אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קארקאר שלאכט"
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 18: | שורה 18: | ||
די '''שלאכט פון קארקאר''' האט זיך אפגעשפילט אין יאר 853 פצ"ר, ווען די ארמיי פון דער [[אשור]]ישע אימפעריע, אנגעפירט דורך קעניג [[שלמנאסר דער דריטער]], האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א פארבאנד פון עלף קעניגן ביים שטאט קארקאר. די פארבאנד איז געווען אנגעפירט דורך הדדעזר, וואס ווערט אנגערופן אויף אשוריש אדד-אידיר, און איז מעגליך קעניג [[בן-הדד]] דער צווייטער פון ארם-דמשק; און [[אחאב]] מלך [[מלכות ישראל|ישראל]] <ref>{{Cite web |title=Battle of Qarqar |url= https://biblical-archaeology.org/en/locations/קרב-קרקר-2/ |access-date=2024-07-03 |website=Biblical Archaeology - Maps and Findings |language=en-US}}</ref>. די שלאכט, וואס האט פאסירט בשעת דער אשורישער אינוואזיע אויף [[ארם]] צווישן 854 און 846 פצ"ר, איז באקאנט דערפאר וואס זי האט געהאט מער זעלנער ווי יעדע פריערדיגע שלאכט, און דערפאר וואס דאס איז געווען דער ערשטער מאל וואס געוויסע פעלקער ווערן דערמאנט אין היסטאריע, ווי למשל די [[אראבער]]. די שלאכט איז פאראייביגט געווארן אויף די מאנאליט (זײל) װאס איז געפונען געװארן נעבן קורך ארום 20 מייל דרום פון דיאַרבאַקיר אין טערקיי (היינט איז עס אין [[בריטישער מוזעאום|בריטישן מוזעאום]]) און אויף דער שווארצער [[אבעליסק|אָבעליסק]]. לויט דער ווערסיע פון דער אשורישער אפונים ליסטע, קומט אויס אז די שלאכט האט פאסירט אין 854 פצ"ר<ref>Shea, William H. "A Note on the Date of the Battle of Qarqar." ''Journal of Cuneiform Studies'', vol. 29, no. 4, 1977, pp. 240–242</ref>. | די '''שלאכט פון קארקאר''' האט זיך אפגעשפילט אין יאר 853 פצ"ר, ווען די ארמיי פון דער [[אשור]]ישע אימפעריע, אנגעפירט דורך קעניג [[שלמנאסר דער דריטער]], האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א פארבאנד פון עלף קעניגן ביים שטאט קארקאר. די פארבאנד איז געווען אנגעפירט דורך הדדעזר, וואס ווערט אנגערופן אויף אשוריש אדד-אידיר, און איז מעגליך קעניג [[בן-הדד]] דער צווייטער פון ארם-דמשק; און [[אחאב]] מלך [[מלכות ישראל|ישראל]] <ref>{{Cite web |title=Battle of Qarqar |url= https://biblical-archaeology.org/en/locations/קרב-קרקר-2/ |access-date=2024-07-03 |website=Biblical Archaeology - Maps and Findings |language=en-US}}</ref>. די שלאכט, וואס האט פאסירט בשעת דער אשורישער אינוואזיע אויף [[ארם]] צווישן 854 און 846 פצ"ר, איז באקאנט דערפאר וואס זי האט געהאט מער זעלנער ווי יעדע פריערדיגע שלאכט, און דערפאר וואס דאס איז געווען דער ערשטער מאל וואס געוויסע פעלקער ווערן דערמאנט אין היסטאריע, ווי למשל די [[אראבער]]. די שלאכט איז פאראייביגט געווארן אויף די מאנאליט (זײל) װאס איז געפונען געװארן נעבן קורך ארום 20 מייל דרום פון דיאַרבאַקיר אין טערקיי (היינט איז עס אין [[בריטישער מוזעאום|בריטישן מוזעאום]]) און אויף דער שווארצער [[אבעליסק|אָבעליסק]]. לויט דער ווערסיע פון דער אשורישער אפונים ליסטע, קומט אויס אז די שלאכט האט פאסירט אין 854 פצ"ר<ref>Shea, William H. "A Note on the Date of the Battle of Qarqar." ''Journal of Cuneiform Studies'', vol. 29, no. 4, 1977, pp. 240–242</ref>. | ||
