].

בעל פעור

די אידן האבן אנגעהויבן זונדיגן מיט די טעכטער פון מואב[4], און זיי האבן געשלעפט די אידן צו דינען זייערע אפגעטער, און די אידן האבן אנגעהויבן דינען דעם בעל פעור און דערמיט דערצערנט דעם אויבערשטן. משה האט אויפ'ן באפעל פון גאט באאויפטראגט די דיינים צו הרג'ענען די זינדיגע. זמרי בן סלוא האט געזונדיגט מיט א מדינ'ישער פרוי, כזבי בת צור, פארנט פון משה און אלע אידן, און עס האט אויסגעבראכן א מגפה ביי די אידן. פינחס האט גענומען א שפיז און דערשטאכן זמרי און כזבי, און דערמיט אפגעשטעלט די מגפה[5].

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה קען געפאלן אין זיבן (אין א"י, אין חו"ל זעקס) אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין ספר מיכה, פון קאַפּיטל ה', פסוק ו' (די איטאליענער פון פסוק ד'), ביז קאַפּיטל ו', פסוק ח'. אין די הפטורה דערמאנט דער נביא בלק און בלעם: עַמִּי זְכָר נָא מַה יָּעַץ בָּלָק מֶלֶךְ מוֹאָב וּמֶה עָנָה אֹתוֹ בִּלְעָם בֶּן בְּעוֹר מִן הַשִּׁטִּים עַד הַגִּלְגָּל לְמַעַן דַּעַת צִדְקוֹת ה'.

אייגנארטיגקייטן

עס איז פארהאן א שפריכווארט - "לערנען בלק", ווען מען וויל איינעם אריינגעבן א לעקציע; אן אידיאם וואס שטאמט פונעם פרשה, ווען בלק האט ארויסגעקוקט אויף רעזולטאטן פון בלעם און כסדר אנטוישט געווארן ווען ער האט ווידער געבענטשט אנשטאט שעלטן[6]

דרויסנדיגע לינקס

טעקסט

טייטש

  • "פרשת בלק", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד, איבערזעצט אין אידיש דורך ח. ש. נײהױזען, א. הײמאן (חרל“פּ) און אנדערע.

פארברייטערונג

נאטיצן

  1. כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די מערסטנס 48 שבתים אין א שנה פשוטה אין וועלכע מען ליינט א פרשה, ימים טובים אויסגעשלאסן.

רעפערענצן

  1. קאַפּיטל כ"ב, פסוק ב' - כ.
  2. קאַפּיטל כ"ב, פסוק כ"א - מ.
  3. קאַפּיטל כ"ג-כד.
  4. לויט די ראַט פון בלעם צו בלק. רש"י, כה, א, לויט סנהדרין קו, א.
  5. קאַפּיטל כ"ה.
  6. "לערנען" אויף yiddishwordoftheweek.tumblr.com.