דאס שטאט קארקאר, וואו די שלאכט האט זיך אפגעשפילט, ווערט אין אלגעמיין אידענטיפיצירט מיט'ן היינטיגן ארכעאלאגישן גראבונג-ארט תל קארקור, אויפ'ן אָראָנטעס טייך, צפון פון | דאס שטאט קארקאר, וואו די שלאכט האט זיך אפגעשפילט, ווערט אין אלגעמיין אידענטיפיצירט מיט'ן היינטיגן ארכעאלאגישן גראבונג-ארט תל קארקור, אויפ'ן אָראָנטעס טייך, צפון פון {{קישור שפה|העברעאיש|חמה (עיר)|חמת}}, אין צפון-מערב [[סיריע]]. דער נאמען קארקאר באדייט "פלאכע (טאָל-ערד) פארמאציע" (פארגלייכט לשון-קודש'ער ''קרקור'', {{תנ"ך|שופטים|ח|י}}; אכדיש ''קאַקאַרו''; פארגלייכט אויך ''קרקע''). | ||
לויט אן אויפשריפט וואס שלמנאסר האט שפעטער אויפגעשטעלט האט ער אנגעהויבן זיין יערליכן פעלדצוג פארלאזנדיג נינוה דעם 14'טן טאג אין אייר. ער האט איבערגעשטיגן דעם [[חידקל]] און דעם [[פרת]] אן קיין פראבלעמען, און האט באקומען אונטערטעניגקייט און שטייערן פון פארשידענע שטעט אויפ'ן וועג, אריינגערעכנט [[ארם צובא|אלעפא]]. איינמאל ער איז פארביי אלעפא, האט ער זיך צוזאמגעשטויסן מיט'ן ערשטן ווידערשטאנד פון די זעלנער פון אירכולעני, דער קעניג פונעם | לויט אן אויפשריפט וואס שלמנאסר האט שפעטער אויפגעשטעלט האט ער אנגעהויבן זיין יערליכן פעלדצוג פארלאזנדיג נינוה דעם 14'טן טאג אין אייר. ער האט איבערגעשטיגן דעם [[חידקל]] און דעם [[פרת]] אן קיין פראבלעמען, און האט באקומען אונטערטעניגקייט און שטייערן פון פארשידענע שטעט אויפ'ן וועג, אריינגערעכנט [[ארם צובא|אלעפא]]. איינמאל ער איז פארביי אלעפא, האט ער זיך צוזאמגעשטויסן מיט'ן ערשטן ווידערשטאנד פון די זעלנער פון אירכולעני, דער קעניג פונעם לואוויאנישן לאנד חמת, וועמען ער האט באזיגט. אלס נקמה האט ער געפלינדערט די פאלאצן און שטעט פון אירכולעני'ס קעניגרייך. פארזעצנדיג זיין מארש נאכ'ן פלינדערן קארקאר, האט ער זיך אנגעטראפן מיט די אליאירטע קרעפטן נעבן דעם אָראָנטעס טייך<ref>{{Cite web |url=http://setup.finalweb.net/site/default.asp?sec_id=140001500 |title="Qarqar and Current Events", Lofquist, L |access-date=22 May 2009 |archive-url=https://web.archive.org/web/20110827020025/http://setup.finalweb.net/site/default.asp?sec_id=140001500 |archive-date=27 August 2011 |url-status=dead}}</ref>. | ||
==צוועלף קעניגן== | ==צוועלף קעניגן== | ||
| שורה 48: | שורה 48: | ||
*ר. קיטעל, אין: חיים שויס (רעד.), '''[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=mdp.39015051590993&seq=202 די גרויסע אידישע געשיכטע: פון די עלטסטע צײטען ביז אויף הײנט]''' 2, ניו יארק, 1919, זז' 198–206. | *ר. קיטעל, אין: חיים שויס (רעד.), '''[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=mdp.39015051590993&seq=202 די גרויסע אידישע געשיכטע: פון די עלטסטע צײטען ביז אויף הײנט]''' 2, ניו יארק, 1919, זז' 198–206. | ||
*בנציון דינאבורג, '''אידישע געשיכטע: היסטארישע כרעסטאמאטיע''', 1919, זז' 99–100. | *בנציון דינאבורג, '''אידישע געשיכטע: היסטארישע כרעסטאמאטיע''', 1919, זז' 99–100. | ||
*א. מלמט, "[https://www.daat.ac.il/daat/vl/Historya_Tzvait/Historya_Tzvait43.pdf#page=6 מלחמות ישראל ואשור]", אין: י. ליוור, '''היסטוריה צבאית של ארץ ישראל בימי המקרא''', תשכ"ה, עמ' 246 א"וו. | |||
<div class="mw-content-ltr"> | |||
*Yigael Yadin, “[http://www.jstor.org/stable/27924728 Solomon’s City Wall and Gate at Gezer].” ''Israel Exploration Journal'', vol. 8, no. 2, 1958, pp. 80–86. JSTOR, . Accessed 12 June 2025. | |||
*William W. Hallo, “[https://doi.org/10.2307/3209160 From Qarqar to Carchemish: Assyria and Israel in the Light of New Discoveries],” ''The Biblical Archaeologist'', vol. 23, no. 2, 1960, pp. 37ff. | |||
*Yigael Yadin, “[https://doi.org/10.2307/3209161 New Light on Solomon’s Megiddo],” ''The Biblical Archaeologist'', vol. 23, no. 2, 1960, pp. 62–68. | |||
*H. Tadmor, “[http://www.jstor.org/stable/27924858 Que and Muṣri];” ''Israel Exploration Journal'', vol. 11, no. 3, 1961, pp. 143–50. | |||
</div> | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
רעוויזיע פון 13:39, 12 יוני 2025
![]() | ||||||||||||||||||
| קורך מאנומענט פון שלמנאסר וואס שילדערט די שלאכט | ||||||||||||||||||
| דאטום | 853 פצ"ר | |||||||||||||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
| אָרט | נעבן דאס שטאט קארקאר אין צפון-מערב סיריע | |||||||||||||||||
| קואורדינטות |
| |||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||
די שלאכט פון קארקאר האט זיך אפגעשפילט אין יאר 853 פצ"ר, ווען די ארמיי פון דער אשורישע אימפעריע, אנגעפירט דורך קעניג שלמנאסר דער דריטער, האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א פארבאנד פון עלף קעניגן ביים שטאט קארקאר. די פארבאנד איז געווען אנגעפירט דורך הדדעזר, וואס ווערט אנגערופן אויף אשוריש אדד-אידיר, און איז מעגליך קעניג בן-הדד דער צווייטער פון ארם-דמשק; און אחאב מלך ישראל [1]. די שלאכט, וואס האט פאסירט בשעת דער אשורישער אינוואזיע אויף ארם צווישן 854 און 846 פצ"ר, איז באקאנט דערפאר וואס זי האט געהאט מער זעלנער ווי יעדע פריערדיגע שלאכט, און דערפאר וואס דאס איז געווען דער ערשטער מאל וואס געוויסע פעלקער ווערן דערמאנט אין היסטאריע, ווי למשל די אראבער. די שלאכט איז פאראייביגט געווארן אויף די מאנאליט (זײל) װאס איז געפונען געװארן נעבן קורך ארום 20 מייל דרום פון דיאַרבאַקיר אין טערקיי (היינט איז עס אין בריטישן מוזעאום) און אויף דער שווארצער אָבעליסק. לויט דער ווערסיע פון דער אשורישער אפונים ליסטע, קומט אויס אז די שלאכט האט פאסירט אין 854 פצ"ר[2].
דאס שטאט קארקאר, וואו די שלאכט האט זיך אפגעשפילט, ווערט אין אלגעמיין אידענטיפיצירט מיט'ן היינטיגן ארכעאלאגישן גראבונג-ארט תל קארקור, אויפ'ן אָראָנטעס טייך, צפון פון חמת (הע'), אין צפון-מערב סיריע. דער נאמען קארקאר באדייט "פלאכע (טאָל-ערד) פארמאציע" (פארגלייכט לשון-קודש'ער קרקור, שופטים ח, י; אכדיש קאַקאַרו; פארגלייכט אויך קרקע).
לויט אן אויפשריפט וואס שלמנאסר האט שפעטער אויפגעשטעלט האט ער אנגעהויבן זיין יערליכן פעלדצוג פארלאזנדיג נינוה דעם 14'טן טאג אין אייר. ער האט איבערגעשטיגן דעם חידקל און דעם פרת אן קיין פראבלעמען, און האט באקומען אונטערטעניגקייט און שטייערן פון פארשידענע שטעט אויפ'ן וועג, אריינגערעכנט אלעפא. איינמאל ער איז פארביי אלעפא, האט ער זיך צוזאמגעשטויסן מיט'ן ערשטן ווידערשטאנד פון די זעלנער פון אירכולעני, דער קעניג פונעם לואוויאנישן לאנד חמת, וועמען ער האט באזיגט. אלס נקמה האט ער געפלינדערט די פאלאצן און שטעט פון אירכולעני'ס קעניגרייך. פארזעצנדיג זיין מארש נאכ'ן פלינדערן קארקאר, האט ער זיך אנגעטראפן מיט די אליאירטע קרעפטן נעבן דעם אָראָנטעס טייך[3].
צוועלף קעניגן
צוועלף קעניגן איז אן אכד'ישער טערמין וואס טוט סימבאליזירן יעדע סארט אליאנץ. דער באקאנטסטער ביישפיל איז אין די קורך מאנומענטן, וואו אן אליאנץ פון 11 קעניגן ווערן אויסגערעכנט אלס 12 אין דעם אשורישן דאקומענט אלס קעמפער קעגן דעם אשורישן קעניג שלמנאסר דער דריטער אין דער שלאכט פון קארקאר[4]. שלמנאסר'ס אויפשריפט באשרייבט די קרעפטן פון זיין קעגנער הדדעזר גאר דעטאלירט, ווי פאלגנד [5]:
- קעניג הדדעזר אליין האט אנגעפירט 1200 וועגענער, 1200 רייטער, און 20,000 זעלנער;
- קעניג אירהולעני פון חמת האט אנגעפירט 700 וועגענער, 700 רייטער, און 10,000 זעלנער;
- קעניג אחאב פון ישראל האט געשיקט 2000 וועגענער און 10,000 זעלנער[6].;
- דאס קעניגרייך פון "גו-אַ-אַ", אידענטיפיצירט אלס גְבָל, האט געשיקט 500 זעלנער;
- דאס לאנד "מו-אוס-ראַ", אידענטיפיצירט אלס מאסורא, וואס איז דער אויסגאנג פונעם דידען טייך, האט געשיקט 1000 זעלנער;
- דאס לאנד אירקאַנאַטאַ (תל ארקע) האט געשיקט 10 וועגענער און 10,000 זעלנער;
- קעניג מאַטינו-בעל פון ארווד האט געשיקט 200 זעלנער;
- דאס לאנד אוסאַנאַטאַ (אין דער הר הלבנון געגנט) האט געשיקט 200 זעלנער;
- קעניג אדונו-בעל פון אושנאַטו (אין דער סירישער בארטן-געבירג) – די ציפערן זענען פארלוירן געגאנגען[7];
- קעניג גינדיבו פון אראביע האט געשיקט 1000 קעמל-רייטער;
- קעניג בעשא בן רחוב פון עמון האט געשיקט 100 זעלנער.
די צאל זעלנער וואס אחאב האט געשיקט איז א טעמע פאר חילוקי דעות צווישן פארשער, ווייל עס איז נישט מסתבר אז מלכות ישראל זאל האבן א גרעסערע ארמיי ווי דאס פון ארם-דמשק. די צאל וועגענער אין אחאב'ס קרעפטן איז מסתמא געווען נענטער צו א צאל אין די הונדערטער (באזירט אויף ארכעאלאגישע אויסגראבונגען אין דער געגנט, און די יסודות פון שטאַלן וואס מען האט געטראפן). דער ארכעאלאג נדב נעמן גלייבט אז עס איז א טעות סופר פארגעלייגט אז ער האט געשיקט 200 אנשטאט 2000 וועגענער. נאך א מעגליכע ערקלערונג איז אז די קרעפטן וואס מען רעכנט צו אחאב שליסן איין די וואס געהערן צו זיינע פארבינדעטע, ווי למשל דאס מלכות יהודה, צור, און מואב, כאטש די קעניגרייכן ווערן נישט דערמאנט אין דעם מאנומענט.
די שלאכט
די שלאכט לויט שלמנאסר:
מיט די העכסטע קרעפטן וואס אשור מיין האר האט מיר געגעבן און מיט די מעכטיגע וואפן וואס דער געטליכער סטאנדארט וואס גייט פאר מיר האט מיר געגעבן, האב איך מיט זיי געקעמפט. איך האב זיי באזיגט פון דער שטאט קארקאר ביז דער שטאט גילזאַו. איך האב געזיגט מיט'ן שווערד 14,000 זעלנער, זייערע קעמפער. ווי אדד האב איך אויף זיי אראפגעלאזט א פארניכטנדיגע מבול. איך האב צעשפרייט זייערע קערפער און אנגעפילן דעם פלוין. איך האב אומגעברענגט מיט'ן שווערד זייערע גרויסע קרעפטן. איך האב געמאכט זייער בלוט פליסן אין די טאלן. דאס פעלד איז געווען צו קליין אויף צו לייגן זייערע קערפער; דאס ברייטע פעלד איז געווען פארנומען מיט זיי באערדיגן. איך האב פארשטאפט דעם אָראָנטעס טייך מיט זייערע קערפער ווי מיט א דאמבע. אין מיטן דער שלאכט האב איך זיי אוועקגענומען וועגענער, רייטער, און גרופעס פערד[8].
עס איז אבער צום באמערקן, אז די קעניגליכע אויפשריפטן פון יענע צייט זענען באקאנט אלס אומפארלעסליך. זיי אנערקענען קיינמאל נישט קיין דורכפאלן, און צומאל דערציילן זיי איבער זיך זיגן וואס זענען טאקע געוואונען געווארן, אבער דורך זייערע עלטערן אדער פארגייער. אויב שלמנאסר האט געוואונען א קלארן זיג ביי קארקאר, האט דאס נישט גלייך געפירט צו ווייטערע אשורישע אינוואזיעס אין סיריע[9]. פון אשורישע פארצייכענונגען איז קלאר אז ער האט געפירט שלאכטן אין דער געגנט נאך עטליכע מאל אין די פאלגנדע צען יאר, קעמפנדיג קעגן הדדעזר זעקס מאל, וואס איז געווען געשטיצט דורך אירכולעני פון חמת כאטש צוויי מאל. שלמנאסר'ס קעגנער האבן זיך געהאלטן אויף זייערע טראנען נאך דער שלאכט: כאטש אחאב פון ישראל איז געשטארבן באלד דערנאך אין אן אומאפהענגיגע שלאכט, איז הדדעזר געווען קעניג פון דמשק ביז כאטש 841 פאר דער ציווילער רעכענונג.
ביבליאגראפיע
- ר. קיטעל, אין: חיים שויס (רעד.), די גרויסע אידישע געשיכטע: פון די עלטסטע צײטען ביז אויף הײנט 2, ניו יארק, 1919, זז' 198–206.
- בנציון דינאבורג, אידישע געשיכטע: היסטארישע כרעסטאמאטיע, 1919, זז' 99–100.
- א. מלמט, "מלחמות ישראל ואשור", אין: י. ליוור, היסטוריה צבאית של ארץ ישראל בימי המקרא, תשכ"ה, עמ' 246 א"וו.
- Yigael Yadin, “Solomon’s City Wall and Gate at Gezer.” Israel Exploration Journal, vol. 8, no. 2, 1958, pp. 80–86. JSTOR, . Accessed 12 June 2025.
- William W. Hallo, “From Qarqar to Carchemish: Assyria and Israel in the Light of New Discoveries,” The Biblical Archaeologist, vol. 23, no. 2, 1960, pp. 37ff.
- Yigael Yadin, “New Light on Solomon’s Megiddo,” The Biblical Archaeologist, vol. 23, no. 2, 1960, pp. 62–68.
- H. Tadmor, “Que and Muṣri;” Israel Exploration Journal, vol. 11, no. 3, 1961, pp. 143–50.
רעפערענצן
- ↑ "Battle of Qarqar". Biblical Archaeology - Maps and Findings (in American English). Retrieved 2024-07-03
- ↑ Shea, William H. "A Note on the Date of the Battle of Qarqar." Journal of Cuneiform Studies, vol. 29, no. 4, 1977, pp. 240–242
- ↑ ""Qarqar and Current Events", Lofquist, L". Archived from the original on 27 August 2011. Retrieved 22 May 2009
- ↑ אולשניצקי), Haggai Olshanetsky (חגי (2020-01-01). "The Twelve Make a Stand: The Kingdom of Israel's Chariot Force and the Battle of Qarqar". Ancient Warfare
- ↑ Bunnens, Guy; Hawkins, J.D.; Leirens, I. (2006). Tell Ahmar II. A New Luwian Stele and the Cult of the Storm-God at Til Barsib-Masuwari. Leuven,Belgium: Peeters. pp. 90/1. ISBN 978-90-429-1817-7
- ↑ פארגלייך די ציפער וואס שטייט אין תנ"ך לגבי די צאל זעלנער אין די צייטן פון יהואחז, ארום פופציג יאר נאך אחאב: כִּי לֹא הִשְׁאִיר לִיהוֹאָחָז עָם כִּי אִם חֲמִשִּׁים פָּרָשִׁים וַעֲשָׂרָה רֶכֶב וַעֲשֶׂרֶת אֲלָפִים רַגְלִי כִּי אִבְּדָם מֶלֶךְ אֲרָם וַיְשִׂמֵם כֶּעָפָר לָדֻשׁ (מלכים ב' יג, ז).
- ↑ "سيانو".. المملكة التي يعود نسل أهلها إلى سابع أبناء كنعان. esyria.sy (in אַראַביש). 4 October 2009
- ↑ "Qarqar (853 BCE) - Livius". www.livius.org. Retrieved 2024-05-18
- ↑ Malamat, Abraham (1976). A History of the Jewish People (in ענגליש). Harvard University Press. ISBN 978-0-674-39731-6
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער
